‫פֿון רעדאַקציע

פֿון דעם 15טן אַפּריל ביז דעם 1טן יוני האָבן ייִדן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געהאַט אַ מעגלעכקייט אָנצוגעבן אויף עמיגראַציע קיין אַמעריקע, מיטן סטאַטוס פֿון פּליטים. אמת, אויסגערעכנט איז דאָס געווען איצט נאָר פֿאַר קרובֿים פֿון אַמעריקאַנער תּושבֿים. די דאָזיקע מעגלעכקייט האָט זיך געשאַפֿן אַ דאַנק דער פֿאַרלענגערונג דורכן פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿון דער אַזוי-גערופֿענער "לאָטענבערגס אַמענדירונג" — דער סענאַטאָר פֿון ניו-דזשערזי פֿראַנק לאָטענבערג (אַ 87־יאָריקער, איז ער הײַנט דער עלטסטער מיטגליד פֿון סענאַט), וועמעס עלטערן זײַנען געקומען פֿון מיזרח-אייראָפּע, האָט פֿאָרגעלייגט דעם דאָזיקן געזעץ אין יאָר 1989.


אַ ניו־יאָרקער ייִד אין כינע
רעפּאָרטאַזשן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט שמואל פּערלין

דאָס פֿירן אַ ייִדיש לעבן אין כינע

A New York Jew in China
A Report From Our Correspondent Ross Perlin
Living a Jewish Life in China

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס" פֿון דעם פּאַריזער "טרוים־טעאַטער"

נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..."

נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9).

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער (פֿראַנקרײַך)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע זעט, ווי פּורים־שפּילערס טראָגן מאַסקעס אינעם פֿילם "דער פּורים־שפּילער", רעזשיסירט פֿון יוסף גרין, מיט זיגמונט טורקאָוו און מרים קרעסין אין די הויפּט־ראָלעס. אינעם פֿילם, שטעלן פֿאָר די בעל־מלאָכות, דער עיקר, די שנײַדער פֿונעם שטעטל, אַ פּורים־שפּיל. זיי קומען אַרײַן אינעם גבֿירס הויז אויפֿצוטרעטן, און זיי טראָגן פּאַפּירענע מאַסקעס. די מאַסקעס וואָס מע זעט אינעם פֿילם, זענען נישט אַזוי אינטערעסאַנט, ווײַל זיי דינען נאָר אויסצובאַהאַלטן דאָס פּנים פֿונעם אַקטיאָר. זיי האָבן נישט קיין פּערזענלעכן אויסדרוק, וואָס זאָל אויסדרוקן אַ געוויסן פּערסאָנאַזש.

די מאַסקעס פֿון דער קלאַסישער איטאַליענישער "קאָמעדיע־דעל־אַרט", אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, להיפּוך, האָבן רעפּרעזענטירט ספּעציפֿישע כאַראַקטערן: "אַרלעקינאָ", "בריגעלאַ", "פּאַנטאַלאָנע", "דאָטאָרע", "קאַפּיטאַנאָ" און אַזוי ווײַטער.

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
 אַבֿי האָפֿמאַן אין "אַ ראַנדעוווּ מיט גאָט: לעבן און שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער"

בײַם צען־טאָגיקן "אינטערנאַציאָנאַלן מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל", וואָס האָט זיך געשלאָסן דינסטיק, דעם 21סטן יוני, האָט מען פֿאָרגעשטעלט טעאַטער, מוזיק, וואַרשטאַטן און לעקציעס אין אַ וואַרעמער, היימישער סבֿיבֿה. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, דירעקטאָרין פֿונעם "סעגאַל־צענטער", איז דער דערפֿאָלג פֿונעם צווייטן טעאַטער־פֿעסטיוואַל געווען, לויט אַלע קוואַלן, נאָך גרעסער פֿונעם ערשטן. איין אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, וואָס האָט פֿאַרבראַכט די גאַנצע צײַט איז געווען אַבֿי האָפֿמאַן, הײַנט אַ תּושבֿ פֿון דרום־פֿלאָרידע. ער איז געפֿאָרן קיין מאָנטרעאָל פֿאָרצושטעלן זײַנע פּיעסעס "ראַנדעוווּ מיט גאָט" וועגן איציק מאַנגער, און "Too Jewish": אַ קאָמישער קוק אויף דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. מיר האָבן אים געבעטן אונדז איבערגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער אונטערנעמונג — און מיר גיבן איבער זײַנע באַמערקונגען:

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
מאָרטאָן קלײַן (רעכטס) מיטן ספּיקער פֿון רעפּרעזענטאַנטן־הויז, דזשאָן ביינער (רעפּובליקאַנער, אָהײַאָ), בעת דעם יערלעכן שליחות פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" קיין וואַשינגטאָן, אַפּריל 2010

בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי".

אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינוס שווער, יתרו, האָט געגעבן אַן עצה צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים, כּדי צו באַפֿרײַען זײַן איידעם פֿון איבעריקער מי. בלויז אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען די דיינים האָבן נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו פּסקענען, האָבן זיי זיך געווענדט צו משהן. צוליב דער גרויסער ווערט פֿון דער דאָזיקער עצה, ווערט דערציילט וועגן דעם אין דער פּרשה, וואָס הייסט טאַקע "יתרו".

טעאַטער
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אסתּי ניסים זינגט גאָלדפֿאַדען

דעם 16טן און דעם 17טן יוני איז פֿאָרגעקומען אין מאָנטרעאָל, ווי אַ טייל פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, אַן אַקאַדעמישער סימפּאָזיום, וווּ מע האָט אַרומגערעדט פֿאַרשידענע ענינים מכּוח ייִדיש־טעאַטער און פֿילם. פֿאַר די אַקאַדעמיקער איז געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרברענגען אין איינעם און זיך באַקענען מיט די הײַנטיקע פּראָדוצירער פֿון ייִדיש־טעאַטער, הגם ניט ווייניק פֿון די פֿאָרשער זענען אַליין קינסטלער. אַזוי, האָט מען געקענט זען מיט די אייגענע אויגן, ווי למעשׂה עס אַרבעט דער, וועלכן מע פֿאָרשט געוויינטלעך טעקסטועל. דאָס מיינט ניט, אַז די רעדעס זענען געווען סתּם טרוקענע טעקסטן; בכלל ניט! די רעדנערס האָבן מערסטנס צופֿרידנגעשטעלט דעם עולם מיט זייערע פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאָרשונגען; ספּעציעל, ווען זיי זײַנען אויך באַגלייט געווען מיט וויזועלע פּרעזענטאַציעס, וואָס האָבן געהאָלפֿן צו מאַכן זייערע רעפֿעראַטן בילדעריש־באַרעמלט. הגם די רעדעס האָט מען געהאַלטן סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף פֿראַנצייזיש, האָט יעדער רעדנער, צום גליק פֿונעם עולם, אַרײַנגעמישט אין זײַן לעקציע זאַפֿטיקע ציטאַטן אויף מאַמע־לשון.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מאַקס גרונוואַלד

ס'איז אַלע מאָל אַ קאָמפּליצירטער ענין, ווען מע וויל אָנטאָן די קרוין איינעם, איין מענטש, ווי דער גרינדער אָדער דער פֿאַרלייגער פֿון אַ גאַנצן אַקאַדעמישן שטח. געוויינטלעך, איז אַזאַ אויפֿטו אַ בשותּפֿותדיקער און ס'וואָלט געווען אוממעגלעך צו אָנערקענען נאָר איין מענטש ווי "דער פֿאָטער" אָדער "די מוטער" פֿון אַ ברייטן אַקאַדעמישן פֿעלד. וואָס שייך דעם שטח פֿון דער שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ נוי פֿון ירושלים פֿאָרגעלייגט צו קרוינען דעם פֿאָלקלאָריסט הרבֿ ד״ר מאַקס גרונוואַלד ווי דער גרינדער; און ד״ר נוי האָט געהאַט מער ווי גענוג ראַיות דאָס צו באַשטעטיקן.

מאַקס גרונוואַלד איז געבוירן געוואָרן אין 1871 אין הינדענבערג, דײַטשלאַנד; פּראַווען מיר דאָס יאָר זײַן 140סטן געבוירן־טאָג. ער איז געווען דער רבֿ אין האַמבורג פֿון 1895 ביז 1903 און פֿון ווין פֿון 1905 ביז 1935, אַ תּקופֿה פֿון איבערקערענישן און בײַטן. אין 1938 האָט ער זיך באַזעצט אין ירושלים און איז דאָרטן געשטאָרבן אין 1953. גרונוואַלד האָט געפֿאָרשט כּלערליי טעמעס, און אין אַמעריקע קען מען אים, דער עיקר, פֿאַר זײַן בוך אויף ענגליש, וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ווין, וואָס איז אַרויס אין 1936. זײַן הויפּט־לײַדנשאַפֿט, אָבער, איז געווען צו זאַמלען און פֿאָרשן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
"גלות־פֿעסטיוואל" פֿון "ייִדיש־פֿאַרם"

במשך פֿון פֿיר טעג, פֿונעם 14טן ביזן 17טן יולי, קומט פֿאָר "דער גלות־פֿעסטיוואַל": עס וועלן מער ווי 100 ייִדיש־רעדנערס און ייִדיש־ליבהאָבערס שלאָפֿן אין געצעלטן, אַליין קאָכן אין דרויסן אויף אייוועלעך, און פֿאַרברענגען אויף אַ ריזיקער שיינער פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק. מע וועט קענען זיך באַטייליקן אין טעאַטער־שפּילן, מוזיקאַלישע אַקטיוויטעטן, ספּאָרט און הערן לעקציעס. די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער גרופּע "ייִדיש־פֿאַרם", וואָס איר ציל איז צונויפֿצוברענגען ייִדיש־רעדנערס מיט "פֿאַרשיידענע השקפֿות, כּדי צו בויען אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ." אויף זייער וועבזײַט שרײַבן זיי, אַז "מיר וועלן אַליין קולטיווירן אָרגאַניש עסן, אָנפֿירן מיט קולטורעלע פּראָגראַמען, און פֿאַרקויפֿן גרינסן מיט פֿלייש".

זכרונות, חורבן
פֿון אַהרן כאַצקעוויטש (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מומע קאַטיע (רעכטס) מיט אירע צוויי חבֿרטעס אין געפֿענקעניש

מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע...

רעליגיע, געזעלשאַפֿט, געשיכטע
ייִדישע פּויערים־קאָלאָניסטן דאַוונען

סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות.