טעאַטער
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אסתּי ניסים זינגט גאָלדפֿאַדען
אסתּי ניסים זינגט גאָלדפֿאַדען

דעם 16טן און דעם 17טן יוני איז פֿאָרגעקומען אין מאָנטרעאָל, ווי אַ טייל פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, אַן אַקאַדעמישער סימפּאָזיום, וווּ מע האָט אַרומגערעדט פֿאַרשידענע ענינים מכּוח ייִדיש־טעאַטער און פֿילם. פֿאַר די אַקאַדעמיקער איז געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרברענגען אין איינעם און זיך באַקענען מיט די הײַנטיקע פּראָדוצירער פֿון ייִדיש־טעאַטער, הגם ניט ווייניק פֿון די פֿאָרשער זענען אַליין קינסטלער. אַזוי, האָט מען געקענט זען מיט די אייגענע אויגן, ווי למעשׂה עס אַרבעט דער, וועלכן מע פֿאָרשט געוויינטלעך טעקסטועל. דאָס מיינט ניט, אַז די רעדעס זענען געווען סתּם טרוקענע טעקסטן; בכלל ניט! די רעדנערס האָבן מערסטנס צופֿרידנגעשטעלט דעם עולם מיט זייערע פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאָרשונגען; ספּעציעל, ווען זיי זײַנען אויך באַגלייט געווען מיט וויזועלע פּרעזענטאַציעס, וואָס האָבן געהאָלפֿן צו מאַכן זייערע רעפֿעראַטן בילדעריש־באַרעמלט. הגם די רעדעס האָט מען געהאַלטן סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף פֿראַנצייזיש, האָט יעדער רעדנער, צום גליק פֿונעם עולם, אַרײַנגעמישט אין זײַן לעקציע זאַפֿטיקע ציטאַטן אויף מאַמע־לשון.

אויף דער ערשטער סעסיע, וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, פֿילם און טעלעוויזיע, האָט רײַש ווײַס פֿאַרברייטערט דעם באַטײַט פֿון דעם באַגריף ייִדיש־פֿילם, אַרײַננעמענדיק אויך די עטנישע קאָמעדיעס פֿון ערנסט לוביטש. אַ דײַטשער ייִד, האָט לוביטש געמאַכט ס’רובֿ פֿון זײַנע פֿילמען אין אַמעריקע. דער רעדנער האָט זייער קלאָר געוויזן ווי אַמביוואַלענטיש האָט ער באַהאַנדלט די טעמעס פֿון אידענטיטעט: זאָל זי זײַן אַן עטנישע, סאָציאַלע, עקאָנאָמישע אָדער סעקסועלע.

סאָניע גאָלאַנס האָט אַנאַליזירט צוויי פֿילמען פֿון די אָנהייב 20ער יאָרן: "מיזרח און מערבֿ" (1923), דער צווייטער — "דער שייך" (1921). זי האָט געטענהט, אַז אין ביידע פֿילמען שפּילן די טענץ גאָר אַ וויכטיקע סעקסועלע ראָלע, וואָס שײַך די באַציִונגען צווישן "ווילדע" מיזרחדיקע מענער און "ציוויליזירטע" מערבֿדיקע פֿרויען.

אַני־הקטן האָט אין צווישן גערעדט וועגן אַ דראַמאַטישער באַאַרבעטונג פֿון פּרצעס אַ מעשׂה אויף דער אַמעריקאַנער בינע אין די יאָרן פֿון מעקאַרטי. עס חידושט אפֿשר, אָבער עס זענען דאָ עד־היום ניט ווייניק אַזעלכע מענטשן, וואָס וואָלטן בעסער געוואָלט פֿאַרגעסן יענע פֿינצטערע תּקופֿה אין אַמעריקע. אַ תּקופֿה פֿון פּאָליטישע רדיפֿות, ווען לינקע ייִדן זענען געווען אַן עיקרדיקער ציל פֿון די מעקאַרטיסטן.

הלוואַי וואָלט איך געהאַט מער וואָס צו שרײַבן וועגן דער לענגערער סעסיע וואָס מע האָט געפֿירט אויף פֿראַנצייזיש. אָבער איך קען ניט, ליידער, די שפּראַך אַזוי גוט און דעריבער בין איך ניט געבליבן זיך צוצוהערן צו די לעקציעס. איך פֿאַרשטיי אָבער, אַז די סעסיע איז אויך געווען אַ געלונגענע, מיט דער באַטייליקונג פֿון סײַ אָרטיקע פֿאָרשער, סײַ פֿאָרשער פֿון פֿראַנקרײַך, ווי למשל, דער פֿאָרזיצער פֿון מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז זשיל ראָזיע. ער האָט גערעדט וועגן משה בראָדערזאָן, דער לאָדזשער פּאָעט און דראַמאַטורג, וואָס האָט אינקאָרפּאָרירט אין זײַן איין־אַקטער דראַמע פֿון 1920 "אַ כאַסנקע" אי די טעאַטראַלישע טראַדיציעס פֿון "קאָמעדיע־דעל־אַרטע", אי פֿון דער פּורימשפּיל טראַדיציע. דער הויפּט־רעדנער פֿון אָוונט, איז געווען פּראָפֿעסאָר יואל בערקאָוויטש פֿון וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט. גערעדט האָט ער וועגן "דער פֿיל־שפּראַכיקייט פֿון ייִדישער דראַמע" און האָט באַוויזן דעם עולם, דורך כּלערליי אינטערעסאַנטע בײַשפּילן, אַז צו דער ייִדיש־בינע זענען זייער אָפֿט געקומען צו גאַסט אויכעט אַנדערע לשונות. געזעלשאַפֿטלעכע פּראָצעסן, ווי אורבאַניזירונג, אַרויפֿאַרבעטונג און עמיגראַציע, זענען געווען רעפּרעזענטירט אויך דורך לינגוויסטישער פֿאַרשיידנאַרטיקייט. דער געמיש פֿון ייִדיש מיט דײַטש, שפּאַניש און ענגליש האָט פּראָדוצירט קאָמישע און כּלומרשט "רעאַליסטישע" רעזולטאַטן; אַזוי רעאַליסטיש, אַז אין לייוויקס "ריווערסײַד דרײַוו" קען מען הערן ניט ווייניקער ענגליש ווי ייִדיש.

זשיל ראָזיע פֿון מעדעם־ביבליאָטעק
זשיל ראָזיע פֿון מעדעם־ביבליאָטעק

אויפֿן צווייטן טאָג פֿון סימפּאָזיום זענען פֿאָרגעקומען דרײַ סעסיעס. אויף דער ערשטער סעסיע, אונטערן טיטל "ייִדיש טעאַטער טרעפֿט זיך אין אייראָפּע", האָבן סײַ וואַסילי שטשערדין, סײַ יעלענע טאַרטאַקאָווסקי פֿון תּל־אָבֿיבֿ גערעדט וועגן דעם ייִדיש־טעאַטער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד "גאָסעט" און זײַן הויפּט־שטערן שלמה מיכאָעלס. טאַרטאַקאָווסקי האָט זייער בולט געוויזן ווי דער "גאָסעט", בשעתן פּראָדוצירן שייקספּירס "קעניג ליר" — און כּדי צופֿרידנצושטעלן די רעגירונג — האָט "תּנכיזירט" די קלאַסישע דראַמע און "איובֿיזירט" דעם כאַראַקטער פֿון ליר אַליין. באַרבאַראַ הענרי האָט גערעדט וועגן יעקבֿ גאָרדינס פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישע פּערסעפֿאָנע מיט זײַן "חסיה די יתומה", איבערמאַכנדיק דעם תּחום־המושבֿ אויף אַ מאָדערנער ייִדישער אונטערוועלט. נאָך איין סעסיע האָט מען געווידמעט דער טעמע "ייִדיש־טעאַטער און מוזיק", וווּ אַלע פֿיר רעדנערס האָבן דעם עולם איבערצײַגט אין דער וויכטיקייט פֿון מוזיק בשעת מען אַנאַליזירט אַ פּיעסע; בפֿרט, פֿון גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטעס. אסתּי ניסים פֿון ישׂראל, האָט זיך זייער שיין באַניצט מיט איר מוזיקאַלישן טאַלאַנט און געזונגען פֿון גאָלדפֿאַדענס רעפּערטואַר, כּדי צו באַגלייטן איר רעדע וועגן לידער אין די פּיעסעס פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.

אויף דער לעצטער סעסיע האָט מען דרײַ לעקציעס געהאַלטן וועגן ייִדיש־טעאַטער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און פֿרויען, און איין לעקציע וועגן "דעם זוכעניש נאָך אַ נײַעם ייִדיש־טעאַטער". נינאַ וואַרנקע האָט געהאַלטן זייער אַן אינטערעסאַנטע רעדע וועגן ייִדישע אַקטריסעס אַרום דער תּקופֿה פֿון סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זיי האָבן געדאַרפֿט דעפֿינירן פֿון דאָס נײַ די ראָלע פֿון פֿרויען, ווערנדיק אַליין טעאַטער־שטערן מיט אייגענע פֿאַרברענטע חסידים; און ווי זייער פּערזענלעך לעבן — למשל, חתונה האָבן מיט אַן אַקטיאָר, אָדער מיט אַ מאַן ניט פֿונעם טעאַטער — האָט באַאײַנפֿלוסט זייערע קאַריערעס. שאַראָן פּאַוער האָט אַנטוויקלט נינאַ וואַרנקעס רעדע און גערעדט וועגן ייִדיש־טעאַטער, אַקטריסעס און ייִדישער אַמעריקאַנער אידענטיטעט. אַבֿיה מור, אַ געלערנטע און אַ טעטיקע פֿרוי וואָס שײַך ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן, האָט פֿאָרגעשטעלט איר מאַניפֿעסט פֿון אַ נײַ געוווּנטשענעם פּאָסט־מאָדערניסטישן ייִדיש־טעאַטער. ניט אַלץ אין איר רעדע איז געווען אַזוי קלאָר, למשל, וואָס איז די ברייטערע סאָציאַלע ראָלע פֿון אַזאַ מין טעאַטער, אַחוץ צו פּראַווען אַ נעאָ־ליבעראַליש־יחידישן סאָרט ייִדישע אידענטיטעט. אָבער ניט געקוקט אויף דער פֿאַרנעפּלטקייט, מוז מען דערשאַצן איר אינטעלעקטועלע אַמביציע און מע דאַרף די דאָזיקע וויכטיקע דיסקוסיע, וואָס זי האָט אָנגעהויבן, ממשיך זײַן און ווײַטער אַנטוויקלען.

אויף דער שלוס־סעסיע, פֿאַרסך־הכּלענדיק דעם גאָר געלונגענעם סימפּאָזיום, האָבן די באַטייליקטע געמאַכט אַן אויספֿיר, אַז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער ייִדיש־טעאַטער טראָגט אַ באַזונדערע אייגנאַרטיקייט, איז עס גוט, וואָס די הײַנטיקע פֿאָרשונגען גיבן אַ פֿאַרגלײַכיקן קוק צווישן אים און טעאַטערס אויף אַנדערע שפּראַכן.

אַלע באַטייליקטע האָפֿן זיך ווידער צונויפֿצוטרעפֿן אין צוויי יאָר אַרום בײַ דעם סימפּאָזיום בעתן דריטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל.