פֿון דעם 15טן אַפּריל ביז דעם 1טן יוני האָבן ייִדן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געהאַט אַ מעגלעכקייט אָנצוגעבן אויף עמיגראַציע קיין אַמעריקע, מיטן סטאַטוס פֿון פּליטים. אמת, אויסגערעכנט איז דאָס געווען איצט נאָר פֿאַר קרובֿים פֿון אַמעריקאַנער תּושבֿים. די דאָזיקע מעגלעכקייט האָט זיך געשאַפֿן אַ דאַנק דער פֿאַרלענגערונג דורכן פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿון דער אַזוי-גערופֿענער "לאָטענבערגס אַמענדירונג" — דער סענאַטאָר פֿון ניו-דזשערזי פֿראַנק לאָטענבערג (אַ 87־יאָריקער, איז ער הײַנט דער עלטסטער מיטגליד פֿון סענאַט), וועמעס עלטערן זײַנען געקומען פֿון מיזרח-אייראָפּע, האָט פֿאָרגעלייגט דעם דאָזיקן געזעץ אין יאָר 1989.
די אַמענדירונג האָט דעמאָלט געעפֿנט אַ גרינגערן וועג צום קריגן דעם סטאַטוס פֿון פּליטים, קודם-כּל פֿאַר סאָוועטישע ייִדן, אָבער אויך פֿאַר אַנדערע אונטערגעדריקטע רעליגיעזע מינאָריטעטן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דאָס דאָזיקע געזעץ לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג, אַזוי צו זאָגן "נאָך אַלעמען", ווען די גאַנצע סאַגע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע קען שוין אויסזען ווי אַן עפּיזאָד; למשל, אין ביכער וועגן ייִדישער געשיכטע. אונדז איז ניט באַקאַנט, וויפֿל מענטשן האָבן אַפּליקירט אין משך פֿון די אָנדערטהאַלבן חדשים. פּאָטענציעל, קען עס העלפֿן צו פֿאַראייניקן מיטגלידער פֿון משפּחות, וועלכע זײַנען געאָגראַפֿיש צעברעקלט געוואָרן.
* * *
מיט 75 יאָר צוריק איז אויף קינאָ-עקראַנען אַרויס דער סאָוועטישער פֿילם "די גליק-זוכער". אין דער סטיליסטיק פֿון פּראָפּאַגאַנדע און קונסט פֿון יענער צײַט האָט ער דערציילט וועגן אַ ייִדישער משפּחה, וואָס איז געקומען פֿון אויסלאַנד צו בויען ביראָבידזשאַן. ווי עס פֿירט זיך אין ביליקע סיפּור-המעשׂיות, האָט זיך דער פֿילם פֿאַרענדיקט מיט אַ חתונה צווישן אַ יונגער ייִדישער פֿרוי און אַ היגן קאָזאַק, מיט אַ ייִדישער מאַמע, וואָס האָט געקליבן נחת פֿון אַזאַ פּראָגרעסיוון זיווג. אין יענער צײַט, אַרום 1936, האָט מען טאַקע ערנסט גערעדט וועגן ייִדישער עמיגראַציע קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. לסוף, איז פֿון דער גאַנצער קאַמפּאַניע אַרויס אַ בוידעם, סײַדן מע רעכנט אַ פּאָר טויזנט ייִדן פֿון אויסלאַנד, וועלכע עס האָט זיך יאָ אײַנגעגעבן זיך באַזעצן אין יענע ווײַטע רוסישע מקומות.
בדרך-כּלל, אָבער, האָט די ייִדישע מיגראַציע אין די סאָוועטישע צײַטן געשטראָמט, ווי פֿאַר דער רעוואָלוציע, ניט צו דעם לאַנד, נאָר פֿון דעם לאַנד. דער ענין פֿון סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע איז אַפֿילו געוואָרן אַ צענטראַלע פּראָבלעם בעת דער קאַלטער מלחמה. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דעם "לענינגראַדער ענין" — מיט איין-און-פֿערציק יאָר צוריק, ווען דעם 15טן יוני 1970, האָט אַ גרופּע ייִדן, דער עיקר פֿון לענינגראַד, געפּרוּווט קידנעפּן אַ סאָוועטישן עראָפּלאַן, כּדי אַנטלויפֿן קיין שוועדן און פֿון דאָרטן — קיין ישׂראל. אין אַ היפּשער מאָס האָט זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער טאַקע אַרום דעם דאָזיקן ענין פֿאָרמירט די ברייטע באַוועגונג, וואָס האָט געפֿאָדערט פֿרײַע עמיגראַציע פֿאַר סאָוועטישע ייִדן.
וועטעראַנען פֿון יענער באַוועגונג פֿאַרנעמען נאָך הײַנט אָנגעזעענע שטעלעס אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. און די מאַסן-עמיגראַציע פֿון סאָוועטישע ייִדן פֿירט איר געשיכטע פֿון יאָר 1971, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט באַשלאָסן אַרויסצולאָזן די בעלנים צו פֿאָרן קיין ישׂראל. דערמיט האָבן לעאָניד ברעזשנעווס חכמים געוואָלט זיך אויספֿײַנען פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט, ווי אויך "אַרויסלאָזן די פּאַרע" — זיי איז ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס וועט נאָר סטימולירן מער ייִדן אָנצוגעבן דאָקומענטן אויף עמיגראַציע. נאָך מער: די ייִדישע עמיגראַציע האָט געמאַכט שפּאַלטן אין דעם בנין פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, און אייניקע אַנאַליטיקער טענהן אַפֿילו, אַז די דאָזיקע שפּאַלטן האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין די פּראָצעסן, וועלכע האָבן אין צוויי יאָרצענדליק אַרום צעוואַלגערט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אַזוי צי אַזוי, אָבער מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרענדיקט די געשיכטע פֿון סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. געשען איז עס דעם 1טן יולי 1991, ווען די ייִדישע עמיגראַנטן האָבן בײַם פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אָנגעהויבן צו באַקומען סאָוועטישע פּעסער. פֿריִער איז דאָך געווען גאָר אַנדערש, דהײַנו: די עמיגראַנטן האָבן געמוזט זיך אָפּזאָגן פֿון זייער סאָוועטישער בירגערשאַפֿט, און אַפֿילו באַצאָלן אַ שיין ביסל געלט פֿאַר אָט דער פּראָצעדור. דערמיט האָבן זיי געמוזט פֿאַרברענען הינטער זיך די בריקן, וועלכע האָבן געקענט זיי אומקערן צוריק אין לאַנד אָדער פּרעטענדירט אויף דער מלוכה-פּענסיע. זינט יולי 1991 האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַנדער תּקופֿה — די תּקופֿה פֿון ציוויליזירטער עמיגראַציע.