|
מאָרטאָן קלײַן (רעכטס) מיטן ספּיקער פֿון רעפּרעזענטאַנטן־הויז, דזשאָן ביינער (רעפּובליקאַנער, אָהײַאָ), בעת דעם יערלעכן שליחות פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" קיין וואַשינגטאָן, אַפּריל 2010 |
Ian-Duncan Ball |
בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי".
אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל.
קלײַן ווערט אָפֿט פֿאַרבעטן צו געבן לעקציעס איבערן לאַנד, בדרך־כּלל פֿאַר קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־טעמפּלען; קאָלעדזש־קאַמפּוסן; אונטערנעמונגען פֿון ייִדישע פֿעדעראַציעס און בענעפֿיטן פֿאַר ישׂראל־"באָנדס". מיט אַ חודש צוריק איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קלויסטער אין מיאַמי אויף דער טעמע, "די אַראַבישע מלחמה קעגן ישׂראל", און פֿאַר וואָס מע דאַרף שטיצן ישׂראל — וועגן איר איבערגעגעבנקייט צו מענטשנרעכט, וואָרט־פֿרײַהייט, גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען און מינאָריטעטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַראַבישע לענדער, וווּ דאָס איז זעלטן. די רעדע האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם.
|
קלײַנס עלטערן, הערמאַן (חיים־צבֿי) און שׂרה קלײַן, 1972 |
|
אין זײַנע רעדעס גיט קלײַן איבער בײַשפּילן וועגן דער פּאַלעסטינער גלאָריפֿיקאַציע פֿון טעראָריזם קעגן ישׂראלים און ייִדן, און ווי די פּאַלעסטינער באַשטימען די נעמען פֿון זייערע גאַסן, שולן, ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן און קינדער־לאַגערן נאָך טעראָריסטן. אויף דער טענה, אַז מאַכמוד אַבאַס, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, איז גרייט צו מאַכן שלום מיט ישׂראל, און אַז ישׂראל איז דווקא דער אומבייגעוודיקער צד אין די באַמיִונגען צו באַנײַען דעם שלום־פּראָצעס, ציטירט קלײַן אַ באַריכט פֿון דער אָפֿיציעלער עגיפּטישער נײַעס־אַגענטור "מאַאַן", וואָס גיט איבער, אַז אַבאַס האָט אין דעצעמבער 2010 עפֿנטלעך דערקלערט, אַז אויב אַ פּאַלעסטינער מלוכה וועט געשאַפֿן ווערן אין יהודה און שומרון, "וועל איך קיין מאָל נישט לאָזן קיין איין ישׂראלי וווינען דאָ צווישן אונדז."
דערצו, האָט אַבאַס׳ רעגירונג — אַ טאָג נאָך דעם ווי פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן, דעם 11טן מאַרץ הײַיאָר, אויסגעשאָכטן די משפּחה פֿאָגעל (אַרײַנגערעכנט דרײַ פֿון זייערע קינדער), אין איתמר — אַ נאָמען געגעבן אַ פּלאַץ לעבן ראַמאַלאַ נאָך דאַלאַל מוגראַבי, אַ פּאַלעסטינער מיליטאַנטין, וואָס האָט אין יאָר 1978, ווי די אָנפֿירערין פֿון אַ טעראָריסטן־גרופּע, אויסגעשאָכטן 37 ישׂראלים, אַרײַנגערעכנט 13 קינדער, און אַן אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַפֿין. מוגראַבי און נײַן אַנדערע טעראָריסטן זענען אויך דערהרגעט געוואָרן בעת דער אָפּעראַציע. אויף דער צערעמאָניע אין מאַרץ האָט טאַקפֿיף טיראַווי, אַ מיטגליד פֿונעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון "פֿאַטאַך", עפֿנטלעך דערקלערט: "מיר זענען אַלע דאַלאַל מוגראַבי."
"ווען מיר האָבן דערהערט, אַז די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט האָט געווידמעט אַ פּלאַץ נאָך מוגראַבי — האָט קלײַן דערציילט — האָבן מיר תּיכּף גערופֿן פּרעזידענט אָבאַמאַ און די מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן דאָס צו פֿאַרדאַמען, און צו פֿאָדערן, אַז מאַכמוד אַבאַס׳ פּאַלעסטינער אויטאָריטעט זאָל גלײַך אָפּשטעלן די העצע קעגן ישׂראל און די ייִדן אין זייערע שולן, מעדיאַ, רעדעס, און זאָל ענדערן די נעמען פֿון די צענדליקער גאַסן, שולן, יוגנט־לאַגערן און ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, וואָס טראָגן הײַנט דעם נאָמען פֿון די מערדער פֿון ייִדן.
"פֿינף טעג לאַנג האָבן מיר געאַרבעט אַרויסצובאַקומען בײַ אָבאַמאַ און קלינטאָן אַ פֿאַרדאַמונג קעגן דער שרעקלעכער ׳פֿאַטאַך׳־צערעמאָניע," האָט קלײַן געזאָגט. "איר מיינט דען, אַז אָבאַמאַ און קלינטאָן וואָלטן געשוויגן ווען ישׂראל וואָלט אַ נאָמען געגעבן אַ פּלאַץ נאָך אַ מערדער פֿון אַראַבער? סוף־כּל־סוף, נאָך פֿינף טעג, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ נידעריקן שטאַפּל פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטמענט פֿאַרדאַמט די צערעמאָניע. אַ גרויסער שאָד! ווײַל, עס וואָלט געהאַט אַ סך מער וואָגיקייט, ווען אָבאַמאַ אָדער קלינטאָן וואָלט עס געזאָגט.
"דורך באַפֿרײַנדן זיך מיט פֿײַנטלעכע טיראַנען, אָבער גלײַכצײַטיק דריקן דווקא אויף געטרײַע פֿרײַנד ווי ישׂראל, האָט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע אין גאַנצן פֿאַרדרייט די אַמעריקאַנער פּריאָריטעטן," האָט קלײַן באַמערקט. אין אַ רעדע, וואָס ער האָט שוין אָפּגעהאַלטן אין צענדליקער ערטער, מיטן נאָמען "אָבאַמאַ און ישׂראל", גיט ער אַ ריי באַווײַזן, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ איז נישט בלויז נייטראַל וואָס שייך דעם ישׂראלדיקן־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, אָבער דווקא אַנטאַגאָניסטיש צו ישׂראל.
|
מאָרטאָן (לינקס) און זײַן ברודער, שמואל, 1957 |
|
קלײַן דערציילט, למשל, אַז נאָך דעם ווי האַיִטי האָט געליטן פֿון דער שרעקלעכער ערד־ציטערניש אין יאַנואַר, האָט ישׂראל נישט בלויז געשיקט ראַטיר־אַרבעטער, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן אַ צאָל אַנדערע לענדער, אָבער ממש אויפֿגעשטעלט אַ פֿעלד־שפּיטאָל, אַרײַנגערעכנט 90 בעטן; אַן אינטענסיוו־סטאַנציע פֿון 66 בעטן; אַן אַפּטייק, און אַ קימפּעט־פּאַלאַטע. דער געוועזענער פּרעזידענט ביל קלינטאָן, וואָס איז געקומען העלפֿן האַיִטי ווי דער ספּעציעלער שליח פֿון דער "יו־ען", האָט דעמאָלט טאַקע דערקלערט: "איך ווייס נישט וואָס מיר וואָלטן געטאָן אָן דעם ישׂראלדיקן שפּיטאָל אין האַיִטי... דער ישׂראלדיקער שפּיטאָל איז דאָרט געווען די איינציקע פֿונקציאָנירנדיקע אײַנריכטונג."
"פֿון דעסטוועגן — האָט קלײַן באַמערקט — ווען אָבאַמאַ האָט עפֿנטלעך געלויבט די לענדער, וואָס האָבן געהאָלפֿן האַיִטי, האָט ער אויסגערעכנט בראַזיל, מעקסיקע, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, קאָלומביע און די דאָמיניקאַנער רעפּובליק — אָבער בכלל נישט דערמאָנט ישׂראל."
קלײַן פֿאַרגלײַכט אויך פּרעזידענט אָבאַמאַס ראָש־השנה באַגריסונג צו די ייִדן אין אָקטאָבער 2010, מיט זײַן ראַמאַדאַן־באַגריסונג צו די מוסולמענער. אין דער ראָש־השנה באַגריסונג האָט אָבאַמאַ, נאָכן ווינטשן די ייִדן אַ לשנה טובֿה תּכתבֿו, צוגעגעבן: "אין דער צײַט ווען די ישׂראלים און פּאַלעסטינער האָבן ווידער אָנגעהויבן אַ דירעקטן דיאַלאָג, מוזן מיר אַלע מוטיקן און שטיצן יענע, וואָס זענען גרייט צו אַרבעטן צוזאַמען, נישט געקוקט אויף זייערע חילוקי־דעות, כּדי צו דערגרייכן זיכערהייט און שלום אינעם הייליקן לאַנד."
"וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח מיטן ייִדישן יום־טובֿ ראָש־השנה?" פֿרעגט קלײַן. "בפֿרט, אַז אין זײַן באַגריסונג צו די מוסולמענער האָט אָבאַמאַ עס בכלל נישט דערמאָנט." אַנשטאָט דעם האָט אָבאַמאַ געזאָגט: "ראַמאַדאַן איז אַ צײַט ווען די מוסולמענער פֿאַסטן בײַ טאָג און טוען תּפֿילה בײַ נאַכט, ווען זיי שטיצן די נישט־מוסולמענער, כּדי צו ברענגען מזל־ברכה פֿאַר מענטשן אומעטום... די ריטואַלן דערמאָנען אונדז אין די פּרינציפּן, וואָס מיר האָבן בשותּפֿות, און אין דער ראָלע פֿון איסלאַם: ברענגען גערעכטיקייט, פּראָגרעס, טאָלעראַנץ און ווערדע צו אַלע מענטשן... און דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז ראַמאַדאַן אַ דערמאָנונג, אַז די אַמעריקאַנער מוסולמענער האָבן געמאַכט אויסערגעוויינטלעכע צושטײַערס צו אונדזער לאַנד."
"און וואָס איז מיט די כּלערליי צושטײַערס וואָס די ייִדן האָבן געגעבן צו אַמעריקע? נישט קיין וואָרט."
קלײַנס אָפֿן־האַרציקייט האָט אים שוין געקאָסט טײַער. אין יולי 2009, נאָך דעם ווי ער האָט עפֿנטלעך זיך אַנטקעגנגעשטעלט די שטעלונג פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, אַז דער שלום־פּראָצעס איז דורכגעפֿאַלן צוליב די ישׂראלדיקע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ גערופֿן אַ זיצונג מיט 16 ייִדישע פֿירער אינעם "ווײַסן הויז", אָבער נישט פֿאַרבעטן מאָרטאָן קלײַן, כאָטש אין די פֿריִערדיקע יאָרן איז ער יאָ בײַגעווען אויף אַזעלכע טרעפֿונגען. פּריוואַט האָט מען קלײַנען געזאָגט, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַנע מיטאַרבעטער זענען נישט געווען צופֿרידן מיט זײַן קריטיק פֿון אָבאַמאַס ישׂראל־פּאָליטיק.
"איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס דער פּרעזידענט איז גרייט צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן אָבער מיט מיר וויל ער נישט רעדן," האָט קלײַן דערקלערט. "בנוגע אונדזער קריטיק פֿון אָבאַמאַס ישׂראל־שטעלונגען; האָט דען נישט אָבאַמאַ געזאָגט, אַז פֿרײַנד מעגן קריטיקירן איינער דעם צווייטן, אַזוי ווי ער קריטיקירט ישׂראל? זאָגט ער נישט כּסדר, אַז ער וויל הערן די געדאַנקען פֿון אַנדערע, אַפֿילו אויב ער איז נישט מסכּים מיט זיי? און אַז ער וועט זיי אַפֿילו אָננעמען, אויב זיי זענען געראָטן? ס׳איז אַ טרויעריקע איראָניע, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ שטיצט עפֿנטלעך דאָס פֿאַרהאַנדלען מיט אַמעריקעס שׂונאים, אָבער האָט נישט געוואָלט זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען מיט אים נישט מסכּים."
הגם ס׳רובֿ פֿון דער אַנגלאָ־ייִדישער פּרעסע באַצייכנט די ZOA ווי אַ האַרט־ליניק־רעכטע אָרגאַניזאַציע, ווערן קלײַנס רעדעס געוויינטלעך גוט אויפֿגענומען, אַפֿילו אין די ליבעראַלע סינאַגאָגעס. די סיבה, ווי איין מענטש אין פֿלאָרידע האָט געזאָגט, איז ווײַל ער רעדט נישט ווי אַ דעמאַגאָג, נאָר גיט דווקא איבער ריינע פֿאַקטן, וואָס יעדער איינער קען אַליין אויספֿאָרשן.
אינטערעסאַנט איז, אַז קלײַן איז געוואָרן אַ פּאָפּולערער לעקטאָר, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער לײַדט פֿון "טורעטס סינדראָם" — אַ נעווראָלאָגישע קראַנקייט וווּ דער פּאַציענט מאַכט כּסדר, נישט־וועלנדיק, געוויסע באַוועגונגען ווי אויך קלאַנגען פֿון מויל. קלײַן וויצלט זיך וועגן דעם. בײַ איין רעדע לעצטנס, האָט ער געזאָגט, אַז זײַן טאַטע איז געווען זייער קלוג אָבער האָט אויך געליטן פֿון "טורעטס־סינדראָם". "מײַן ברודער און איך זענען ביידע געראָטן אין אים. מײַן ברודער האָט געירשנט זײַן קלוגשאַפֿט, און איך — זײַן ׳טורעטס׳."
אָבער נישט אַלע זײַנע רעדעס רופֿן אַרויס אַ פּאָזיטיווע רעאַקציע. בעת איינער פֿון זײַנע אָקערשטיקע רעדעס אין אַ שיל, למשל, האָבן עטלעכע מענטשן אין דער ערשטער ריי דעמאָנסטראַטיוו זיך אויפֿגעשטעלט און זיך געלאָזט צו דער טיר. "גייט נישט אַרויס!" האָט קלײַן אויסגערופֿן. "אויב סע געפֿעלט אײַך נישט וואָס איך זאָג, ווײַזט מיר, אַז איך בין נישט גערעכט!" די דעמאָנסטראַנטן האָבן אים אָבער נישט געענטפֿערט און זענען אַרויס פֿון זאַל. "געוויסע מענטשן ווילן, אַ פּנים, נישט הערן די פֿאַקטן, ווײַל זיי שטימען נישט מיט דעם וואָס זיי ווילן גלייבן," האָט קלײַן באַמערקט.
הגם קלײַן איז הײַנט באַקאַנט כּמעט בלויז פֿאַר זײַן ישׂראל־אַקטיוויזם, איז דאָס אַ רעלאַטיוו נײַע דערשײַנונג בײַ אים. אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, איז מאָרטאָן (מרדכי, אָדער מאָטל, אין ייִדיש) געבוירן געוואָרן אין אַ "די־פּי"־לאַגער אין גונצבערג, דײַטשלאַנד. זײַן טאַטע, אַ סאַטמערער חסיד, האָט פֿאַרלוירן אַכט ברידער און שוועסטער, ווי אויך זײַן פֿרוי און קינדער, אָבער ער האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דעם, "און איך האָב קיין מאָל נישט געפֿרעגט; כ׳האָב נישט געוואָלט וויסן." קלײַן האָט אויך אַ ברודער, שמואל, וואָס איז הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין אינעם וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט אין סיינט־לויִס.
די משפּחה האָט געוווינט אין פֿילאַדעלפֿיע און איז געווען שטאַרק אָרעם. דער טאַטע האָט נישט געקענט געפֿינען קיין אַרבעט, ווײַל קיין פֿאַך האָט ער נישט געהאַט, און קיין ענגליש נישט געקענט. טייל־צײַטיק האָט ער געדינט ווי דער רבֿ פֿון אַ שטיבל, אָבער דאָס איז געווען אַ קנאַפּע פּרנסה — 10$ אַ וואָך. דער HIAS האָט די משפּחה אויך אַרויסגעהאָלפֿן.
"מיר האָבן געוווינט צוזאַמען מיט אַ צווייטער משפּחה אין אַ דירה פֿון בלויז איין צימער," האָט קלײַן געזאָגט. "מיר פֿלעגן זאָגן מענטשן, אַז מיר וווינען אין אַן איין־שלאָפֿצימערדיקער דירה, אָבער מיר האָבן נישט דערמאָנט, אַז אין דעם שלאָפֿצימער האָט זיך אויך געפֿונען די קיך, דער גאַסטצימער, און אַ צווייטע משפּחה!"
צוליב זייער דלות, האָבן זיי אָפֿט מאָל נישט געקענט באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿאַר זייערע זין, האָבן די ייִנגלעך געוויסע יאָרן געמוזט זיך לערנען אין אַן עפֿנטלעכער שול.
הגם דער טאַטע האָט געהערט צו די אַנטי־ציוניסטישע חסידים, האָט ער אַליין שטאַרק ליב געהאַט ישׂראל; האָט געלייענט דעם "טאָג־מאָרגן זשורנאַל", און געשמועסט אָפֿט מיט זײַן פֿרוי וועגן דוד בן־גוריון און ישׂראל. "מײַן ליבשאַפֿט פֿאַר ישׂראל האָב איך געירשנט פֿון אים," האָט קלײַן געזאָגט.
במשך פֿון די 1960ער יאָרן איז קלײַן, ווי ס׳רובֿ אַנדערע אַמעריקאַנער פֿון זײַן דור, געווען "אַ ליבעראַל מיט לאַנגע האָר און אַ גיטאַר, און אַן אָפֿטער דעמאָנסטראַנט קעגן דער מלחמה אין וויעטנאַם." אין די 1970ער האָט ער אָנגעהויבן באַמערקן וואַקסנדיקע אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע טענדענצן אין די לינק־געשטימטע קרײַזן. "האָב איך אָנגעהויבן צו טראַכטן: ווי אַזוי קען איך זײַן אַ טייל דערפֿון? איך בין דאָך אַ ייִד, וואָס האָט ליב ישׂראל."
נאָכן ווערן אַ ביאָ־סטאַטיסטיקער האָט קלײַן אָבער זיך קאָנצענטרירט מער אויף זײַן קאַריערע ווי אויף ישׂראל־אַקטיוויזם. 20 יאָר לאַנג האָט ער געאַרבעט מיטן וויסנשאַפֿטלער און נאָבעל־לאָרעאַט לײַנוס פּאָולינג אויף אַ וויכטיקער שטודיע וועגן דעם פּאָזיטיוון עפֿעקט פֿון וויטאַמין C אויף האַרץ־פֿעלערן. מיט דער צײַט האָט קלײַנס פֿרוי ריטאַ אָבער אָנגעהויבן טענהן מיט אים, אַז ער דאַרף טאָן מער. "זי האָט זיך באַקלאָגט, אַז איך טו נישט גענוג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, אַז איך זאָרג זיך בלויז וועגן פֿאַרדינען און וויסנשאַפֿט."
אין 1989 האָט קלײַן אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע גרײַזן אינעם וועלט־באַרימטן דײַטשן טוריסטן־ביכל "בעדעקערס". די מאַפּע פֿון ירושלים האָט, למשל, אָנגעוויזן אַלע קלויסטערס און מעטשעטן, אָבער נישט קיין איין שיל. נאָכן טרעפֿן זיך מיט די רעדאַקטאָרן פֿון "בעדעקערס" אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי נישט בלויז מסכּים געווען צו פֿאַרריכטן די טעותן, אָבער אים אָנגעשטעלט עס צו טאָן.
קלײַן האָט אויך געפֿונען צענדליקער אַנטי־ישׂראלדיקע טעותן אין זײַן טאָכטערס געשיכטע־לערנבוך, The Enduring Vision (די לאַנג־דויערנדיקע וויזיע) — איינס פֿון די פּאָפּולערסטע מיטלשול־ און קאָלעדזש לערנביכער וועגן דער אַמעריקאַנער געשיכטע. קלײַן האָט זיך געטראָפֿן מיטן פֿאַרלעגער און אים איבערצײַגט עס איבערצושרײַבן. ער האָט אויך געפֿירט קאַמפּאַניעס קעגן אַנטי־ישׂראלדיקע לעקציעס אינעם קאַטוילישן "ווילאַנאָוואַ־אוניווערסיטעט" אין פּענסילוועניע, און אינעם גרעסטן קלויסטער אין פֿילאַדעלפֿיע.
אין די 1990ער האָט די ZOA זיך דערוווּסט וועגן קלײַנס אַקטיוויזם, און האָט אים געבעטן צו קאַנדידירן פֿאַר פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע. זינט 1993 געפֿינט ער זיך אָפֿט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וווּ ער אַרבעט שווער צו פֿאַרטיידיקן ישׂראלס אינטערעסן, און אַנטפּלעקן בײַשפּילן פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע טענדענצן אין דער אַראַבישער וועלט.
הגם קלײַן ווערט אָפֿט באַצייכנט ווי "שפּאַרבעריש" און "אַן עקסטרעם־רעכטער", טענהט ער, אַז "דאָס דערציילן דעם אמת וועגן דער פּאַלעסטינער שטיצע פֿון טעראָריזם קעגן ישׂראל און די ייִדן איז נישט קיין ענין פֿון רעכטס אָדער לינקס... ס׳איז פּשוט דער אמת."