משה רבינוס שווער, יתרו, האָט געגעבן אַן עצה צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים, כּדי צו באַפֿרײַען זײַן איידעם פֿון איבעריקער מי. בלויז אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען די דיינים האָבן נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו פּסקענען, האָבן זיי זיך געווענדט צו משהן. צוליב דער גרויסער ווערט פֿון דער דאָזיקער עצה, ווערט דערציילט וועגן דעם אין דער פּרשה, וואָס הייסט טאַקע "יתרו".
הגם משה און יתרו האָבן געמיינט לשם־שמים, האָט עמעצן געקאָנט קומען אויפֿן געדאַנק אַ חשד, אַז משה און יתרו האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם פּסק־הלכה אין אַ מין משפּחה־געשעפֿט, שטייענדיק בראָש פֿון דער גאַנצער דיינים־היעראַרכיע. מיט אַזאַ טענה איז טאַקע אַרויסגעטראָטן קורח, וועלכער האָט אויך געשטאַמט, אַזוי ווי משה רבינו, פֿונעם שבֿט־לוי. קורח איז אויך געווען נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס משהס ברודער, אַהרן, האָט באַקומען דעם הויכן טיטל פֿונעם כּהן־גדול. דאָס האָט ווײַטער פֿאַרשטאַרקט קורחס חשדים, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק ווערט אָנגעפֿירט דורך משהס משפּחה — סײַ וואָס שײַך דער אַלגעמיינער פֿירערשאַפֿט און דין־תּורה, סײַ וואָס שײַך כּהונה.
צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי מנהיגים פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט קורח פּראָטעסטירט קעגן די היעראַרכיעס און דערקלערט, אַז "כּל העדה כּולם קדושים ובתוכם ה׳" — דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק איז הייליק, און דער אייבערשטער אַנטפּלעקט זיך אין אַלע זייערע נשמות, נישט בלויז דורך משה און אַהרן. 250 גרויסע תּלמידי-חכמים האָבן געשטיצט די אויפֿשטענדלער.
די חז״ל זאָגן, אַז קורח האָט געפֿרעגט בײַ משה רבינו אַ שאלה, צי אַ טלית, וואָס איז געמאַכט אינגאַנצן פֿון תּכלת, מוז האָבן ציצית. משה האָט געענטפֿערט, אַז יאָ. קורחס חבֿרה האָט דערקלערט, אַז נישט, און געשטיצט זייער פּאָזיציע מיט אַן איבערצײַגנדיקן הלכה־פּילפּול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ תּכלת־טלית האָט געדינט ווי אַ סימבאָל פֿון גלײַכקייט, וואָס קורח האָט געפּרעדיקט.
כּדי אָפּצושטעלן דאָס מחלוקת, האָט משה פֿאָרגעלייגט קורחן צו ברענגען קטורת אינעם מישכּן. אויב זיי האָבן טאַקע רעכט אויסצופֿירן די עבֿודת־הכּהנים, וועט דער אייבערשטער עס מקבל זײַן. ווען די אויפֿשטענדלער האָבן געפּרוּווט צו ברענגען זייער קטורת, האָט די ערד זיך צעשפּאָלטן און אײַנגעשלונגען די הויפּט־אויפֿהעצער פֿונעם מחלוקת, בראָש מיט קורחן, און אַ הימליש פֿײַער האָט פֿאַרברענט די אַנדערע באַטייליקטע אין דער קריגערײַ.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "במדבר" כּסדר אַנאַליזירט דער לייטמאָטיוו פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿיזישן און גײַסטיקן מידבר. יעדער מענטש מוז צומאָל מאַכן סתּירותדיקע באַשלוסן, נישט וויסנדיק קלאָר, ווי אַזוי ס׳איז ריכטיקער צו טאָן. אינעם חומש "במדבר" ווערן געשילדערט אַ צאָל קלאַסישע, אַרכעטיפּישע שטרויכלונגען, אויף וועלכע דער מענטש קאָן זיך אָנטרעפֿן אין זײַן וועג איבערן "מידבר" פֿונעם לעבן.
דער מדרש זאָגט, אַז ווען משיח וועט קומען און די טויטע ווערן לעבעדיק ווערן, וועט קורח ווערן אַ נײַער כּהן־גדול, אַנשטאָט אַהרנען. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז אין קורחס טענות האָט געשטעקט אַ קערנדל פֿון אמת, אָבער דער נײַער סדר, וועלכן ער האָט געפֿאָדערט אײַנצופֿירן, קאָן פֿאַרווירקלעכט ווערן בלויז אין משיחס צײַטן. קורחס ווערטער וועגן גלײַכקייט פֿון אַלע ייִדן זענען געווען ריכטיק. אַדרבה, ווען נישט דער חטא־העגל, וואָלט די ג־טלעכע אַנטפּלעקונג זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט און אין דער גאַנצער מענטשהייט וואָלטן געהערשט ברידערלעכע באַציִונגען.
קורחס טענות ווערן דערמאָנט אין פּרקי־אָבֿות ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַ שלעכטן מחלוקת. על־פּי־חסידות איז אָבער די מעשׂה נישט אַזוי פּשוט; קורח איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און געגלייבט, אַז ער קריגט זיך מיט משה רבינו לשם־שמים. דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז קורח האָט אַרויסגעזאָגט "טײַערע ווערטער", וועלכע זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער הייליקער תּורה. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס איז זײַן אויפֿשטאַנד — אין דעם פֿאַל, ממש אין אַ בוכשטעבלעכן זין — דורכגעפֿאַלן?
אין דעם דערמאָנטן איזשביצער ספֿר, "מי השילוח", ווערט כּסדר באַטראַכט דער וויכטיקער פּרינציפּ פֿון "עבֿירות לשמה". ווען מע טוט אַן עבֿירה מיטן גאַנצן האַרצן לשם־שמים, ווערט זי פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. דעם דאָזיקן פּרינציפּ טאָר מען אָבער נישט אָנווענדן לײַכטזיניק; ווען עמעצער קלײַבט זיך צו טאָן עפּעס אַן אומקאָנווענציאָנעלע מעשׂה, מוז מען קודם באַטראַכטן דורך און דורך, צי מע וויל עס טאַקע טאָן צוליב אַ ריינער כּוונה, אָדער מע נאַרט זיך אָפּ און מע זוכט פּשוט אַ תּירוץ צו טאָן וואָס מע וויל.
על־פּי־מדרש, איז קורח געווען דער רײַכסטער מענטש אין דער וועלט. בלויז איין מענטש, אַ ריזיקער בעל־גאווה, איז שפּעטער געוואָרן אַזוי רײַך ווי קורח; דאָס איז געווען המן־הרשע. עשירות איז בכלל אַ שווערער נסיון; אָבער, ווען געלט ווערט אויסגעמישט מיט מאַכט, ווערט עס ממש אַ גרויסע סכּנה. אויב אַפֿילו קורח האָט געטראַכט, לכתּחילה, טאַקע לשם־שמים, האָט דער רײַכסטער מענטש נישט געקאָנט ערנסט רעדן וועגן גלײַכקייט — סײַדן ער וואָלט צעטיילט זײַן פֿאַרמעגן צווישן די אַנדערע ייִדן.
הגם משה רבינו האָט אײַנגעפֿירט אַ סיסטעם פֿון דיינים, איז ער געווען אַ באַשיידענער מענטש און נישט געהאַט קיין הנאָה פֿון דער היעראַרכיע. ווען דער אייבערשטער האָט זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט און געהייסן אים צו גיין ראַטעווען די ייִדן פֿון מצרים, האָט משה נישט געוואָלט אָננעמען אַזאַ הויכע מיסיע און געבעטן: "שלח נאָ ביד תּשלח" — שיק אַ אַנדערן, מער פּאַסיקן מענטש. שפּעטער, כּדי צו ראַטעווען דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון אַ שטראָף, האָט משה געבעטן דעם באַשעפֿער אויסצומעקן זײַן נאָמען פֿון דער תּורה.
קורח האָט זיך געפֿירט אינגאַנצן אַנדערש. הגם ער האָט געדרשנט וועגן גלײַכקייט, האָט ער געוואָלט פֿאַרנעמען, אין דער זעלבער צײַט, די פּאָזיציעס פֿון אַהרן הכּהן און משה רבינו. הגם ער האָט געטענהט, אַז אַלע ייִדן זענען גלײַך, האָט ער געוואָלט אויספֿירן דווקא די אוניקאַלע ראָלע פֿונעם כּהן־גדול. אין די הײַנטיקע טערמינען, קאָן מען זאָגן, אַז ער איז געווען אַ פּאָפּוליסטישער פֿירער, וועלכער האָט געהאָפֿט איבערנעמען די מאַכט איבערן פֿאָלק מיט דער הילף פֿון שיין־קלינגענדיקע לאָזונגען.
ווען משה רבינו האָט געבעטן קורחן אָפּצושטעלן דאָס מחלוקת, האָט ער געזאָגט: "שמעו נאָ בני לוי" — הערט זיך צו, לוויים. הגם קורח האָט געטענהט, אַז ער פֿאַרטיידיקט גלײַכקייט, האָט ער זיך פֿאָקוסירט, אין דער אמתן, אויף דער אינערלעכער פּאָליטיק פֿון די לוויים און כּהנים. ער האָט זיך געזאָרגט, דער עיקר, בלויז וועגן גלײַכקייט פֿון זײַן שבֿט. ווענדנדיק ווידער צו דער מאָדערנער טערמינאָלאָגיע, האָט ער געוואָלט שאַפֿן אַ מין "נאַציאָנאַל־דעמאָקראַטיע" פֿאַרן שבֿט־לוי.
די פּראָבלעמען, וואָס ווערן באַטראַכט אין דער הײַנטיקער פּרשה, בלײַבן נאָך אַלץ אַקטועל. הגם אין די הײַנטיקע צײַטן איז שוין מעגלעך צו לעבן אָן היעראַרכיעס, ווי עס האָבן דערקלערט אַ צאָל חסידישע מפֿרשים, מוז יעדער מענטש, וואָס נעמט אָן אַ פֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער געזעלשאַפֿט, גוט באַטראַכטן זײַן כּוונה, כּדי נישט איבערצוחזרן די טעותים פֿון קורחן, און צו באַציִען זיך צו אַלעמען באמת גלײַך, אויספֿירנדיק זײַן ראָלע לשם־שמים.