- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע... |