|
"גלות־פֿעסטיוואל" פֿון "ייִדיש־פֿאַרם" |
|
במשך פֿון פֿיר טעג, פֿונעם 14טן ביזן 17טן יולי, קומט פֿאָר "דער גלות־פֿעסטיוואַל": עס וועלן מער ווי 100 ייִדיש־רעדנערס און ייִדיש־ליבהאָבערס שלאָפֿן אין געצעלטן, אַליין קאָכן אין דרויסן אויף אייוועלעך, און פֿאַרברענגען אויף אַ ריזיקער שיינער פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק. מע וועט קענען זיך באַטייליקן אין טעאַטער־שפּילן, מוזיקאַלישע אַקטיוויטעטן, ספּאָרט און הערן לעקציעס. די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער גרופּע "ייִדיש־פֿאַרם", וואָס איר ציל איז צונויפֿצוברענגען ייִדיש־רעדנערס מיט "פֿאַרשיידענע השקפֿות, כּדי צו בויען אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ." אויף זייער וועבזײַט שרײַבן זיי, אַז "מיר וועלן אַליין קולטיווירן אָרגאַניש עסן, אָנפֿירן מיט קולטורעלע פּראָגראַמען, און פֿאַרקויפֿן גרינסן מיט פֿלייש".
כּדי צו פֿאַראינטערעסירן אַ ברייטערן עולם אין זייערע אַקטיוויטעטן און צילן, גרייט צו "ייִדיש־פֿאַרם" פֿאַרשיידענע קאָנצערטן, לעקציעס און וואַרשטאַטן בײַם "גלות־פֿעסטיוואַל", לאַוו־דווקא וועגן ייִדיש. נפֿתּלי איידלמאַן, מיט־דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־פֿאַרם" האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז "מיר ווילן אַרײַנברענגען מענטשן וואָס קענען דערווײַל נישט אַזוי גוט ייִדיש, זיי זאָלן זיך באַקענען מיט דער ייִדיש־וועלט, אונדזער קהילה זאָל זיך צעוואַקסן. דעריבער וועט מען האָבן אַקטיוויטעטן מיט אַ שײַכות מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטורן, נישט נאָר מיט דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט.
די מוזיקאַלישע גרופּע "אַסיפֿה" וועט אויפֿטרעטן מיט סיריש־ און מאַראָקאַנישע ייִדישע לידער; אַן אַנדער מוזיק־גרופּע, "של ראָש", שפּילט די מוזיק פֿון אַנדערע נישט־אַשכּנזישע עדות. פּיט רושעפֿסקי, דירעקטאָר פֿונעם "צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ", וועט אויפֿטרעטן אויף זײַן צימבל און האַלטן לעקציעס וועגן ייִדישער מוזיק איבער דער וועלט. דער לינגוויסט פּראָפֿ׳ דזשאָרדזש יאַכנאָוויץ, וועלכער קען ייִדיש־איטאַליעניש און ייִדיש־פּראָווענציאַליש, וועט רעדן וועגן פֿאַרשיידענע ייִדישע שפּראַכן.
אַגבֿ, וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען אויפֿן לאַנד וואָס פּראָפֿ' יאַכנאָוויצעס טאַטע האָט געקויפֿט מיט דורות צוריק. זײַן געדאַנק, דעמאָלט, איז געווען, אַז ייִדן זאָלן זיך דאָרטן לערנען ווי צו באַאַרבעטן דאָס לאַנד, כּדי מע זאָל זײַן גרייט צו פֿאָרן קיין ישׂראל, אין קיבוצים. דורות שפּעטער איז זײַן חלום מגולגל געוואָרן אין "ייִדיש־פֿאַרם", וואָס פֿאָרמאָגט אויך די צילן פֿון אַגריקולטור, כאָטש נישט מיט דעם ציוניסטישן ציל.
שבת וועלן נישט פֿאָרקומען קיין מוזיקאַלישע אויפֿטריטן, און מע וועט קענען דאַוונען מיט אַן אָרטאָדאָקסישן מנין, אָדער אַ גלײַך־מיניקן מנין. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועט דער גאַנצער עולם בענטשן ליכט און עסן צוזאַמען אין אַ גרויסן געצעלט.
ס'רובֿ פֿון די אָנטיילנעמער פֿונעם "גלות־פֿעסטיוואַל" וועלן שלאָפֿן אין פֿעלד אין געצעלטן. אַ משׂא־אויטאָ פֿול מיט וואַסער וועט מען דינגען פֿאַר דעם סוף־וואָך. פֿאַר די מענטשן, וואָס ווילן נישט שלאָפֿן אין אַ געצעלט, וועט זײַן אַן אויטאָ צו פֿירן זיי הין און קריק צו אַ דערבײַיִקן האָטעל.
צו באַקומען נאָך פּרטים, גיט אַ קוועטש אויף:
http://www.yiddishfarm.org