דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן". ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן דעם אות "הא", זיך אָפּגעזאָגט זיך צו בוקן צום מלך נמרוד; פֿאַר זײַן ווידערשטאַנד, האָט נמרוד געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרמען אין אַ קאַלך־אויוון; על-פּי-נס, אָבער, איז ער געראַטעוועט געוואָרן.
ווען אַ מענטש מוז זיך ראַטעווען פֿון אַ סכּנותדיקן שׂונא, לויפֿט ער אָפֿט אַוועק אין אַן אומבאַקאַנט אָרט, און ווערט צומאָל אַ נע-ונדניק אין אַ פֿרעמד לאַנד. דער אייבערשטער האָט אָבער געזאָגט אַבֿרמען: "לך-לך" — בוכשטעבלעך, "גיי צו דיר", צו זיך אַליין. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז דאָס גאַנצע לעבן פֿון אַ מענטש איז אַ לאַנגע נסיעה צום שורש פֿון זײַן אייגענער נשמה.
דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן ווערט כּסדר "קאָנסטרויִרט" פֿון דער לעבנס-דערפֿאַרונג. יעדעס אָרט, וואָס מע באַזוכט במשך פֿונעם לעבן, אַלע געשעענישן און באַגעגענישן, אַנטפּלעקן אין דער נשמה נײַע השׂגות און געפֿילן. דערפֿאַר, גייט דער מענטש במשך פֿון זײַן גאַנצן לעבנס-וועג צו זיך, צו זײַן אייגענעם שלימות, הגם נישט יעדן גיט זיך אײַן אָפּצולערנען די לעבן-לימודים, און נישט צו בלײַבן פֿאַרבלאָנדזשעט אינמיטן דעם וועג.
דאָס נע-ונדעווען אין אַן אומבאַקאַנט לאַנד קאָן ברענגען אַ טייל מענטשן צו אַ מהומה. אַבֿרהם אָבינו האָט, אָבער, שטענדיק געלערנט נײַע גײַסטיקע השׂגות אין זײַנע וואַנדערונגען, און פֿאַרלייגט דערמיט די יסודות פֿון ייִדישקייט. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז כּדי צו דערגרייכן זײַן הויכע מדרגה פֿון דבֿיקות, האָט אַבֿרהם אָבינו געמוזט זיך באַפֿרײַען פֿון אַלע רגילותן פֿון עולם-הזה, אַרײַנגערעכנט די, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט זײַן לאַנד, היים און משפּחה.
דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהמען נישט בלויז צו פֿאַרלאָזן אַ קאָנקרעט לאַנד און אָרט, נאָר אָפּצוּוואַרפֿן בכלל די פֿאַרבינדונגען מיט קאָנקרעטע ערטער און מענטשן. דווקא דעמאָלט, האָט ער געקאָנט דערגרייכן אַן אמתע השׂגה פֿון ג-טלעכקייט.
דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז אַבֿרהם האָט געפֿירט אַ "צופֿעליקן" לעבנס-שטייגער. אַדרבה, ווי מע זעט אין דער פּרשה, האָט ער געהאָדעוועט קינדער, געהאָלפֿן זײַן קרובֿ לוט, און געוואַנדערט אויף אַ קלאָרן, באַדײַטפֿולן וועג. פֿונדעסטוועגן, האָבן אַזעלכע באַגריפֿן, ווי לאַנד און משפּחה, נישט געהאַט פֿאַר אים אַן אַבסאָלוטע ווערט. ער האָט ליב געהאַט אַלע מענטשן, נישט בלויז זײַנע קרובֿים, און פֿלעגט פֿאַרשפּרייטן צווישן זיי זײַן גײַסטיקן דרך. ווען אין ארץ-כּנען האָט זיך אָנגעהויבן אַ הונגער, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די ג-טלעכע השגחה פֿירט אים קיין מצרים.
די פֿראַגע "האָרץ אשר אַראך", "דאָס לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן", קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן, בדרך-רמז, ווי "דאָס לאַנד, וואָס וועט דיר שײַנען". דאָרט, וווּ אַבֿרהמען האָט געפֿירט זײַן אינטויִציע און ג-טלעכע השגחה, איז געווען, אויף אַ ווײַל, זײַן לאַנד און זײַן היים.
די רעליגיע ווערט, געוויינטלעך, פֿאַרבונדן מיט קאָנקרעטע ערטער און טראַדיציעס. כּדי צו געפֿינען אַן אייגענעם, דינאַמישן גײַסטיקן דרך, מוז מען אָבער דווקא שטרעבן אָפּלערנען לימודים פֿון באַגעגענישן מיט אַנדערע ערטער און טראַדיציעס, און זײַן גרייט אָפּצוּוואַרפֿן די באַקאַנטע סטערעאָטיפּן און געוווינשאַפֿטן, אויב זיי קומען אין סתּירה מיט די ווײַטערדיקע השׂגות. מע מוז אָנהאַלטן אַ געזונטן באַלאַנס צווישן טראַדיציע און אינדיווידואַליזם, כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין די עקסטרעמקייטן פֿון הפֿקר אָדער פֿאַרגליווערטקייט. מע מוז זײַן גרייט צו "פֿאַרלאָזן דײַן לאַנד", אָבער אויך נישט ווערן, חלילה, פֿאַרבלאָנדזשעט.
על-פּי חסידות, כּדי צו דערגרייכן ג-טלעכקייט, מוז מען "צעברעכן" די ראַמען פֿונעם אייגענעם "זיך", פֿון די גרענעצן פֿונעם פּערזענלעכן "עגאָ", וועלכע שטעלן אַ באַריער צווישן דעם מענטשן און זײַן באַשעפֿער. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהמען "גיין צו זיך", און נישט "אַוועק פֿון זיך"? דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן איז, בעצם, אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון ג-טלעכקייט; ווען מע באַפֿרײַט זיך פֿונעם פֿאַרגרעבטן, עגאָיִסטישן וועלט-באַנעם, ווערן בטל די סתּירות צווישן דעם מענטש און ג-טלעכקייט; אויף אַזאַ מדרגה, אַנטפּלעקט דער פּערזענלעכער "לך לך" דעם ג-טלעכן עצם-נשמה.
אין דער טאָג-טעגלעכער תּפֿילה "עלינו לשבח", לויבן מיר דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אונדז נישט געמאַכט ווי "די פֿעלקער פֿון די לענדער" און "משפּחות פֿון דער ערד", וועלכע "בוקן זיך צו פּוסטע זאַכן". אַ טייל מענטשן פֿאַרשטייען די דאָזיקע ווערטער ווי אַ מין "נאַציאָנאַליסטישן לאָזונג" קעגן די ניט-ייִדן.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ פּראָמינענטער חסידישער דענקער, האָט אָבער מסביר געווען, אַז די דאָזיקע ווערטער טראָגן פּונקט אַ פֿאַרקערטע כּוונה. מיר דאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט געמאַכט די ייִדן אַ קאָסמאָפּאָליטיש פֿאָלק, נישט צוגעבונדן צו אַ געוויסן לאַנד און שטח ערד, העכער פֿון די פּוסטע מלוכישע און נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיעס, אין וועלכע עס גלייבן אַ טייל מענטשן אַרום דער וועלט. אונדזערע תּפֿילות פּועלן דווקא ווען מע שטרעבט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו, צו דערזען ג-טלעכקייט אין דער גאָרער וועלט.