טײַערע חזנטע,
יעדן דאָנערשטיק, גייט אַרויס אַ גרופּע מיטאַרבעטער פֿון מײַן ביוראָ עסן צוזאַמען וועטשערע. איך האָב הנאה פֿון דער געלעגנהייט זיך בעסער צו באַקענען מיט אַלעמען, און איך קוק אַרויס אויף די דאָזיקע וועטשערעס. לעצטנס, אָבער, פּונקט ווען די פּרײַזן פֿונעם עסן זענען טײַערער געוואָרן, זענען אויך פֿאַרגרעסערט געוואָרן די אַפּעטיטן פֿון יעדן איינעם. מע באַשטעלט פֿאָרשפּײַזן, גרויסע מאָלצײַטן און געטראַנקען. איך האַלט כּשר און טרינק נישט, האָב איך ווייניקער ברירות בײַם באַשטעלן ווי די אַנדערע. די אַנדערע צעטיילן דעם חשבון און לסוף באַצאָל איך 50$ פֿאַר אַ סאַלאַט! איך קען זיך נישט פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס, אָבער איך וויל נישט אויסזען ווי אַ קמצן. וואָס זאָל איך טאָן?
נישט־קיין־קמצן
טײַערע נישט־קיין־קמצן,
איך לייג פֿאָר, איר זאָלט בעטן דעם קעלנער, ער זאָל אײַך געבן אַ באַזונדערן חשבון. ווען עס קומט די צײַט צו צעטיילן דעם חשבון, קענט איר זאָגן, אַז אַזוי ווי איר האַלט כּשר, באַשטעלט איר נאָר אַ סאַלאַט און איר וואָלט ליבערשט געוואָלט אַליין צאָלן פֿאַר דעם וואָס איר האָט געגעסן. קיינער וועט נישט דערוואַרטן איר זאָלט באַצאָלן פֿאַר זייער מאָלצײַט. אויב איר פֿילט, אַז זיי געפֿעלט נישט די מעשׂה מיט באַצאָלן באַזונדער, וואָלט איך אײַך געעצהט, איר זאָלט עסן מיט זיי איין מאָל אַ חודש; נישט יעדע וואָך.
טײַערע חזנטע,
איך האָב אַ וווּנדערלעכן נײַעם בחור, יעקבֿ, וואָס איך האָב שטאַרק ליב. איך האָב אין מײַן לעבן קיין סך בחורים נישט געהאַט — איך בין זייער איבערקלײַבעריש אין דעם פּרט. מיר זענען ענלעך אין אַ סך זאַכן און איך האָב ליב וואָס ער איז אַזוי אינטעליגענט. ער איז אַ לערער פֿון תּנ״ך און ייִדישער געשיכטע און מע האַלט אים פֿאַר אַ גוטן דערציִער. מיר קענען רעדן וועגן אַלץ צווישן זיך. די פּראָבלעם? ער איז זייער שעמעוודיק. ווען ער האָט זיך באַקענט מיט מײַנע טאַטע־מאַמע, האָט ער קוים אויסגערעדט אַ וואָרט. כאָטש זיי זענען געווען זייער האַרציק און וואַרעם האָט זײַן שווײַגן גורם געווען אַן אומבאַקוועמען מצבֿ. מײַן מאַמע האָט אים נישט ליב איצט און פֿאַרשטייט נישט ווי איך קען זײַן פֿאַרליבט אין אַזאַ לעמעשקע. איך האָב איר געזאָגט, אַז מיט מיר פֿירט ער זיך אויף אַנדערש. ווען איך האָב געפֿרעגט יעקבֿ וועגן דעם, האָט ער געענטפֿערט בלויז, אַז אַזוי איז ער מיט ס‘רובֿ מענטשן. מײַן פֿראַגע — ווי קען איך אָנגיין מיט דער באַציִונג אָן מײַן מאַמעס ברכה?
אַ צעריסענע
טײַערע צעריסענע,
סוף־כּל־סוף זענט איר די איינציקע וואָס דאַרף לעבן מיטן בחור טאָג־אײַן, טאָג־אויס. אויב ער איז אַ מענטש, מיט וועמען איר האָט ליב צו פֿאַרברענגען, דאַרפֿט איר אײַער מאַמען דאָס געבן צו פֿאַרשטיין. בעט זי, זי זאָל אים געבן אַ געלעגנהייט און זיך צוריקהאַלטן מיט אירע קריטישע באַמערקונגען. אין דער זעלבער צײַט, דאַרפֿט איר בעטן בײַ יעקבֿן, ער זאָל זיך באַמיִען צו זײַן פֿרײַנדלעכער צו אײַער משפּחה. איך בין זיכער, אַז נאָך דעם ווי מע פֿאַרברענגט מער צוזאַמען, וועלן אַלע זיך פֿילן מער היימיש און באַקוועם.
טײַערע חזנטע,
מײַן פֿרוי פֿאַרשטייט מיך נישט. זי גיט זיך אָפּ מער מיט אונדזערע קינדער, אונדזער הונט און קאַץ, און אַפֿילו מיט מײַנע עלטערן ווי מיט מיר. זי איז אַזוי פֿאַרנומען מיט אָרגאַניזירן די טאָג־אַקטיוויטעטן פֿאַר יעדן, אַז זי פֿאַרגעסט, אַז זי האָט אַ מאַן אויף דער וועלט. וואָס זאָל איך טאָן, זי זאָל מיך באַמערקן?
עלנטער מאַן
טײַערער עלנטער מאַן,
איר דאַרפֿט באַשטימען אַ צײַט, ווען איר און אײַער פֿרוי קאָנען פֿאַרברענגען אין איינעם, אָן די אַנדערע אין דער משפּחה. געפֿינט איין אָוונט אין דער וואָך און באַשטעלט אַ קינד־היטער. עסט צוזאַמען וועטשערע און זאָגט אײַער פֿרוי וועגן אײַערע געפֿילן און געדאַנקען, אָבער אויפֿן אָרט פֿון אַ נעגאַטיווער באַמערקונג, קענט איר גיכער דאָס אויסדריקן, ווי אַ וווּנטש, אַז איר ביידע זאָלן קענען האָבן מער געלעגנהייטן צו זײַן צוזאַמען. זאָגט איר, אַז איר שאַצט אָפּ אירע באַמיִונגען פֿאַר יעדן איינעם און ווי אויסערגעוויינטלעך זי איז, זי זאָל זיך נישט פֿילן באַליידיקט. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דעם אויפֿמערק וועט זי אויפֿנעמען מיט אַ דאַנק.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024