|
די מומע קאַטיע (רעכטס) מיט אירע צוויי חבֿרטעס אין געפֿענקעניש |
|
מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע...
ס'איז געווען אָבער אַ מענטש, וואָס וועגן אים ווייס איך אַ ביסל מער, ווי נאָר זײַן נאָמען.
די עלטערע שוועסטער פֿון מײַן מאַמען, די מיליטער־דאָקטאָרין יעקאַטערינע אַרכיבאַנד האָט געדינט אין 1942 אין אַ פֿעלד־האָספּיטאַל. די רויטע אַרמיי האָט גראָד דעמאָלט געפּרוּווט אַרויסצושטויסן די דײַטשן פֿון קרים, אָבער ס'האָט זיך איר דאָס נישט אײַנגעגעבן. אין איר לעצטן בריוו, וואָס איז צו אונדז דערגאַנגען פֿונעם פֿראָנט, האָט די מומע געשריבן: "דאָס וואָס מע שרײַבט וועגן די דײַטשן, איז בלויז אַ גאָר קליינער חלק. אין קערטש האָבן זיי אַרויסגערופֿן זיבן טויזנט ייִדן, כּלומרשט צו רעגיסטרירן זיי, און מער האָבן זיי זיך אַהיים נישט אומגעקערט. איך אַליין האָב געזען דעם טיפֿן ריוו, וווּ עס זײַנען געליגן זייערע גופֿים. ווינטער זײַנען זיי פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, און איצט האָט מען דעם ריוו פֿאַרשאָטן מיט ערד"...
שפּעטער מיט עטלעכע טעג האָבן די דײַטשן אַטאַקירט און אַרײַנגעוואָרפֿן דעם סאָוועטישן דעסאַנט אין ים אַרײַן. אַ סך מענטשן זײַנען אומגעקומען בעת דער מיליטערישער טראַגעדיע, פּרוּוונדיק, אונטער די באָמבעס און שיסערײַען, זיך ראַטעווען אויפֿן אַנדערן ברעג פֿונעם קערטש־דורכגוס; נאָך מער מיליטער־לײַט זײַנען דעמאָלט, אַרײַן אין געפֿענקעניש. דער האָספּיטאַל, וווּ די מומע קאַטיע האָט געדינט האָט מען נישט באַוויזן צו עוואַקויִרן, און זי איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די דײַטשישע הענט. מעגלעך, אַז זי האָט אויך געפֿינען איר טויט אין אַזאַ מין ריוו, וועגן וועלכן זי האָט געשריבן אין איר לעצטן בריוו.
אין יענעם בריוו בעט זי, אַז מײַן מאַמע זאָל איבערגעבן מײַן שוועסטערקינד פּעטיען (פּיאָטער מאָשיאַשווילי), דאָס הייסט, דעם פּלימעניק, ער זאָל זיך אויף איר נישט באַליידיקן הלמאַי זי שרײַבט אים זעלטן. גאָר אין גיכן איז פּעטיע אַליין, גלײַך נאָכן פֿאַרענדיקן די שול, מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַרמיי און האָט געדינט ווי אַ ים־דעסאַנטלער. ער האָט זיך באַטייליקט אין די שלאַכטן גראָד אין די ערטער, וווּ אונדזער מומע קאַטיע איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. דעמאָלט זײַנען די דײַטשן שוין אויף שטענדיק פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון קרים. אינעם בנין פֿונעם פֿאַרלאָזטן דײַטשישן שטאַב האָט ער צופֿעליק געפֿונען אַן אַלבאָם מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָפּגעדרוקט אין אַ דרוקערײַ, ווי אַ מין פּראָפּאַגאַנדע־אויסגאַבע. אויף איינער פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַנען געשטאַנען דרײַ געפֿאַנגענע פֿרויען, באַגלייט פֿון אַן אויפֿזיכערין. צוויי, זעט אויס, מיט ייִדישע בענדלעך אויף די אָרעמס. די ערשטע פֿון רעכטס איז געווען די מומע קאַטיע.
לויט די ווינטערדיקע קליידער אויף זיי, און די זומערדיקע — אויף די דײַטשן, איז גרינג צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס בילד איז געמאַכט געוואָרן אין מיטן זומער 1942. דווקא אין יענער צײַט האָבן די דײַטשן פֿאַרכאַפּט די לעצטע רעשטלעך פֿון די סאָוועטישע סאָלדאַטן. צוזאַמען מיט די דײַטשן, לויט די מיליטער־ידיעות, האָט דאָרט באַלעבאַטעוועט אויך די "אָרטיקע באַפֿעלקערונג".
די אַדזשימושקאַנער שטיינברעכערײַ אין קרים האָט מען אָנגעהויבן פֿונאַנדערצואַרבעטן נאָך אין די אַנטיקישע צײַטן, בערך אין 6טן יאָרהונדערט פֿאַר דער נײַער תּקופֿה, ווען אויפֿן אָרט פֿון דער הײַנטיקער שטאָט קערטש איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן די שטאָט פּאַנטיקאַפּעי (באָספֿאָר). במשך פֿון צוויי מיט אַ האַלב טויזנט יאָר איז אויסגעגראָבן געוואָרן אַ ריזיקע צאָל שטיינער, וואָס אויף זייער אָרט זײַנען אונטער דער ערד געבליבן גאַנצע טונעלן־קאַטאַקאָמבעס. זיי באַשטייען פֿון דרײַ באַזונדערע שטיינברעכערײַען: "גרויסע", "ייִדישע" און "קליינע". אין מײַ 1942 האָבן אין די דרײַ שטיינברעכערײַען זיך אויסבאַהאַלטן אַרום 13־15 טויזנט מענטשן. צווישן זיי, עטלעכע טויזנט פּליטים מיט קינדער. ווער זײַנען געווען די פּליטים, ווערט אין קיין שום דאָקומענט נישט אָנגעוויזן, אָבער עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט בעת דער ערשטער אָקופּאַציע פֿון קערטשער האַלב־אינדזל; די צווייטע אָקופּאַציע האָט שוין קיין האָפֿענונג זיך צו ראַטעווען נישט געלאָזט. דאָרטן האָבן אויך געפֿונען אַ מקום־מיקלט עטלעכע מיליטערישע שפּיטאָלן.
|
פּיאָטער מאָשיאַשווילי, 1945 |
|
אַלע שטיינברעכערײַען האָבן נישט געהאַט קיין וואַסער־קוואַלן און די קאַרגע דאָקומענטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרהיט, זאָגן עדות וועגן די שרעקלעכע יסורים, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף די אומגליקלעכע פֿרויען, קינדער און פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן. די ספּעציעל געבראַכטע פֿון בערלין "ספּעציאַליסטן" האָבן אָנגעפֿילט די קאַטאַקאָמבעס מיט טייטלעכן גאַז...
צו טראָגן מיט זיך דעם גאַנצן אַלבאָם מיט דײַטשישע טעקסטן האָט מײַן שוועסטערקינד מורא געהאַט, ווײַל ס'איז געווען אַ סכּנה. האָט ער אַרויסגעריסן דאָס זײַטל מיטן בילד פֿון מײַן מומע קאַטיע און עס געטראָגן מיט זיך די גאַנצע מלחמה.
נאָכן קריג האָט אונדזער משפּחה געשריבן אין פֿאַרשיידענע אַרמיייִשע אינסטאַנצן, אָבער פֿון אומעטום פֿלעגן אָנקומען די זעלבע סטאַנדאַרטע ענטפֿערס: "אין די ליסטעס פֿון אומגעקומענע ניטאָ". אַזעלכע "ניט־געפֿונענע" האָבן געהאַט זייער דעפֿיניציע: "פֿאַרפֿאַלן אָן ידיעות". דערנאָך איז געשטאָרבן קאַטיעס מוטער, שינדל־אסתּר, און איר פֿאָטער, משה אַרכיבאַנד. צוליב די ייִדישע נעמען פֿון מײַנע קרובֿים, האָט קיין איין צײַטונג אין קרים נישט געוואָלט אָפּדרוקן דאָס בילד פֿון די דרײַ פֿרויען; אפֿשר וואָלט עמעצער זיי דערקענט פֿון די לעבן־געבליבענע. דעמאָלט איז עס נאָך מעגלעך געווען. און דאָך בעט איך די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", אפֿשר וועט עמעצער וויסן, פֿון וועלכן דײַטשישן אַלבאָם אָדער זאַמלונג איז דאָס בילד גענומען געוואָרן? גיט, ביטע, וועגן דעם צו וויסן אין רעדאַקציע.
מעגלעך, אַז איך בין הײַנט געבליבן דער איינציקער מענטש, וואָס האָט פֿאַרהיט פֿון קינדווײַז אָן די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי. נאָך גאָר אַ ברעקל בין איך זייער קראַנק געוואָרן און די מומע קאַטיע האָט מיר געגעבן איר בלוט פֿון זייער אַ זעלטענער גרופּע — די ערשטע.
קאַטיע אַרכיבאַנד איז געוואַקסן אין אַן אַסימילירטער משפּחה. דער פֿאָטער האָט אָפּגעדינט, ווי אַ קאַנטאָניסט, 25 יאָר אין דער רוסישער אַרמיי, און זיך באַזעצט אין טיפֿליס, גרוזיע, "מיט אַלע רעכט פֿון אַ רוסישן בירגער". אויף די קאַנטאָניסטן, ווי באַוווּסט, האָבן זיך נישט פֿאַרשפּרייט די באַגרענעצונגען, ווי אויף אַנדערע ייִדן אין דער רוסלענדישער אימפּעּריע.
עס האָט זיך פֿאַרהיט בײַ מיר קאַטיעס טאָגבוך, אַ תּלמידה פֿון דער טיפֿליסער גימנאַזיע. זי האָט אים געפֿירט פֿון 1913 ביז 1919. דאָרט איז דאָ אַזאַ נאָטיץ:
דער 13טער אַפּריל, 1915 (13 יאָר אַלט).
איך בין זייער נאַריש. צום בײַשפּיל, הײַנט; די מאַמע האָט מיך געשיקט אויסצוטוישן די ביכער אינעם אַדלקלוב. גוט, בין איך אַהין געפֿאָרן. איך קום אַרײַן אין ביבליאָטעק, פֿרעגט מיך די ביבליאָטעקאַרין, אַליין אַ פֿירשטין:
— Madmoisel, מיר האָבן אײַנגעפֿירט אַ נײַעם כּלל, אַרויסצוגעבן ביכער נאָר אונדזערע מיטגלידער... וואָס איז אײַער פֿאַמיליע־נאָמען?
— אַרכיבאַנד.
— און וואָס איז אײַער נאַציאָנאַליטעט? איר זײַט אַ רוסישע?
— אַ גרוזינערין.
— אַ גרוזינערין, צי אַ דײַטשקע? אײַער פֿאַמיליע קלינגט ווי אַ דײַטשישע.
— יאָ, מײַן פֿאָטער איז פֿריִער געווען אַ דײַטש, און איצט געוואָרן אַ גרוזינער.
זי האָט זיך צעלאַכט...
נאָך דעם שמועס בין איך, רויט ווי אַ ראַק, אַרויסגעלאָפֿן פֿונעם קלוב. דעם גאַנצן וועג אַהיים האָב איך געטראַכט: פֿאַר וואָס האָב איך עס געדאַרפֿט זאָגן, אַז כ'בין אַ גרוזינערין, נישט קיין ייִדישע? ס'איז דען אַ בושה צו זײַן אַ ייִדישע? די ייִדן זײַנען דאָך אַזאַ פֿעיִק פֿאָלק. פֿאַר וואָס האָב איך אַזוי געזאָגט?.. יאָ, כ'בין זייער נאַריש.
די אַרמיי, וואָס האָט געזאָלט זיך אַרויסזעצן אין קרים, האָט זיך פֿאָרמירט אין טביליסי. איך געדענק דעם טאָג, ווען קאַטיע האָט פֿאַרלאָזט די היים. אַ ליידיקער טיש, פֿאַרשפּרייט מיט אַ געלן פּליושענעם טישטעך, און אויפֿן טיש — אַ רעוואָלווער. איך האָב פֿאַרגעדענקט זײַן נאָמען "TT".
דערנאָך זײַנען געווען בלויז געציילטע בריוו, און שפּעטער דאָס דײַטשישע בילד, געבראַכט פֿון מײַן שוועסטערקינד: די מומע קאַטיע אין געפֿענקעניש. וואָס עלטער איך ווער, קוק איך אָפֿטער אויף דעם בילד. ס'איז שוין אַדורך אַ גאַנץ לעבן, די וועלט האָט זיך געביטן, און זי שטייט נאָך אַלץ מיט אירע צוויי חבֿרטעס, פֿאַרשפּאַרט אין פּלען פֿון יענער צײַט אָן, און זי... וואַרט. זי וואַרט ביז ס'וועט זיך אַנטדעקן איר סוד. איין שרעקלעכע רגע וועט זיך בײַטן אויף אַן אַנדערער, נאָך שרעקלעכער, וואָס קיין שום פֿאָטאָ־אַפּאַראַט וועט שוין נישט מסוגל זײַן אָפּצושטעלן. די שווערע שטיוול רירן זיך פֿון אָרט און זיי לאָזן זיך אין זייער לעצטן טרויער־וועג.
יענער דײַטשישער פֿאָטאָגראַף, וועלכער האָט געמאַכט דאָס בילד, איז שוין געוויס לאַנג געשטאָרבן. געבליבן איז אָבער פֿאַראייביקט אויף דעם בילד דער טראַגישער אויסזען פֿון דער מומע קאַטיע אין יענער צײַט...
איך בין נישט איין מאָל געווען אין קרים, אין יענע ערטער, וווּ דאָס אַלץ איז געשען. איך האָב געזוכט שפּורן פֿון מײַן מומע קאַטיע. זיך צוגעהערט צו די קאַרגע דערמאָנונגען פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער. זיי האָבן דערציילט וועגן די שרעקלעכע מערדערײַען, ווי ס'וואָלט געווען אַ וואָכעדיקע זאַך: "די ייִדן האָט מען אַלע דערשאָסן, קיין איינעם נישט געלאָזט... אַ פֿרוי, נאָך גאָר אַ יונגע, האָט זיי אַזוי געבעטן, מע זאָל זי נישט שיסן... אַזוי געבעטן..."
אַ מאַנספּאַרשוין מיט אַ פֿאַרשטיינערט פּנים האָט איר איבערגעריסן: "מ'האָט זיי צוגעפֿירט צום אָפּגרונט און דאָרט אַראָפּגעוואָרפֿן אין ים, די ייִדן און נאָך די אַנדערע, וואָס האָבן דאָ געוווינט... קרימטשאַקעס, האָט מען זיי גערופֿן..."
ווי מיראַזשן אין די הייסע קרימער סטעפּעס, האָבן זיך מיר געשטעלט פֿאַר די אויגן בילדער פֿון גאָר ווײַטע אַנטיקישע צײַטן — בלויע און ציכטיקע, און זײַנען באַלד פֿאַרצויגן געוואָרן מיט אַ שוואַרצער געדיכטקייט פֿון רויך... דער אָנדענק וועגן קאַטיען האָט זיך צעשווענקט אין דער פֿאַרגעסנקייט פֿון די נײַע אײַנוווינער פֿון דער פֿאַריתומטער ערד. ניטקיינעמס בערג, ניטקיינעמס סטעפּעס. ניטקיינעמס פּאַלאַצן אין באַכטשיסאַרײַ און ליוואַדיאַ, אויפֿגעבויט פֿאַר די טאָטערישע כאַנען און רוסישע קיסרים. ניטקיינעמס חורבֿות פֿון גאָר אוראַלטע סינאַגאָגעס...