|
שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס" פֿון דעם פּאַריזער "טרוים־טעאַטער" |
|
נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..."
נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9).
איך האָב געהאַט דעם זכות סײַ זיך צו באַטייליקן אין דער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל מיט מײַן פֿילם "קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ", און סײַ אָפּצוכאַפּן געוויסע אונטערנעמונגען, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין די דרײַ טעג מיט אַ שבת פֿון מײַן זײַן דאָרטן. דעריבער קאָן איך זיך טיילן בלויז מיט אייניקע מײַנע געדאַנקען און איבערלעבענישן, געזען און געהערט פֿון דער בינע און אין די "הינטערקוליסן" — אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ טעאַטער־לעבן.
צו מוזיקאַלישע זומער־פֿעסטיוואַלן איז די ייִדישע גאַס איבער דער וועלט שוין צוגעוווינט. די ייִדישע נגינה, קודם־כּל, אין אַ קלעזמערישן מלבוש, ציט צו אַן עולם, וואָס האָט וועגן אַזאַ זאַך ווי ייִדיש אָדער נישט געהערט בכלל, אָדער געהערט אויפֿן שפּיץ־מעסער. מע קומט דאָך אויף אַ קאָנצערט צו הערן ייִדישע מוזיק, נישט דאָס וואָרט. צוריק גערעדט, אויב מע פֿאַרשטייט שוין יאָ די שפּראַך, ווערן אָפֿט די ווערטער פֿונעם זינגליד אַזוי פֿאַרקריפּלט און פֿאַרדרייט, אַז ס'איז שוין שווער אין זיי צו דערקענען, צי ס'איז ייִדיש, צי טערקיש. און דאָך איז הײַנט דאָ גענוג בעלנים צו שפּילן און צו זינגען ייִדישע נגינה, און אַן עולם עס צו הערן.
אַ ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל האָט צו טאָן, קודם־כּל, מיטן וואָרט. עס קאָן נישט זײַן אַ גוטער טעאַטער, אויב די שוישפּילער רעדן אַ סקאַליעטשעטן ייִדיש; און עס קאָן נישט עקזיסטירן אַן עכטער ייִדישער טעאַטער, אויב דער עולם אין זאַל פֿאַרשטייט נישט, וואָס מע רעדט צו אים פֿון דער בינע. יאָ, די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע דערמעגלעכט דעם עולם סינכראָניש הערן אָדער לייענען (אויבערקעפּלעך) דעם איבערגעזעצטן טעקסט פֿון דער פֿאָרשטעלונג. און פֿאָרט איז דאָ אַ ריזיקע — צי דער טעקסט איז גוט איבערגעזעצט און צי ס'וועט, חלילה, פּלוצעם נישט צעבראָכן ווערן דער מכשיר.
מיט צוויי יאָר צוריק איז אָבער די פֿראַגע געשטאַנען נאָך שאַרפֿער: צי איז הײַנט נאָך דאָ אַן עכטער ייִדישער טעאַטער מיט פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן? און ווער איז הײַנט דער ייִדישער טעאַטער־עולם? צי איז נאָך דאָ אַזאַ עולם?
דער ערשטער פֿעסטיוואַל האָט אַרויסגעוויזן, אַז ס'איז דאָ סײַ ייִדיש־טעאַטער אין דער וועלט און סײַ אַ גוטער ייִדישער טעאַטער־עולם אין מאָנטרעאָל. דער צווייטער פֿעסטיוואַל האָט עס באַשטעטיקט, פֿאַרברייטערט און פֿאַרפֿעסטיקט. זײַנע צוויי פֿאָרשטעלונגען האָט געבראַכט דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט — "כעלעמער חכמים" און "טײַבעלע און הורמיזאַ" (יצחק באַשעוויס־זינגער); דער פּאַריזער "טרוים־טעאַטער" האָט געוויזן זײַן ווערסיע פֿון שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס"; דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקי האָט געבראַכט צוויי פֿאָרשטעלונגען: "שיר־השירים" (שלום־עליכם) און "דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק" (יצחק קאַצענעלסאָן); און דער "ייִדישפּיל־טעאַטער" פֿון תּל־אָבֿיבֿ איז געקומען מיט זײַן גראָטעסקישער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון "די מגילה־לידער" (איציק מאַנגער).
פֿון דעסטוועגן, זײַנען בײַ מיר די בולטסטע אײַנדרוקן פֿון דעם פֿעסטיוואַל פֿאַרבונדן דווקא מיט די מאָנאָ־ספּעקטאַקלען, וואָס האָבן דאָמינירט אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל: אַבֿי (אַווראָם) האָפֿמאַן אין צוויי פֿאָרשטעלונגען — "אַ ראַנדעוווּ מיט גאָט: לעבן און שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער" און "Too Jewish" (פֿ״ש); רפֿאל גאָלדוואַסער אין "אַ גילגול פֿון אַ ניגון" (פֿראַנקרײַך); יעקבֿ באָדו אין "לאַנסקי, דער ייִדישער מאַפֿיאָנער" (ישׂראל), דוד מאַנדעלבאַום אין "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט"; און מענדי קאַהן אין זײַן ליטעראַטור־מוזיקאַלישן קאַבאַרעט.
יעדער פֿון די דערמאָנטע אַקטיאָרן און זייערע פֿאָרשטעלונגען פֿאַרדינען אַ באַזונדערן שמועס; איך וויל דאָ נאָר באַטאָנען, אַז אַלע טיילן זיי זיך אויס מיט אַ הויכן אַקטיאָרישן פּראָפֿעסיאָנאַליזם, ווירטואָזער שפּראַך־מײַסטערשאַפֿט און אויסגעצייכנטן געשמאַק. דאָס אויספֿעלן עפּעס פֿון אָט די דרײַ עלעמענטן וואָלט זיי נישט דערמעגלעכט, יעדן אויף זײַן אופֿן, צו פֿאַרכאַפּן דעם עולם און אים שוין נישט אָפּלאָזן ביזן לעצטן וואָרט פֿון זייער שפּיל. אויפֿן ייִדישן טעאַטער־הימל האָבן קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט קיין "סטאַרס", און די דערמאָנטע נעמען געבן צו דעם אַמאָליקן "געשטערן" אַ מאָדערנע שײַן. אַ שאָד נאָר, וואָס הײַנט געפֿינט זיך נישט קיין ממשותדיקע טעאַטער־היים פֿאַר אַזעלכע טאַלאַנטירטע מענטשן.
די מערכה פֿונעם ייִדישן טעאַטער, זײַן אויסלעב און עקזיסטענץ פֿאָדערט אויך אַ באַזונדערן שמועס. מעגלעך, אַז אויף אַזאַ פֿעסטיוואַל וואָלט געווען פּאַסיק צו רעדן וועגן דעם; בפֿרט, אַז אונטער דעם זעלבן דאַך פֿון סעגאַל־צענטער, איז אָנגעגאַנגען אַ פּרעסטיזשפֿולער אַקאַדעמישער סימפּאָזיום. פֿאַרשטייט זיך, מ'האָט דאָרט גערעדט וועגן דעם נעכטן, ווי עס פֿירט זיך צווישן די געלערנטע־לײַט; ס'וואָלט אָבער געווען נוצלעך צו הערן זייערע מיינונגען און עצות וועגן דעם הײַנטיקן ייִדישן טעאַטער — זײַן וועג און פּערספּעקטיוו; זײַן אָרט און ווערט אינעם הײַנטיקן קולטור־לעבן בײַ ייִדן, וכּדומה.
פֿון די אונטערנעמונגען, אויסער דעם טעאַטער־זשאַנער, האָט מיר אָפּגעגליקט צו זײַן אויפֿן קאָנצערט, געווידמעט דעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק. עס זײַנען אויסגעפֿירט געוואָרן ווערק פֿון זײַן לידער־זאַמלונג "פֿון חורבן צום לעבן", געזונגען פֿון דער באַוווּסטער סאָפּראַן־זינגערין ליסאַ ווילסאָן און דעם זינגער פֿישל גאָלדיג, אַ לאַנג־יאָריקער אַקטיאָר אינעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער; בײַ דער פֿאָרטעפּיאַנע — עליין בערמאַן. צוגעגרייט און דורכגעפֿירט דורך די דרײַ זין פֿון דודן, ווי אַ מין מתּנה צו זײַן 90־יאָריקן יוביליי, קאָן מען הײַנט זעלטן הערן ייִדישע מוזיק פֿון אַזאַ הויכן קאָמפּאָזיטאָרישן און וואָקאַלישן ניוואָ. דוד באָטוויניק איז ממשיך אין זײַן שאַפֿן די טראַדיציעס פֿון די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, אַזעלכע ווי: יואל ענגעל, יוסף אַחרון, משה גנעסין, אַלכּסנדר טאַנסמאַן. זײַנע מעלאָדיעס פֿלעכטן זיך אָרגאַניש צונויף מיט דער ליריק פֿון די בעסטע ייִדיש פּאָעטן.
איך האָב פֿריִער דערמאָנט וועגן דעם זעלטענעם מאָנטרעאָלער פּובליקום, דערצויגן אויף די בעסטע מוסטערן פֿונעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער, געגרינדעט און געבויט פֿון דאָרע וואַסערמאַן. איר לעבנס־אויפֿטו האָט זי איבערגעגעבן צו איר טאָכטער, ברײַנע וואַסערמאַן, וואָס האָט נישט בלויז ממשיך געווען איר מוטערס טעאַטער־וועג; ברײַנע האָט אויפֿגעשטעלט אַ גאַנצע ייִדיש־וועלטלעכע אינסטיטוציע — דעם סעגאַל־צענטער. דאָס האָט זי, נישט מורא־האָבנדיק צו ריזיקירן, צוגעטראַכט און דורכגעפֿירט די צוויי אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע טעאַטער־פֿעסטיוואַלן. ברײַנע וואַסערמאַן איז די לעצטע דרײַצן יאָר געווען סײַ דער "לאָקאָמאָטיוו" פֿון דעם ייִדישן קולטור־לעבן אין דער שטאָט און סײַ די "היץ" — אַ געמיש פֿון איר ענערגיע, ליבע, ענטוזיאַזם, טאַלאַנט, אָפּטימיזם, פֿרוייִשן חן און נאָך און נאָך.
און אָט, אין סאַמע ברען פֿון איר שאַפֿערישער און אַדמיניסטראַטיווער קאַריערע נעמט אַזאַ ברײַנע וואַסערמאַן, אַזאַ "לאָקאָמאָטיוו", און לאָזט זיך אין אַ נײַעם וועג — זי פֿאָרט אַריבער קיין ניו־יאָרק, אויפֿצושטעלן דאָ אַ מין ייִדישע היים פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע" און אַ דאַך פֿאַר די ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון.
ווי זאָגט מען: ניטאָ קיין ייִדישע שׂימחה אָן אַ ביטערער טרער. ברײַנעס פֿאַרלאָזן דעם ייִדישן מאָנטרעאָל, איז געווען די דאָזיקע "ביטערע טרער", וואָס האָט זיך געפֿילט אין דער שטימונג פֿון אירע פֿרײַנד און מיטאַרבעטער; זיי האָבן צוזאַמען מיט איר געטיילט די פֿרייד און לייד פֿון פֿירן אַזאַ ריזיקע אינסטיטוציע צו אַ תּכלית; זיי האָבן געבראַכט אויף דער "ייִדישער גאַס" אַזאַ וווּנדערלעכע דערשײַנונג, ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל...
איז ווידער הערן זיך די שושקערײַען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער: "נו, לאָמיר זען, וואָס ס'וועט פֿון דעם גאַנצן ניו־יאָרקער ביזנעס אַרויס?"