מאַקס גרונוואַלד |
ס'איז אַלע מאָל אַ קאָמפּליצירטער ענין, ווען מע וויל אָנטאָן די קרוין איינעם, איין מענטש, ווי דער גרינדער אָדער דער פֿאַרלייגער פֿון אַ גאַנצן אַקאַדעמישן שטח. געוויינטלעך, איז אַזאַ אויפֿטו אַ בשותּפֿותדיקער און ס'וואָלט געווען אוממעגלעך צו אָנערקענען נאָר איין מענטש ווי "דער פֿאָטער" אָדער "די מוטער" פֿון אַ ברייטן אַקאַדעמישן פֿעלד. וואָס שייך דעם שטח פֿון דער שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ נוי פֿון ירושלים פֿאָרגעלייגט צו קרוינען דעם פֿאָלקלאָריסט הרבֿ ד״ר מאַקס גרונוואַלד ווי דער גרינדער; און ד״ר נוי האָט געהאַט מער ווי גענוג ראַיות דאָס צו באַשטעטיקן.
מאַקס גרונוואַלד איז געבוירן געוואָרן אין 1871 אין הינדענבערג, דײַטשלאַנד; פּראַווען מיר דאָס יאָר זײַן 140סטן געבוירן־טאָג. ער איז געווען דער רבֿ אין האַמבורג פֿון 1895 ביז 1903 און פֿון ווין פֿון 1905 ביז 1935, אַ תּקופֿה פֿון איבערקערענישן און בײַטן. אין 1938 האָט ער זיך באַזעצט אין ירושלים און איז דאָרטן געשטאָרבן אין 1953. גרונוואַלד האָט געפֿאָרשט כּלערליי טעמעס, און אין אַמעריקע קען מען אים, דער עיקר, פֿאַר זײַן בוך אויף ענגליש, וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ווין, וואָס איז אַרויס אין 1936. זײַן הויפּט־לײַדנשאַפֿט, אָבער, איז געווען צו זאַמלען און פֿאָרשן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
אין 1897 האָט ער קודם געגרינדעט "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישן פֿאָלקלאָר" און דערנאָך לאַנצירט דעם זשורנאַל אויף דײַטש — Mitteillungen zur Judischen Volkskunde [ידיעות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר], וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ יאָרבוך־סעריע. זײַנע אינטערעסן האָבן כּולל געווען סײַ קולטור־געשיכטע, סײַ פֿאָלקס־לעגענדעס, לידער און מעשׂיות, סײַ פאָלקס־מעדיצין, פֿאָלקס־קונסט, אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר, און דעם פֿאָלקלאָר פֿון אַנדערע עדות ייִדן.
אינעם זשורנאַל "מיטטיילונגען" האָבן זיך אָפּגעדרוקט אַרטיקלען פֿון פֿאָלקלאָר־זאַמלערס נישט בלויז פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, נאָר אויך פֿון רוסלאַנד, פּוילן און גאַליציע. אַ טייל פֿון די זאַמלערס פֿון די דײַטש־רעדנדיקע לענדער זענען געפֿאָרן אין די ייִדיש־רעדנדיקע לענדער און דאָרטן פֿאַרשריבן די מאַטעריאַלן; אַנדערע האָבן געזאַמלט ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע עמיגראַנטן אין עסטרײַך און דײַטשלאַנד. אין אַ נומער פֿון 1913, האָט אַ. מ. גאָנצער פֿון בערלין אָפּגעדרוקט זײַן פֿײַנע זאַמלונג פֿון "ייִדישע רעדנסאָרטן און פּאַראָדיעס פֿון ליטע". מוסטערן פֿון זײַנע מאַטעריאַלן:
"אַרײַנפֿאַלן אין שמע־קולנו"
"ער טראָגט זיך אַרום, ווי אַבֿרהם מיט דער מילה"
"פֿרעג דעם רבונו־של־עולם אַ קשיא! (מע קען מיט גאָט ניט ריכטן)
"ער זאָל זײַן אַ כּפּרה פֿאַר זײַן מינדסטן נעגל"
ווי מאַכט ׳ווילנע׳? "וואָס ווילסטו, יודקע, לאָקשן — נעם, עס!"
"אוי רב יונה של עולם!" (פּאַראָדיע)
"רבנים האָבן שלעכטע קינדער" (ווערטער־שפּיל: "רעה־בנים"
"ברוך אַתּה, קעלבענער טאַטע, ציגענע מאַמע, שטרויענע קינדער" (קינדערליד).
אין זעלביקן נומער האָט אַן אַנדער דײַטש־ייִדישער זאַמלער, ד״ר באַמבורגער, ראַבינער אין שאָנלאַנקע, געדרוקט אַ ייִדיש פֿאָלקסליד פֿון גאַליציע, וואָס ער האָט געזאַמלט אין זײַן שטאָט. אין אַן אַנדער נומער האָט ש. גורעשיץ אַרײַנגעשיקט לידער פֿון מאָגילעוו. צווישן די לידער, אַ ליד וואָס איך דערקען פֿון מײַן באָבעס רעפּערטואַר, אָבער אַן אַנדער וואַריאַנט. די ערשטע "פֿרוידיאַנישע" סטראָפֿע געפֿינט זיך אין ביידע נוסחאָות:
די רויז בליט אין גאָרטן
דער רעגן שפּריצט אויף איר.
דער רעגן הערט אויף שפּריצן,
פֿאַרלירט זי איר קאָליר.
ניט אַזוי דעם קאָליר
ווי די רויטע פֿאַרבן,
איידער אַזאַ לעבן
יונגערהייט צו שטאַרבן.
יונגערהייט צו שטאַרבן
איז ניט קיין סכּנה,
איידער צו בלײַבן
אַ יונגע אַלמנה.
אַ יונגע אַלמנה
דער מאַן שטאַרבט אָפּ
דאָס הייסט אַן עגונה
דער מאַן פֿאָרט אָפּ.
דער מאַן פֿאָרט אַוועק
טוט זי נאָך אים בענקען
פֿאַלט זי אַרײַן
אין אַלערליי קרענקען.
אַלערליי קרענקען
קען אַ דאָקטער היילן,
די וווּנד פֿון מײַן האַרצן
קען איך קיינעם ניט דערציילן.
די וווּנד פֿון מײַן האַרצן
האָט זיך פֿונאַנדער געגאָסן,
איך בין ניט דײַן כּלה
דו ביסט ניט מײַן חתן.
אין גרונוואַלדס "יאָרבוך פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונדע" פֿון 1924, קען מען לייענען עטלעכע פֿון גרונוואַלדס זאַמלונגען, און זען ווי פֿאַרשפּרייט עס איז געווען זײַן פֿאָרשונג. איין אַרבעט אינעם באַנד איז וועגן פֿאָלקסמעדיצין; אַן אַרבעט וועגן דער "ייִדישער מיסטיק", און נאָך אַ שטודיע פֿון "די באַרופֿן פֿון ייִדן". מכּוח דער אַנטוויקלונג פֿון סוכּות האָט ער אויך אין דעם באַנד געשריבן, און אַ גרויסע זאַמלונג ייִדישע לידער, אַ טייל פֿון זיי מיט מעלאָדיעס, פֿון חסידישן קוואַל, בדחנים און אַנדערע ייִדן פֿון פּוילן.
גרונוואַלדס זשורנאַל איז געווען כּמעט 20 יאָר די איינציקע פּובליקאַציע, וווּ אַ זאַמלער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט געקענט אַרײַנשיקן זײַן מאַטעריאַל. ערשט ווען דער ייִוואָ איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין 1925 און האָט אַרויסגעגעבן די "פֿילאָלאָגישע שריפֿטן" און די "ייִוואָ־בלעטער" האָט מען געקענט לייענען די פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען טאַקע אויף ייִדיש, מיט ייִדישע אותיות. אָבער ד"ר מאַקס גרונוואַלד איז געווען סײַ אַ פּיאָנער, און סײַ אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש און ייִדישן פֿאָלקלאָר.