|
ייִדישע פּויערים־קאָלאָניסטן דאַוונען |
|
סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט.
וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות.
בײַ אַ דורכשניטלעכן אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרק קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די חסידישע קהילות זענען בעצם שטאַרק אורבאַניזירטע. אַ סך חסידים זענען טאַקע צוגעבונדן צום שטאָטישן לעבן צוליב זייער פּרנסה און משפּחה־פֿאַרבינדונגען. דאָס חסידישע שטעטל ניו־סקווער, וואָס איז געוואָרן טרויעריק־באַרימט אין אַמעריקע נאָך אַ צאָל אויסטערלישע סקאַנדאַלן, איז אויך ווײַט פֿון אַגריקולטור. ס׳רובֿ סקווערער חסידים ווייסן נישט, מסתּמא, דעם חילוק צווישן אַ קאַטשקע און גאַנדז, הגם אַ טייל פֿון זיי פֿאַרפֿלאַנצן און באַאַרבעטן אַליין זייערע גערטנער, און דערפֿאַר ווייסן זיי אַ ביסל טאָלק אין אַגריקולטורעלע ענינים.
ס׳איז אמת, אַז די חסידים, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט לאַנדווירטשאַפֿט, זענען אַ ביסל מאָדערניזירט און קוקן אויף דער אַרומיקער וועלט מיט אָפֿענע אויגן. מע קאָן אָבער זאָגן פֿאַרקערט, אַז אַזעלכע חסידים פּרוּוון, היסטאָריש גערעדט, ממשיך צו זײַן די פֿאַרגעסענע אויטענטישע טראַדיציע פֿון חסידישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין מיזרח־אייראָפּע.
דער צווייטער חב״ד־רבי, דובֿ־בער שניאורי, באַקאַנט ווי דער "מיטעלער רבי", האָט געלעבט אין דער צײַט, ווען די רוסישע מלוכה האָט דערלויבט די ייִדן צו פֿאַרנעמען זיך מיט לאַנדווירטשאַפֿט אין געוויסע ראַיאָנען אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿונעם תּחום־המושבֿ. אַזוי ווי אַ צאָל אַנדערע רבנים, האָט דער חב״ד־רבי אַקטיוו געשטיצט די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, כּדי צו באַזאָרגן די ייִדן מיט אַן אָרנטלעכער, סטאַבילער, פּראָדוקטיווער און אומאָפּהענגיקער אַרבעט.
במשך פֿון אַ סך דורות, האָבן די אַנטיסעמיטישע רעגירונגען אין אייראָפּע נישט געלאָזט די ייִדן צו באַאַרבעטן דאָס לאַנד. דעריבער, האָבן אַ סך ייִדן געקוקט אויף די פּויערים מיט פֿאַראַכט און באַטראַכט לאַנדווירטשאַפֿט ווי אַ גראָבע אומגעוווּנטשענע מלאָכה. אין זײַנע בריוו, האָט דער "מיטעלער רבי" באַטאָנט, אַז אין די תּנ״כישע צײַטן האָבן די ייִדן זיך דווקא יאָ פֿאַרנומען מיט אַגריקולטור־אַרבעט — דעריבער איז עס נישט ריכטיק צו טראַכטן, אַז אַ ייִד קאָן נישט זײַן אַ פּויער.
מיט עטלעכע דורות שפּעטער, האָבן די קיבוצניקעס אָפֿט אויסגענוצט דעם זעלבן אַרגומענט פֿונעם תּנ״ך. זיי זענען אָבער זיכער נישט געווען די ערשטע שטיצער פֿון ייִדישע אַגריקולטורעלע פּראָיעקטן אין דער מאָדערנער תּקופֿה. צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבי דובֿ־בער שניאורי און זײַן זון "צמח־צדק", רבי מנחם־מענדל שניאורסאָן, איז אין מיזרח־אוקראַיִנע, אין דער יעקאַטערינאָסלאַווער און כערסאָנער גובערניעס, אויפֿגעקומען אַ גאַנצער נײַער קלאַס פֿון חסידישע פּויערים.
דעם 11טן מערץ, אינעם אַרטיקל "ווײַסרוסלאַנד: אַ וויג פֿון מולטי־קולטוראַליזם?", האָט דער מחבר פֿון די שורות געבראַכט אַ לאַנגן ציטאַט פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף־יצחק שניארסאָן, וועלכער האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות, אַז דאָס שטעטל ליובאַוויטש איז אויפֿגעקומען ווי אַ מין פֿריִיִקער קיבוץ — אַ ווירטשאַפֿטלעכע קהילה, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן דורך מענטשן, וועלכע האָבן געוואָלט באַאַרבעטן אַליין דאָס לאַנד און לעבן מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די עקסקלוסיוו־ייִדישע ישׂראלדיקע קיבוצים, האָט דער ליובאַוויטשער רבי געלויבט דעם אידעאַל פֿון אינטערנאַציאָנאַליסטישער מיטאַרבעט. אין זײַנע זכרונות דערציילט ער, אַז דער נאָמען פֿונעם שטעטל ליובאַוויטש שטאַמט פֿונעם וואָרט "ליבע", ווײַל די דאָרטיקע ייִדישע און קריסטלעכע פּויערים האָבן תּמיד געלעבט צוזאַמען בשלום, און האָבן זיך באַצויגן מיט ליבשאַפֿט איינער צום צווייטן.
די חסידישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין מיזרח־אוקראַיִנע האָבן טאַקע אָפֿט אַנטוויקלט וואַרעמע באַציִונגען מיט דער אָרטיקער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג. בעת דער רעוואָלוציע, איז די יעקאַטערינאָסלאַווער גובערניע געוואָרן דער צענטער פֿון דער אַנאַרכיסטישער "פּויערישער רעפּובליק", וועלכע האָט זיך געשטעלט אין דער אָפּאָזיציע סײַ קעגן די באָלשעוויקעס, סײַ קעגן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, סײַ קעגן די "ווײַסע" מאָנאַרכיסטן. די אָרטיקע אוקראַיִנישע אויפֿשטענדלער האָבן אַקטיוו געשטיצט די ייִדישע פּויערים און געגעבן די ייִדן ביקסן, כּדי זיי זאָלן זיך קאָנען באַשיצן פֿון פּאָגראָמען.
פֿון זייער זײַט, האָבן אַ סך פֿרומע ייִדן אין יענער געגנט אויך געשטיצט די לינקע באַוועגונגען. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, דערמאָנט אין זײַנע בריוו (ליקוטי־שׂיחות, ל״ג, 248־249), אַז ער האָט געקאָנט אַ סך גאַנץ פֿרומע ייִדישע לינקע ראַדיקאַלן און רעוואָלוציאָנערן; פֿונעם קאָנטעקסט זעט מען קלאָר, אַז ער האָט טאַקע געמיינט די פֿרומע "מאַכנאָווצעס".
הרבֿ יהודה־לייב דאָן־יאַכיאַ, אַ ליובאַוויטשער רבֿ פֿון טשערניגאָוו, איז געווען באַקאַנט ווי אַ ייִדישער טאָסטאָוועץ — אַ נאָכפֿאָלגער פֿונעם רוסישן שרײַבער לעוו טאָלסטוי און אַ שטיצער פֿון לאַנדווירטשאַפֿטלעכע געזעלשאַפֿטן. שפּעטער, אין די 1930ער יאָרן, איז דאָן־יאַכיאַ אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע און געשטיצט דאָרטן די קיבוץ־באַוועגונג.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז חיים זשיטלאָווסקי, אַ באַקאַנטער ייִדישער רעוואָלוציאָנער און שטיצער פֿון אַגריקולטורעלע פּראָיעקטן, האָט אויך געשטאַמט פֿון אַ ליובאַוויטשער משפּחה און זיך גענוג אָפֿט געווענדט צו חב״ד־חסידות אין זײַנע ווערק.
ווען די באָלשעוויקעס האָבן איבערגענומען די מאַכט אין די דערמאָנטע געגנטן, זענען די ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין קאָלווירטן. אַזוי ווי די אוקראַיִנישע פּויערים, האָבן די ייִדן שטאַרק געליטן בעת דער קאָלעקטיוויזאַציע־תּקופֿה, און דערצו פֿון אַנטיסעמיטישע רדיפֿות; שפּעטער, זענען זיי אומגעקומען אינעם חורבן. ווי אַ רעזולטאַט, איז דאָס אַמאָליקע ייִדישע און חסידישע פּויערטום כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן.
דאָס חב״ד־חסידות האָט אָבער אַ טיפֿערע, מער גרינטלעכע פֿאַרבינדונג מיט לאַנדווירטשאַפֿט, ווי די פּראַקטישע אַליאַנץ צווישן די חסידים און פּויערישע באַוועגונגען. אין די ליובאַוויטשער ספֿרים ווערן כּסדר געבראַכט פֿאַרשיידענע משלים, באַגרינדעט אויף אַגריקולטורעלע סימבאָלן. למשל, ווערט די באַציִונג צווישן דעם הימל, וואָס באַגיסט די ערד מיט רעגן, געשילדערט אין די ליובאַוויטשער ספֿרים ווי אַ זיווג צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי. אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע קולטורן, ווערט די ערד באַטראַכט ווי אַ מאַמע. אין די אַנדערע חב״ד־מאמרים ווערן די געדאַנק־פּראָצעסן אינעם מענטשלעכן שׂכל אַסאָציִיִרט, סימבאָליש, מיט פֿאַרשיידענע שטאַפּלען פֿונעם יערלעכן לאַנדווירטשאַפֿטלעכן ציקל.