ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס:
"איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער:
"איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט."
דער אמת איז אַז דער "פֿאָרווערטס" גייט אַרויס. ס'איז די עלטסטע ייִדישע צײַטונג אין אַמעריקע, אויסגעלייגט מיט ייִדישע אותיות, הייסט עס. אַמאָל איז דער "פֿאָרווערטס" געווען ממש דער צענטראַלער אַדרעס צו דערוויסן זיך וואָס ס'טוט זיך סײַ אינעם לעבן פֿונעם נײַעם אימיגראַנט, און סײַ אין דער וועלט. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס" אין סאַמע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז געווען דער לעגענדאַרער אַב. קאַהאַן. ער, דער קאַפּיטאַן פֿון דער צײַטונג, האָט געפֿירט די שיף מיט די נײַ־אָנגעקומענע אימיגראַנטן צו אַנקערן אויף דער יבשה פֿון אַסימילאַציע און אַמעריקאַניזאַציע. ער האָט נישט פֿאָרויסגעזען, אַז ווי נאָר די אימיגראַנטן וועלן זיך אויסגרינען, וועלן זיי, אָדער זייערע קינדער, פֿאַרכליניעט ווערן פֿונעם דזשעז און ריטם פֿון אַמעריקאַנעם טעמפּאָ, און נישט נאָר זיך נישט וויסנדיק מאַכן לגבי זייער אייגענעם קולטור־פֿאַרמעגן, נאָר פֿאַרקערט, זיי וועלן זײַן אונטערן אײַנדרוק, אַז ס'איז אַ שפּראַך און אַ קולטור פֿאַרן עלטערן דור, נישט פֿאַר דער יוגנט. פֿאַרשטייט זיך אַז אַב. קאַהאַן האָט עס אפֿשר נישט געקענט פֿאָרויסזען, ווײַל ער איז אַליין געווען אַרײַנגעטאָן אינעם מאָמענט. אַפֿילו ווען שלום־עליכם איז געקומען צו אים מיט אַ פֿאָרשלאָג צו שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרדרייט מיט דער נאָז און אים משלח געווען, מיטן אויסרייד, אַז זײַן שרײַבן איז נישט פֿאַרן אימיגראַנטישן עולם לייענער; עס שפּיגלט נישט אָפּ די אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס שלום־עליכם האָט אָנגעשריבן זײַן מוסטערהאַפֿט ווערק "מאָטל פּייסי דעם חזנס," וועגן דעם לעבן אין אַמעריקע. אַב. קאַהאַנען איז דעמאָלט גוט געווען. ער האָט געהאַט אונטער זיך דעם המון, די לייענער, די שרײַבער, דעם אַמעריקאַנער שוווּנג. ער האָט אָבער נישט פֿאַרשטאַנען וווּ די עקספּרעס־באַן פֿון אַסימילאַציע וועט אונדז אַראָפּלאָזן און פֿאַרפֿירן. איין זאַך מוז מען צוגעבן. ווען די ערשטקלאַסיקע שרײַבער האָבן אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָט ער זיך נישט אַרײַנגעמישט. ער האָט זיי געלאָזט אַנטוויקלען זייער טאַלאַנט אויף זײַן פּלאַטפֿאָרמע. דעמאָלט איז דער "פֿאָרווערטס" געווען איינע פֿון די אײַנפֿלוסרײַכסטע און מעכטיקסטע צײַטונגען אין אַמעריקע. דער "פֿאָרווערטס" האָט געהאַט גרויס השפּעה אויף די נײַע אימיגראַנטן — פּאָליטיש, קולטורעל און דערציִעריש.
הײַנט דערגרייכט דער "פֿאָרווערטס" מסתּמא ס'רובֿ דעם עלטערן דור. אָבער ער ווערט געלייענט איבער דער גאַנצער וועלט, וווּ נאָר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן זאַמלען זיך איבער אַלע קאָנטינענטן. אמת, מיר פֿאַרמאָגן נישט מער אַזעלכע קאַרפּן־קעפּ ווי צבֿיון אָדער חיים ליבערמאַן, ברוך שעפֿנער אָדער חיים גראַדע, מענטשן וואָס האָבן געהאַט וואָס צו זאָגן. אָבער אויך הײַנט האָבן מיר נאָך אַלץ אַרטיקלען וואָס ווערן געשריבן פֿון עכטע שרײַבער און רופֿן אַרויס אַן אינטערעס.
מײַן אייגענער אַרײַנטריט אינעם "פֿאָרווערטס" מיט איבער פֿינף און צוואַנציק יאָר צוריק איז נישט אָפּגעגאַנגען גלאַטיק. אַ שלל מיט יאָרן איז דער "פֿאָרווערטס" נאָך אין מײַנע יאָרן געווען די נעץ פֿון יענע גרויסע שריפֿטשטעלער. וואָלט איך מסתּמא קיין מאָל נישט געהאַט די זכיה איבערצוטרעטן די שוועל. אין אָנהייב אַכציקער יאָרן איז נאָך פֿאַרבליבן איינער פֿון אונדזערע אָנגעזעענסטע שרײַבער אינעם "פֿאָרווערטס", נעמלעך יצחק באַשעוויס־זינגער, אַ נאָבעל־געווינער פֿאַר ליטעראַטור, אויך דער פּרעכטיקער הומאָריסט אַבֿרהם שולמאַן א"אַ. ערשטנס, ווײַל איך בין נאָך דעמאָלט געווען אַ ייִנגערע, אומדערפֿאַרענע און אַ פֿרויענצימער דערצו. און צווייטנס, איז דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, פּונקט געווען אויף וואַקאַציע. ווען ער איז אָבער צוריקגעקומען בין איך שוין געווען אַ "פֿעט אַקמפּלי", אײַנגעבירגערט מיט וואָרצלען. די לופֿט איז געוואָרן אײַזקאַלט, ווײַל וועבער איז געווען געגליכן צום וועטער. מ'האָט קיין מאָל נישט געוווּסט וווּ מען האַלט מיט אים. מײַן מזל איז געווען, וואָס דער געהילף־רעדאַקטאָר, דוד מאַטיס האָט מיך נישט נאָר געבעטן צו שרײַבן, נאָר ווי נאָר מײַנע ערשטע אַרטיקעלעך האָבן זיך באַוויזן אין דרוק, האָט ער מיך געהיט פֿון יענע וואָס האָבן געקרימט מיט די נעז און געווען גרייט אונטערצושטעלן אַ פֿיסל.
די אייביקע פֿראַגע האָט אַלע מאָל געשוועבט איבער מײַנע וויִעס: וואָס צו שרײַבן, אַ טעמע. דער אמת איז, אַז מיר האָט זיך געגלוסט צו שרײַבן קורצע דערציילונגען, סאַטירישע סקיצעס מיט די זאַפֿטיקע עלעמענטן פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר. זיכער בין איך געווען אין איין זאַך: איך האָב געוואָלט שרײַבן וועגן דעם צושטאַנד פֿון אונדזער ייִדיש, וועגן די וואָס שטעלן זיך אײַן פֿאַר ייִדיש און וועגן די פֿאַלשע משיחים. דער עיקר, ווײַל ייִדיש פֿליסט אין מייַנע אָדערן, שרײַב איך וועגן ייִדיש. אַ סך מאָל האָב איך נישט געקענט זיך אויסדריקן אָפֿן וועגן אַן ענין וואָס האָט מיר דאָקוטשעט, האָב איך עס פֿאַרשטעלט מיט אַ סאַטירע. איין מאָל, ווען שמעון וועבער איז נאָך געווען מײַן רעדאַקטאָר, האָב איך געשריבן אַן אַרטיקעלע וואָס האָט געהייסן "אַשמדאַי און דאָס ייִדישע טעאַטער". ס'האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַן אַקטריסע, וועלכע האָט דאָמינירט מיט אַן אײַזערנער האַנט אין טעאַטער, און נישט צוגעלאָזט קיין נײַע דראַמאַטורגן אָדער אַקטיאָרן, וועלכע האָבן זיך געקלאַמערט אַרײַנצוקומען אין אירע ד׳ אַמותן. דעם טאָג ווען דאָס אַרטיקעלע איז דערשינען, האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן. ס'איז געווען מײַן אַשמדאַי, די אַקטריסע. זי האָט מיר געזאָגט, אַז זי האָט געלייענט מײַן אַרטיקעלע און זי ווייסט גענוי וועמען איך האָב געמיינט. אַ מינוט בין איך געבליבן שטיין אָטעמלאָז, אָבער באַוויזן צו פֿרעגן:
"וועמען האָב איך געמיינט?", האָט זי זיך צעלאַכט און געענטפֿערט:
"דײַן רעדאַקטאָר, טײַערינקע, דײַן רעדאַקטאָר. ער איז אַן אמתער אַשמדאַי".
פֿאַר יענע וואָס האָבן דרך־ארץ פֿאַר לשון־קודש, פּרוביר איך זײַן דער שליח־ציבור, און דערציילן ווי ייִדיש האָט זיך באַזעצט אין מאָדערנעם העברעיִש ביזן הײַנטיקן טאָג. געווען אַ צײַט ווען ענגליש האָט דערקלערט אַן אינוואַזיע אויף עבֿרית. ווערטער ווי "פּאַנקטשור" בײַ די ישׂראלים "פּאַנטשער", וואָס אַמאָל האָט עס געמיינט, אַז אַ ראָד פֿון אַן אויטאָ האָט געפּלאַצט. הײַנט מיינט "פּאַנטשער", ווען אַ געשעפֿט גייט באַנקראָט, ווען עפּעס אַרבעט זיך נישט אויס. אָבער די שיינע זאַך דערפֿון איז וואָס זיי האָבן דעם מענטשן וואָס פֿאַרריכט רעדער אָנגערופֿן "פּאַנטשערמאַכער". אַן אויטאָ רופֿן זיי "פּרײַוואַט". איז ווען אַ יונגער בחור אין ישׂראל האָט זיך דעראָבערט צו אַ רויטן אויטאָ פֿלעגט ער זיך גרויסן פֿאַר זײַנע חבֿרים.
"יש לי פּרײַוואַט אָדום עם הצפֿצפֿה יאַנקל־דודל", וואָס דאָס מיינט, אַז ער האָט אַ רויטן אויטאָ וואָס בלאָזט דעם האָרן מיט יאַנקל־דודל. די ספֿרדים רופֿן די אַשכּנזים "וווּס־וווּס" פֿון "וואָס־וואָס". זיי פֿלעגן זײַן אויפֿגעבראַכט אויף די וווּס־וווּסים, וואָס זײַנען געקומען אין לאַנד פֿריִער פֿאַר זיי און פֿאַרכאַפּט די בעסטע שטעלעס מיט דער מאַכט צוזאַמען, דער עיקר, אײַנגעשטעלט געזעצן געבויט אויף דער סאָציאַליסטישער אוטאָפּיע, באַשפּרענקלט מיט חלומות פֿון די נבֿיאים, מיט אַ טראָפּן פֿון מאָזעס העס, טעאָדאָר הערצל און קאַרל מאַרקס. דאָס זײַנען געווען אידעאָלאָגיעס אין גאַנצן פֿרעמד פֿאַר זיי. אָבער ווען זייער כּעס האָט זיך אײַנגעשטילט, פֿלעגן זיי זאָגן:
"וווּס־וווּס, אַבֿל בחור טובֿ". כאָטש ער איז אַן אַשכּנזי איז ער אָבער אַ פֿײַנער בחור. מען האָט אַפֿילו אַרײַנגענומען אין קאָן דעם "ליטוואַק" מיטן "גאַליציאַנער", און אַפֿילו די "פּוילישע דריפּקעס". ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט:
"הערבֿי הזה, גאַליציאַנער מאה אַחוז". דער אַראַבער איז אַ גאַליציאַנער הונדערט פּראָצענט. אַזוי האָבן זיי באַשריבן אַן אַראַבער וואָס איז אַ שאַכער־מאַכער. אויב איינער האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט, און די ישׂראלים זײַנען באַקאַנט פֿאַר זייער אומפּינקטלעכקייט, פֿלעגן זיי זאָגן:
"לא יכולתי לבֿוא מפּני עה... בע... ציגעלע מע..." — כ'האָב נישט געקענט קומען צוליב ע־בע־ציגעלע־מע. און אַז זיי מאַכן חוזק, האָט עס אויך ייִדישע וואָרצלען:
"תּראו את הפֿערטל עוף. אויך מיר אַ גיבור". גיב אַ קוק אויף דעם פֿערטל־עוף — אויך מיר אַ צעלייגער. אָדער:
"למה, הכּלל אַל תּשאול קלאָץ־קשיות". פֿאַרוואָס? מיט איין וואָרט, פֿרעג נישט קיין קלאָץ־קשיות.
און כאָטש דער רעדאַקטאָר האָט מיך אין יענע יאָרן געבעטן צו שרײַבן פֿאַר אַ לייענער וואָס איז שוין אין די אַריכת־ימים, אַ קאַפּיטשקע טויב און אַ טראָפּעלע בלינד, האָב איך זיך אויסגעלאַכט און געשריבן פֿאַר יעדן עלטער, אַפֿילו פֿאַר קינדער. אין סאַמע אָנהייב האָב איך נישט געוווּסט מיט וואָס פֿאַר אַ ייִדיש איך זאָל זיך באַנוצן — אַ ליטעראַרישן, אַן אַקאַדעמישן, אָדער פּראָסט און פּשוט ייִדיש פֿון פֿאָלקסמויל, אַ ייִדיש מיט אַלע חן־גריבעלעך. ווי איבערראַשט בין איך געוואָרן, ווען כ'האָב אָנגעהויבן באַקומען בריוועלעך פֿון לייענער וואָס זײַנען געווען אַן ערך דרײַסיק ביז די נײַנציקער און מיט אַ סמיטשיק אַריבער. אַ סך מאָל קריג איך טעלעפֿאָנען פֿון מענטשן אין בראַזיל אָדער אין ישׂראל וואָס אָדער זיי האָבן טענות צו מיר אָדער זיי ווילן מיך לויבן. ייִדן האָבן אַ טבֿע אַרויסצוזאָגן אַ מיינונג, און איך לאָז אַ ייִדן רעדן. אַ ייִדענע פֿון פֿילאַדעלפֿיע האָט מיר געשריבן, אַז איך בין איר לעצטע האָפֿענונג. זי וויל דווקא וויסן ווי אַזוי מען מאַכט אַ פּסחדיקן באָרשט. אַ פֿרוי פֿון לאָס־אַנדזשעלעס פֿאַרשרײַבט יעדעס וואָרט וואָס זי פֿאַרשטייט נישט לייענענדיק מײַנע אַרטיקעלעך און איז מיר מכבד מיט דער ליסטע. סוף־כּל־סוף, האָב איך שטאַרק ליב צו שרײַבן אַרטיקעלעך אויף מאַמע־לשון. וויסנדיק, אַז אונדזער ייִדיש גייט הײַנט אַדורך אַ קריזיס, איז מײַן גרעסטע זאָרג איך זאָל נישט זײַן פֿון די לעצטע מאָהיקאַנער. איך וויל דווקא וויסן צי אין צען, צוואַנציק, דרײַסיק און אַזוי ווײַטער יאָרן וועט נאָך זײַן אַ "פֿאָרווערטס"? וועט מען נאָך שרײַבן אויף ייִדיש? און אַזוי ווי מיר זײַנען אַ פֿאָלק פֿון נסים, דאַרף מען גלייבן, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿון נסים. אַפֿילו בײַם הײַנטיקן טאָג באַווײַזט זי נסים וואָס קיינער וואָלט זיך אויף דעם נישט געריכט. נעמלעך, זי לעבט.