האָבן מיר שוין אין אַמעריקע אַ נײַעם 44סטן פּרעזידענט. זײַן פֿולער נאָמען איז באַראַק כוסיין אָבאַמאַ. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוואַרצער מוסולמענער און די מאַמע אַ ווײַסע קריסטלעכע. ער איז 47 יאָר אַלט, גלענצנדיק געבילדעט און האָט געמאַכט אַ קאָפּדרייענדיקע פּאָליטישע קאַריערע. מיט איין וואָרט, אַ שפּיגעלע פֿון זײַן לאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט; דאָס גרעסטע לאַנד מיט אַ מוסטער־קאָנסטיטוציע און אַנטוויקלטסטער דעמאָקראַטיע. איין קלייניקייט: אַ שוואַרצער בירגער איז געוואָרן איר פּרעזידענט!
אַזאַ וואַלן־געיעג האָט נאָך אַמעריקע נישט געזען, קאָן מען הײַנט אָפֿט הערן. דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿאַרדרייט געוואָרן אין דער פּאָליטישער שפּיל — בײַם אָנהייב אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, צווישן אָבאַמאַ און הילאַרי קלינטאָן — און דערנאָך צווישן די געווינער אין די צוויי פֿירנדיקע פּאַרטייען — באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָן מאַק’קיין.
אַ שפּיל בלײַבט אַ שפּיל, בפֿרט אין אַ פֿאַרנעם פֿון אַזאַ ריזיקער מלוכה ווי אַמעריקע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך דער אײַנשטעל און די דערוואַרטונגען פֿון דעם געווינער זײַנען ריזיקע. וואָס זשע דערוואַרטן די אַמעריקאַנער פֿון זייער נײַעם פּרעזידענט, יעדנפֿאַלס, די מערהייט, וואָס האָט געשטימט פֿאַר אָבאַמאַ? קודם־כּל, קוקן זיי אַרויס אויף ענדערונגען. טאַקע די עטלעכע ווערטער — “מיר דאַרפֿן אַן ענדערונג" — האָט דער דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט אַרויסגעשטעלט ווי אַ סלאָגאַן אין זײַן וואַל־קאַמפּיין.
אונטער דעם סלאָגאַן האָט ער געוווּנען בײַ הילאַרי קלינטאָן, וואָס איר פֿאַמיליע־נאָמען האָט זיך שוין אײַנגעגעסן אינעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; אונטער דעם סלאָגאַן האָט ער געוווּנען בײַ מאַק’קיין, וואָס איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ יורש פֿון דזשאָרדזש בושס פּאָליטיק. אָבאַמאַן איז נישט זייער שווער געווען עס צו טאָן, ווײַל בושס תּקופֿה אין "ווײַסן הויז" ווערט איצט פֿאַרבונדן מיט צוויי מלחמות — אין אַפֿגאַניסטאַן און אין איראַק, מיטן אויסגעבראָכענעם פֿינאַנץ־קריזיס, מיט די אָנגעצויגענע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, און וואָס שייך דעם מיטעלן מיזרח, גייט ווײַטער אָן סײַ דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און סײַ דער נוקלעאַרער קריזיס אין איראַן.
דעם סלאָגאַן "ענדערונג" פֿאַרטײַטשט יעדער אויף זײַן אייגענעם אופֿן. ס’רובֿ אַמעריקאַנער זײַנען באַזאָרגט וועגן דעם עקאָנאָמישן קריזיס און דערוואַרטן אַוודאי אַן ענדערונג צום גוטן; די טעמע "איראַק" אינטערעסירט הײַנט בלויז 10 פּראָצענט פֿון דער געזעלשאַפֿט; נאָך ווייניקער, 9 פּראָצענט, האַלטן פֿאַר וויכטיק די פֿראַגן פֿון טעראָריזם און מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג.
אין אויסלאַנד דערוואַרט אויך יעדע מלוכה אויף איר "שטיקל ענדערונג". אין אַפֿגאַניסטאַן האָפֿט מען, אַז אָבאַמאַ וועט פֿאַרבײַטן די קאָרומפּירטע מאַכט אויף אַ נײַער. אין פֿראַנקרײַך וואָלטן אויך 70 פּראָצענט פֿראַנצויזן געשטימט פֿאַר אָבאַמאַ, ווײַל ער שטעלט מיט זיך פֿאָר "דעם פֿראַנצויזישן אידעאַל פֿון דעם אַמעריקאַנער חלום". אין כינע דערוואַרט מען פֿון אים מער פֿאַרשטענדעניש, מחמת זײַן געמישטער אָפּשטאַם און אָפֿטע רײַזעס אין די קינדער־יאָרן האָבן "פֿאַרפֿלאַנצט אין אים אַ גוטע באַציִונג צו פֿרעמדע קולטורן". אין רוסלאַנד דערוואַרט מען נישט בכלל פֿון אַמעריקע קיין גוטע מעשׂים, און אָבאַמאַ בפֿרט. פֿונדעסטוועגן, האָפֿט מען דאָרט, אַז אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע וועט אָפּגעקילט ווערן פֿון גרוזיע און אוקראַיִנע. וואָס שייך איראַן, האָט דאָך אָבאַמאַ בדעה אָנהייבן מיט טעהעראַן "דירעקטע און האַרבע" פֿאַרהאַנדלונגען און פֿאָדערן אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע אַנטוויקלונגען. אפֿשר וועט עס ברענגען צו בעסערע ענדערונגען, ווי די סאַנקציעס, וואָס האָבן גאָרנישט ניט געענדערט. און אויב נישט?...
ערשט איצט, נאָך די וואַלן, קומט די צײַט צו באַנעמען, וואָס זשע שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פֿענאָמען — באַראַק כוסיין אָבאַמאַ: אַ טאָטאַלע פֿאַרבלענדעניש, אָדער אַ מזלדיקע מיספֿאַרשטענדעניש?