אַבֿי האָפֿמאַן אין "אַ ראַנדעוווּ מיט גאָט: לעבן און שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער" |
Credit: Robi Cohen |
בײַם צען־טאָגיקן "אינטערנאַציאָנאַלן מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל", וואָס האָט זיך געשלאָסן דינסטיק, דעם 21סטן יוני, האָט מען פֿאָרגעשטעלט טעאַטער, מוזיק, וואַרשטאַטן און לעקציעס אין אַ וואַרעמער, היימישער סבֿיבֿה. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, דירעקטאָרין פֿונעם "סעגאַל־צענטער", איז דער דערפֿאָלג פֿונעם צווייטן טעאַטער־פֿעסטיוואַל געווען, לויט אַלע קוואַלן, נאָך גרעסער פֿונעם ערשטן. איין אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, וואָס האָט פֿאַרבראַכט די גאַנצע צײַט איז געווען אַבֿי האָפֿמאַן, הײַנט אַ תּושבֿ פֿון דרום־פֿלאָרידע. ער איז געפֿאָרן קיין מאָנטרעאָל פֿאָרצושטעלן זײַנע פּיעסעס "ראַנדעוווּ מיט גאָט" וועגן איציק מאַנגער, און "Too Jewish": אַ קאָמישער קוק אויף דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. מיר האָבן אים געבעטן אונדז איבערגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער אונטערנעמונג — און מיר גיבן איבער זײַנע באַמערקונגען:
"אַן אויסגעצייכנטער פֿעסטיוואַל! ווען איך בין אָנגעקומען מאָנטיק, האָב איך נישט געקענט גלייבן וויפֿל מענטשן ס׳זענען פֿאַרטאָן אינעם ייִדישן טעאַטער, און וויפֿל סתּם ליבהאָבער פֿון ייִדיש זענען געקומען פֿון אַזוי פֿיל לענדער — פֿון אורוגווײַ, אויסטראַליע, פֿראַנקרײַך. פֿאַר ייִדיש קומט מען פֿון דער גאַנצער וועלט!
"מאָנטיק זענען זיך צונויפֿגעקומען די אַרטיסטן. דער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן שטיל; יעדע גרופּע איז געזעסן באַזונדער. אָבער דערנאָך האָט מענדי כּהן פֿון ישׂראל גענומען דעם מיקראָפֿאָן, און ווי אַ אמתער ׳טומלער׳ אויפֿגעוועקט דעם עולם, און מע האָט צו ביסלעך געזונגען צוזאַמען, און דערנאָך געשפּילט מוזיק און אַפֿילו געטאַנצט. אויסערגעוויינטלעך! ס'איז געווען אַ גוטער אָנהייב פֿאַר די אַרטיסטן, און דאָס אַ דאַנק מענדין האָט זיך געשאַפֿן אַ משפּחה־געפֿיל צווישן אונדז אַלע.
"איך האָב זיך געזען מיט אַלטע פֿרײַנד, ווי יעקבֿ באָדאָ פֿון ׳ייִדישפּיל׳. מיט מער ווי 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָב איך געשפּילט מיט יעקבֿ באָדאָ אין ישׂראל אין העברעיִשן טעאַטער אין דער פֿאָרשטעלונג ׳אַ ישׂראלי אין אַמעריקע׳. איך האָב ערשט געהאַט גראַדויִרט פֿון גימנאַזיום. אָבער די ייִנגערע אַקטיאָרן פֿון ׳ייִדישפּיל׳ האָב איך נישט געקענט און זיי טוען אַ וויכטיקע זאַך אין דער טרופּע: יעדע דרײַ יאָר נעמט מען אַ גרופּע ישׂראלדיקע אַקטיאָרן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, און מע לערנט מיט זיי די שפּראַך, ביז זיי לערנען זיך אויס און פֿאַרנעמען וואָס גרעסערע און גרעסערע ראָלעס. דערנאָך הייבט מען אָן אַ נײַעם ציקל מיט אַנדערע אַקטיאָרן. אַ וויכטיקער אײַנפֿאַל!
"איך האָב נישט באַוויזן אַלץ צו זען; מע קען דאָך נישט טאַנצן אויף אַלע חתונות. וואָס שייך די טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, האָב איך געזען די רומענישע טרופּע (׳טײַבעלע און הורמיזאַ׳), די וואַרשעווער טרופּע (׳דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק׳), דוד מאַנדעלבאַום פֿון ניו־יאָרק (׳יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט׳) און רפֿאל גאָלדוואַסער (׳גילגול פֿון אַ ניגון׳). ער איז טאַקע אַ ערנסטער אַרטיסט מיט אַן אינטעלעקטועלער וויזיע.
"׳ייִדישפּיל׳ האָט אויפֿגעפֿירט איציק מאַנגערס ׳מגילה־לידער׳ און איך דאַרף זיך אָפּשטעלן אויף דער פֿאָרשטעלונג. ווען איך האָב געזען ׳די מגילה־לידער׳ מיט דער משפּחה בורשטיין, ווי אַ קינד אויף בראָדוויי אין די 1960ער יאָרן, האָט עס אויף מיר געמאַכט אַזאַ רושם, אַז איך האָב געזאָגט דער מאַמען — איך מוז זיך באַקענען מיט מײַק בורשטיין. האָבן מיר געוואַרט ביז ער איז אַרויסגעקומען (ווי אַלט איז מײַק בורשטיין דען געווען דעמאָלט, 20 יאָר אַלט?) און איך האָב אים געבעטן אונטערצושרײַבן מײַן טעאַטער־פּראָגראַם. ער האָט מיך געפֿרעגט, וואָס איך וויל ווערן ווען איך ווער עלטער, און איך האָב אים געענטפֿערט — אַן אַקטיאָר. האָט ער געחתמעט זײַן נאָמען און צוגעשריבן ׳זאָלסט האָבן אַ לאַנגע און געראָטענע קאַריערע׳. נאָך הײַנט ווען איך זע אים, דערמאָן איך אים, און ווײַז אים די פּראָגראַם — זעסט? צוליב דיר שפּיל איך ייִדישן טעאַטער!" ׳די מגליה־לידער׳ דערמאָנען מיך אין מײַנע קינדער־יאָרן, אין בראָנקס, אין דער שלום־עליכם פֿאָלקשול.
"צוויי טעג זענען געווען אַרבעטס־טעג פֿאַר מיר, ווײַל איך האָב געשטעלט מײַנע צוויי פֿאָרשטעלונגען, און זיי זענען זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן. פֿאַר ׳Too Jewish׳ האָט מען זיך ממש געריסן פֿאַר בילעטן. מע דאַרף לויבן דעם מאָנטרעאָלער עולם — דער עולם פֿאַרשטייט יעדעס וואָרט און זינגט מיט מיט די לידער; אַ זעלטענע מחיה!
"יעקבֿ באָדאָ אין ׳לאַנסקי׳ איז געווען אַ פּראַכט. איך האָב דאָס געזען אויף ענגליש, אָבער אויף ייִדיש האָט עס טויזנט טעמען, און באָדאָ איז טאַקע די ריכטיקע עלטער פֿאַר דער ראָלע פֿון לאַנסקי; מער רעאַליסטיש ווי מײַק בורשטיין איז געווען אין דער ענגלישער אָריגינעלער פֿאָרשטעלונג.
"פֿון די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, נישט אַרײַנרעכענענדיק די קאַבאַרעטן יעדן אָוונט, האָב איך באַוויזן צו זען ׳טשאָלנטגאַנג׳ פֿון מילענאַ קאַרטאָווסקי, און איך האָב געהאַט אַ גוט געפֿיל, וואָס אַזוי פֿיל יונגע מענטשן פֿאַרטיפֿן זיך אינעם ייִדישן טעאַטער. זיי זוכן עפּעס אין זייער ייִדישער אידענטיטעט, און אין ייִדיש — מוזיק, טעאַטער, פֿילם — געפֿינען זיי דאָס. זלמן מלאָטעק מיט דאַניעלע ראַבאַני האָבן פֿאָרגעשטעלט 100 יאָר פֿון ייִדישן טעאַטער; מיטש סמאָלקין פֿון טאָראָנטאָ האָט געזונגען אַ פּראָגראַם פֿון סימאָר רעכצײַטס לידער, און דאָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ ספּעציעלן אײַנדרוק, ווײַל איך האָב גוט געקענט סימאָרן. אַגבֿ, זײַן באַגלייטער אויף דער פּיאַנע, אַלעקסאַנדער וועפּרינסקי איז געווען אַן אוצר. פֿון דער פּראָגראַם פֿון דוד באָטוויניקס מוזיקאַלישע שאַפֿונגען האָב איך אויך הנאה געהאַט.
וואָס איך האָב פֿריִער געזאָגט וועגן דעם, ווי יונגע קינסטלער קומען צוריק צו ייִדיש, איז אויך אַרויסגעהויבן געוואָרן אין ד״ר עריק גאָלדמאַנס לעקציע וועגן נײַע ייִדישע פֿילמען. אינעם ערשטן אַרויסלאָז פֿון זײַן בוך, אַ געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינאָ, האָט ער געשריבן, אַז קיין נײַע פֿילמען אויף ייִדיש וועט מען שוין מער נישט מאַכן. אָבער אינעם נײַעם אַרויסלאָז דאָס יאָר, האָט ער געדאַרפֿט צוגעבן נאָך אַ קאַפּיטל וועגן נײַע ייִדישע פֿילמען! צי עס זאָל זײַן ישׂראל, אָדער דער חורבן, אָדער רעליגיע וואָס ציט זיי צו ייִדיש; אָבער נײַע קינסטלערישע קולות קומען אויף!
"אַן אַנדער פֿילם וואָס איך האָב געזען איז געווען די וועלט־פּרעמיערע פֿון דזשאַש וואַלעצקיס פֿילם — "ווען אונדזערע באָבעס און זיידעס זענען געווען יונג: די ׳שעכטער טעכטער אויף דער בינע׳, אַ פֿײַנע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג פֿון גאָר יונגע קינדער מיט זייער טאַטן, דעם פּיאַניסט בנימין שעכטער — זיי זינגען אַזוי שיין.
"וועגן פּראַקטישע זאַכן וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן טעאַטער האָט מען ווייניק גערעדט. מע האָט געשמועסט וועגן שאַפֿן אַ פּערמאַנענטן גאַסטראָלן־טור פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און אַנדערע פֿאָרשטעלערס, כּדי מע זאָל קענען לײַכטער אַרומפֿאָרן און אויפֿטרעטן, הלוואַי! איך האָב גערעדט מיט אַנדערע טעאַטראַלן, מע זאָל מיך פֿאַרבעטן צו זיי אויפֿצוטרעטן. נו מיר וועלן זען!"