זכרונות, חורבן

ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען.

אויף דער אײַזנבאַן־פּלאַטפֿאָרמע איז הײַנט רוישיקער ווי געוויינטלעך. זונטיק פֿאָרן אַ סך מענטשן אַרויס הינטער דער שטאָט. די צוגן טראָגן זיך איינער נאָכן אַנדערן און די וואַגאָנען זײַנען פֿולגעפּאַקט. עס טרומייטערט דער ראַדיאָ, מען טראַנסמיטירט מוזיק. אָבער ווער קאָן זי אין אָט דעם טומל אויפֿנעמען? מיט אַ מאָל דערהער איך, ווי דער ראַדיאָ איז שטיל געוואָרן און נאָך אַ קורצער פּויזע טראָגט זיך די אומגעוויינטלעך אָנגעשטרענגטע שטים פֿון דיקטאָר:

"עס ריידן אַלע ראַדיאָ־סטאַנציעס פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד..." און נאָך אַ מאָל: "עס ריידן..."

ווער האָט זיך געקענט ריכטן, אַז באַלד וועלן מיר דערהערן, אַז היטלער איז אָנגעפֿאַלן אויף אונדזערע גרענעצן.

אין אינסטיטוט פֿאָר איך. נאָר איך ווייס ניט צוליב וואָס. מאָרגן וועל איך דאָך אַוועק אין מיליטער־קאָמיסאַריאַט און מעלדן: "שיקט מיך אויפֿן פֿראָנט". לאָזט זיך אויס, אַז ווייניק ווער פֿון אונדזער זאַוואָד, וווּ איך בין דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר פֿון אַן אַרבעטס־צײַטונג, וועלן מאָביליזירט ווערן אין דער אַרמיי. עס גייט שוין צום סוף די דריטע מלחמה־וואָך און איך בין נאָך אַלץ אַ ציווילער. ווען כ’האָב באַגלייט מײַן ברודער איזי אין דער אַרמיי, האָב איך אין מיליטער־קאָמיסאַריאַט געבעטן, מען זאָל מיך אויך מאָביליזירן און אונדז שיקן אין איין טייל. אַ לייטענאַנט האָט אויף אַ שטיקל פּאַפּיר פֿאַרשריבן מײַנע און נאָך עטלעכע פֿאַמיליעס און אַדרעסן. געדאַכט האָט זיך, אַז דער לייטענאַנט האָט פּשוט געוואָלט מיר זאָלן זיך פֿון אים אָפּטשעפּען, נאָר ניין...

* * *

אין דעם זעלבן טאָג ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, דעם 22סטן יוני 1941, האָט מײַן טאַטע מיר און מײַן ברודער ישׂראל (איזי) געשריבן:

איך און די מאַמע וועלן די נאַכט ניט שלאָפֿן. דאָס האַרץ טוט וויי פֿאַר אײַך, קינדער, נאָר מיר בענטשן און באַשווערן אײַך: שלאָגט אים, דעם בלוטיקן שׂונא.

צי איז בײַם שרײַבן די ווערטער, אין זינען גענומען געוואָרן דער צענזאָר, וואָס וועט מיט דער פּען, ווי אַ מינען־זוכער, אָנטאַפּן יעדעס וואָרט און אות? איך מיין, אַז ניין.

און נאָך צוויי בריוו צו מיר און מײַן ברודער, וואָס איז שוין געווען מאָביליזירט אין אַרמיי:

(41).9.7

פֿיל ליבער און טײַערער משה!

דאַנקען גאָט פֿאַר אונדזער געזונט. ישׂראלס בריוו פֿון דעם 1טן האָבן מיר הײַנט באַקומען. גאָט זאָל אים גליקן וווּ ער וועט זײַן. ווי דו וועסט באַקומען פֿון אים אַ בריוו בעט איך אים צו אונדז באַלד איבערשיקן. שרײַב אָפֿט. טאַקע אַלע דרײַ טעג. אַרל* איז אין דנעפּראָפּעטראָווסק.

אַזוי איז בײַ אונדז אַלץ ווי געווען. מען וועט די טעג, הײַנט־מאָרגן אָנהייבן קאָסיען (שנײַדן) די ברויטן. אויב דו וועסט קענען ישׂראלן איבערשיקן דאָס קאַרטל, בעט איך דאָס טאָן. זאָל אים גאָט העלפֿן, ער זאָל זײַן געזונט, קומען געזונט און דער שׂונא זאָל פֿאַרניכט ווערן און ס’זאָל שוין זײַן שלום בײַ אונדז און אויף דער גאָרער וועלט.

פֿון מיר, אײַער פֿאָטער אַריה,

די מאַמע, דער פֿעטער, די מומע

גריסן אײַך און ווינטשן אײַך דאָס זעלבע.

25.07

פֿיל ליבער און טײַערער משה!

דאַנקען גאָט פֿאַר אונדזער געזונט. מיר האָבן הײַנט באַקומען דײַן בריוו פֿון דעם 18טן. גאָט זאָל העלפֿן איך זאָל אײַך אַלע זען געזונט. איך האָב דיר נעכטן געשיקט אַ קאַרטל קיין מאָסקווע. פֿון אונדזער קאָלווירט זײַנען שוין כּמעט אַלע יונגע אין אַרמיי. געווען טראַקטאָריסטן און איצט וועלן זיי אויף געוויס זײַן טאַנקיסטן. ווי דו שרײַבסט אונדז, בין איך ניט זיכער, צי דו ביסט נאָך אין מאָסקווע. אַוודאי וועט דער דײַטש באַקומען אַ מפּלה, נאָר ווען? דער מאַמען זאָג איך, אַז גיב, איך לייען איר אײַערע בריוו און זי וויינט. אוי, ווי עס ווילט זיך דערלעבן היטלערס סוף און אײַך, געזונטע, אַרומנעמען.

איך האָב זייער ווייניק צײַט צו שרײַבן. אונדז קומט אויספֿילן צוויי נאָרמעס אַ טאָג.

פֿאַרבלײַב געזונט, פֿון מיר,

דײַן פֿאָטער אַריה.

די מאַמע גריסט דיר.

* * *

מײַנע עלטערן, אַריה בן־יוסף און פּעסיע בת־שלמה און זייער דאָרפֿישע שטוב האָבן די דײַטשן פֿון דער ערד אָפּגעמעקט. ייִדישע איבערוואַנדערער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט זײַנען זיי געווען. אויפֿגעשטאַנען, איידער עס נעמט טאָגן, איבערגעביסן מיט שהי־פּהי און פֿון אַלט ביז יונג, ווי פֿאַרשקלאַפֿטע, פֿלעגט מען זיך נעמען פֿאַר שווערער האָרעוואַניע. פֿון קיין בעסער לעבן האָט מען ניט געוווּסט.

צווישן די פֿילצאָליקע באַשולדיקונגס־דאָקומענטן, וואָס האָבן פֿיגורירט אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס, איז געווען אויך אַזאַ ראַפּאָרט אַדרעסירט צו אײַכמאַנען:

"מען דאַרף דערמאָנען ווי אַ ניט קיין געוויינטלעכע דערשײַנונג די ייִדישע קאָלעקטיווע ווירטשאַפֿטן... צווישן קריוואָראָג און דנעפּראָפּעטראָווסק זײַנען פֿאַראַן ייִדישע ווירטשאַפֿטן, אין וועלכע ניט נאָר די דירעקטאָרן זײַנען ייִדן, נאָר אַבסאָלוט די גאַנצע אַרבעטס־קראַפֿט איז אַ ייִדישע. מיר האָבן פֿעסטגעשטעלט, אַז דאָס זײַנען מענטשן פֿון נידעריקער אינטעליגענץ, און דעריבער האָט די פּאָליטישע לייטונג זיי אַריבערגעפֿירט אויף ערדאַרבעט. די אײַנזאַץ־איינהייט נומ’ 6 האָט אין דעם פֿאַל באַשלאָסן דערווײַל אויסצומײַדן צו דערשיסן די דאָזיקע ייִדן, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַראָפּנעמען די רײַכע גערעטעניש און דערנאָך פֿאַרניכטן. די ייִדישע לייטונג איז שוין ליקווידירט און פֿאַרביטן..."

אויף דער פֿרוכטבאַרער ערד פֿון קריוואָראָזשיע האָט זיך צעשפּרייט אונדזער ייִדישער נאַציאָנאַלער ראַיאָן, איינער פֿון די דרײַ, וואָס זײַנען געווען אין אוקראַיִנע. די דרײַ מאַשין־טראַקטאָר־סטאַנציעס האָבן פֿאַרמאָגט העכער צוויי הונדערט טראַקטאָרן, צענדליקער קאָמבײַנען און פֿיל אַנדערע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע מאַשינעס. די ייִק״אָר (ייִדישע קאָלאָניזאַציע־געזעלשאַפֿט) האָט מיט אַ ברייטער האַנט געהאָלפֿן די קליין־שטעטלדיקע ייִדן אַריבערפֿאָרן אויף נײַע ערטער און זיך פֿאַרנעמען מיט ערדאַרבעט.

מיט אויסגעצייכנטע גערעטענישן פֿון ווייץ און ווײַנטרויבן האָט געשעמט דער ראַיאָן אין אוקראַיִנע.

"כאָווען ווײַנטרויבן איז ווי כאָווען אַליין די זון. דאָס זענען זונענשטראַלן, צונויפֿגעקליבענע אין טראָפּנס", אַפֿילו אַזוינע ווערטער האָט געקאָנט אַ זאָג טאָן מײַן טאַטע, וואָס איז געווען אַ ווײַנציכטלער.

ס’איז אויסגעבראָכן די מלחמה און מען האָט געוואָלט באַזאָרגן די רויטע אַרמיי מיט ברויט; האָט מען זיך ניט גערירט פֿון אָרט, כאָטש דער דײַטש איז שוין געווען נאָענט. ערשט דעם 14טן אויגוסט, נאָך אַ טאָג שנײַדן, דרעשן, האָט מען אײַנגעשפּאַנט די פֿערד. צום דנעפּער איז מען אָנגעקומען דעם אַכצעטן. שפּעט. דעם טײַך־איבערגאַנג האָבן שוין קאָנטראָלירט די דײַטשן. אַ טייל האָט מען אומגעבראַכט אויפֿן אָרט, בײַ די איבעריקע איז קיין אַנדער ברירה ניט געווען, ווי זיך אומצוקערן. אָן פֿערד־און־וואָגן האָט מען געמוזט פֿאַרקערעווען אויף צוריק.

ווי נאָר ס’איז דורכגעגאַנגען די ערשטע כוואַליע פֿון דער רויב־אַרמיי, האָבן אין די ייִשובֿים און דערפֿער אַ פֿלייץ געטאָן עסעסאָווצעס פֿון דער אײַנזאַץ־איינהייט נומ’ 6. אין קאָלווירט "אוריצקי" האָבן זיי זיך אַרײַנגעריסן אין מיטן העלן טאָג אין די הײַזער און אַלעמען אויסגעקוילעט.

אין קאַלינאָווקע — אַ גרויסער ייִשובֿ בײַ דער אײַזנבאַן־ליניע — האָבן זיי דורכגעפֿירט די מאַסן־שחיטה דעם 24סטן סעפּטעמבער 1941. דאָרט האָט געוווינט מײַן עלטסטע שוועסטער. זי, איר מאַן און זייערע צוויי קינדער האָט מען צוגעבונדן צו פֿערד און פֿאַר די פֿיס געשלעפּט איבערן סטעפּ ביז צום שחיטה־אָרט. בײַ דער באַלקע האָט מען דערשאָסן אַלע אײַנוווינער פֿון ייִשובֿ פֿון גרויס ביז קליין. אין פֿינף יאָר אַרום האָב איך דאָרט אויסגעזוכט פֿאַרפֿוילטע קינדער־שיכעלעך.

אין ווויקאָוודאָרף, וווּ ס’האָבן געוווינט מײַנע עלטערן, האָבן די מערדער פֿריִער באַראַבעוועט די באַפֿעלקערונג, צוגענומען אַלץ ביז אַ שפּענט. אין די ערשטע טעג פֿון סעפּטעמבער האָט דער סטאַראָסטע פֿון ווויקאָוודאָרף, דער דײַטש ריץ, פֿאַרזאַמלט אַלע מאַנצבילן. מען וועט כּלומרשט זיי פֿירן אויף אַרבעט קיין ניקאָפּאָל. אין אָוונט, אין אָפּשײַן פֿון שׂרפֿות, זײַנען אָנגעפֿאָרן עטלעכע לאַסט־אויטאָמאָבילן. אויף זיי האָבן די מערדער אַוועקגעפֿירט דעם פֿאַרזאַמלטן עולם און דערשאָסן בײַ אַ ריוו ניט ווײַט פֿון דאָרף.

אין צוויי טעג אַרום האָט מען צונויפֿגעטריבן צו דער קאָלווירטישער פֿערדשטאַל אַלע פֿרויען און קינדער. אויך זיי האָט מען געמאָלדן, אַז מען וועט זיי פֿירן קיין ניקאָפּאָל. מען האָט זיי אויסגעשטעלט צו פֿינף אין אַ ריי און מיט די ביקס־קאָלבעס געשלאָגן, זיי זאָלן זיך אויסגלײַכן, ווי סאָלדאַטן און שטיין אין אַ ווירע. אויך זיי האָט מען אָפּגעפֿירט ניט ווײַט. צווישן די קרבנות איז געווען מײַן מאַמע.

פֿון לעבעדיקע עדות ווייס איך, אַז אין יענע טעג פֿלעגט מײַן טאַטע זיך שווערן ניט "זאָל איך אַזוי לעבן", נאָר "זאָל איך אַזוי שטאַרבן".

אַזוי איז געווען און ניט נאָר דעם הײַנטיקן לייענער איז עס שווער צו באַנעמען. שוין אָפּגערעדט דערפֿון וואָס אַלץ וועגן מלחמה און דײַטשישע רציחות איז ניט צום דערציילן.

* * *

איך בין אַ מיליטערישער קורסאַנט און טראָג מיט זיך אין מאַרשגאַנג אַ ביקס, פּאַטראָנטאַש, אַ גראַנאַטע, אַ קעסעלע, אַ גאַזמאַסקע, אַ גראָבאײַזן, אַן אָנגעשטאָפּטן רוקזאַק און אַ שווערע שינעל, צונויפֿגעלייגט ווי אַ בייגל. ס’איז גאָרניט אַזוי פּשוט כּמעט יעדן טאָג זיך לאָזן מיט אַזאַ באַגאַזש אין אַ וועג, וואָס ציט זיך צוואַנציק קילאָמעטער און מער. פֿון גוט־אײַנגעפֿאָרענע שליאַכן האַלט מען אונדז וואָס ווײַטער. אונדזערע וועגן זײַנען פֿול מיט בערג און בערגלעך, גריבער און גריבעלעך. דערנאָך וועלן מיר צוקומען צו קעגנטאַנקן־ריוון, וואָס מיר אַליין האָבן אויסגעגראָבן, און צו אַ בלאָטיק טײַכל, וואָס מען וועט מוזן פֿאָרסירן אין די קליידער, האַלטנדיק די ביסק איבערן קאָפּ און אויף פֿאַרבײַסנס, ווען מיר זײַנען שוין טויטמידע, וועט מען אַנשטאָט לאָזן אונדז אָפּדעכענען, באַפֿוילן שפּאַנען מיט אַ פּאַראַד־טראָט. ס’האָט געהייסן: שווער בײַם לערנען — לײַכט אין שלאַכט.

אַוודאי וואָלט איך הײַנט געקענט עפּעס צוגעבן, קאָמענטירן, געקענט, נאָר בעסער וועל איך עס ניט טאָן. דאַן האָבן מיר קיין יושר נישט געזוכט און געשטרעבט וואָס גיכער זײַן אויפֿן פֿראָנט. כ’האָב געוווּסט, אַז גאָר אין גיכן וועט אויפֿן קאָלנערל פֿון מײַן גימנאַסטיאָרקע זיך באַווײַזן צוויי עמאַלירטע קוביקעס (דערקען — צייכנס פֿון אַ לייטענאַנט) און קאָמאַנדעווען וועל איך מיט אַ ווזוואָד. ס’איז קיין סוד ניט געווען, אַז אינפֿאַנטעריע־לייטענאַנטן פֿאָדערן זיך וואָס מער. אויף דער מלחמה זײַנען זיי די סאַמע, סאַמע טויט־פֿאַראורטיילטע.

...אין מיטן העלן טאָג הערט זיך אַן אַלאַרעם. מיר זײַנען כּמעט זיכער, אַז דאָס איז אַ לערן־אַלאַרעם. בײַ אונדז איז עס שוין אויך געוואָרן אַ וואָכעדיקע זאַך. אַקסל צו אַקסל שפּאַנען מיר צום וואָקזאַל. לאַנג האָט דער עשעלאָן קורסירט איבער דער אײַזנבאַן־ליניע אַרום מאָסקווע ביז מיר זײַנען אָנגעקומען קיין פּאָדאָלסק. מײַנער אַ חבֿר האָט מיר געגעבן צוויי פּאָסטקאַרטלעך. צו טאַטע־מאַמע זײַנען שוין מײַנע אָנגעשריבענע ווערטער ניט דערגאַנגען. דער ברודער האָט אין יאָרן אַרום נאָך דער מלחמה מיר אומגעקערט דאָס קאַרטל און נאָך בריוו, וואָס ער האָט באַקומען זײַענדיק אויפֿן פֿראָנט. אים האָב איך געשריבן אָט וואָס:

ליבער איזי!

נאָר וואָס זײַנען מיר אָנגעקומען קיין פּאָדאָלסק און וואַרטן אויף אַ צוג. וווּהין, ווייס איך ניט. איך שרײַב אין דער פֿינצטער. ווי נאָר איך וועל וויסן, וועל איך דיר אָנשרײַבן, אָדער מיטטיילן מײַן אַדרעס.

זײַ מיר געזונט.

דײַן מישע

* * *

אָנגעקומען זײַנען מיר קיין מאַלאָיאַראָסלאַוועץ, 124 קילאָמעטער פֿון מאָסקווע. די שטאָט האָט אויסגעזען פּוסט; ווי אויף שטענדיק פֿאַרקאָנסערווירט האָבן אויך אויסגעזען די צוויי מאַגיסטראַלן, וואָס זײַנען זיך דאָ צונויפֿגעגאַנגען: מאָסקווער אײַזנבאַן־וועג און די שאָסיי אויף ברעסט. מען האָט ניט באַדאַרפֿט זײַן קיין סטראַטעג צו באַנעמען, אַז דאָס זײַנען די וויכטיקסטע אָפּעראַטיווע מאַגיסטראַלן, וואָס פֿאַראייניקן די הויפּטשטאָט מיט די דרום־ און מערבֿ־קאַנטן פֿון לאַנד.

צו אונדז האָבן זיך דערטראָגן נאָענטע אָפּהילכן פֿון אויפֿרײַסן. זײַנען מיר שוין אויפֿן פֿראָנט? אַז דאָס איז ווירקלעך אַזוי, האָט אונדז קיינער ניט מיטגעטיילט. אַרום צוויי יאָר איז מיר נאָך אויסגעקומען קעמפֿן אין באַשטאַנד פֿון אַ פּאַרטיזאַנער פּאָלק, וואָס האָט געשמט מיט זײַן קעמפֿערישן גײַסט, נאָר גראָד די צוועלף מלחמה־טעג הינטער מאָסקווע האָבן זיך אַזוי פֿאַראַנקערט אין זכּרון און פֿאַרשטעלט פֿיל אַנדערע בלוטיקע שלאַכטן, אין וועלכע מיר איז אויסגעקומען אָנטייל צו נעמען.

די מלחמה אין מײַן לעבן! ווען אַ שרײַבער פֿירט מיט דער פּען, באַקומט זיך, געוויינטלעך, מער ווי עמעצער דערציילט. וועגן מיר זאָגט מען, אַז איך בין אַ גוט־געדענקער. אין מײַנע פֿראָנט־זכרונות סטאַרע איך זיך האַלטן בײַם אמת.

איז אָט ווי איך און צוויי אָנגעזעענע מיליטערישע היסטאָריקער באַשרײַבן איין שלאַכט־טאָג פֿון אונדזער קורסאַנטן־ראָטע. געווען איז עס דעם 17טן אָקטאָבער 1941:

...די דײַטשן זײַנען איבערגעגאַנגען אין אָנגריף 10 אין דער פֿרי. צו יענער צײַט האָבן זיי פֿאַרנומען דאָס דאָרף סאַבינאָוואָ, געטויט אַלע שווער פֿאַרוווּנדעטע, וואָס זיי האָבן דאָרט געטראָפֿן. נאָך אַ קורצער, נאָר שטאַרקער אַרטילערישער צוגרייטונג האָט מען אונדז גענומען באָמבאַרדירן פֿון דער לופֿטן. דערנאָך זײַנען זייערע עראָפּלאַנען געפֿלויגן אַזוי נידעריק, אַז זיי האָבן שיִער ניט אָנגערירט מיט די רעדער די ערד. און דערבײַ האָבן זיי געשאָסן... אָפּטרעטן איז אונדז געווען שטרענג פֿאַרבאָטן — טויטשטראָף!

מיר, איינער קעגן פֿינף און אפֿשר פֿיל מער, זײַנען אַוועק אין אַ האַנט־צו־האַנט קאַמף (קוילן האָבן מיר שוין דאַן פֿאַרמאָגט זייער ווייניק). אויף דעם האָבן זיך די דײַטשן ניט געריכט. דאָס איז שוין געווען ניט קיין שלאַכטפֿעלד, נאָר אַ שחיטה־פֿעלד, וווּ מענטשן זײַנען שוין, דאַכט זיך, קיין מענטשן ניט. דאָס מאָל האָבן די היטלעראָווצעס ניט אויסגעהאַלטן. ניט אויסגעהאַלטן, ווײַל אַ באַגנעטן־קאַמף איז שרעקלעך ווי זיך טרעפֿן מיטן מלאך־המוות.

די צוויי אויבן־דערמאָנטע היסטאָריקער זײַנען פּאָלקאָווניק ד. וו. פּאַנקאָוו, געוועזענער קאָמיסאַר פֿון אונדזער דרומדיקן שלאַכט־סעקטאָר און זײַן זון, דאָקטאָר פֿון היסטאָרישע וויסנשאַפֿטן, ד. ד. פּאַנקאָוו.

* * *

ווי די פּאָדאָלסקער קורסאַנטן האָבן אינעם גורלדיקן אָקטאָבער פֿון 1941 מיט קרבנות־גרייטקייט אָפּגעשלאָגן די אַטאַקעס פֿון די פֿאַשיסטישע חיילות, וואָס האָבן זיך געריסן צו מאָסקווע, זײַנען אויך פֿריִער געווען ביכער פֿון מיליטערישע היסטאָריקער, שרײַבער, זשורנאַליסטן, קינאָפֿילמען, מוזיקאַלע ווערק פֿון ביז גאָר באַוווּסטע קאָמפּאָזיטאָרן. עס שטייען דענקמעלער, ס’איז דאָ אַ ספּעציעלער מוזיי. אין מאָסקווע און נאָך שטעט זײַנען פֿאַראַן גאַסן מיט שילדן "פּאָדאָלסקער קורסאַנטן" און דאָך איז פֿיל פֿון דעם אמת ניט דערזאָגט געוואָרן. עס האָט נאָך באַדאַרפֿט קומען אַ מער גרינטלעכער און אַלזײַטיקער באַנעם און פֿאַרנעם פֿון דער עפּאָפּעע. מיר, די זייער ווייניק לעבן־פֿאַרבליבענע (פֿון מײַן ראָטע, אַן ערך 120 קעמפֿער, בין איך איינער פֿאַרבליבן) פֿלעגן זיך אַלע פֿינף יאָר צונויפֿקלײַבן צוזאַמען און, דערמאָנענדיק די פֿאַרגאַנגענע טעג, אַרײַנגיין אין פּרטים, וואָס האָבן געקענט פֿאַרגעדענקען בלויז די, וואָס האָבן עס אַליין איבערגעלעבט.

בײַ טאָג, האַלב־ניכטערע איז נאָך געווען צו דערלײַדן, נאָר בײַ נאַכט, אין שלאָף, איז ווידער געווען דורכויס מלחמה. מיר האָבן געקוואַטשעט די געדיכטע בלאָטע. די ערד האָט זיך געהוידעט און ווי איבערגעמישט מיטן הימל. מײַן פֿרײַנד, סעמיאָן שטערן (אַ שוועסטערקינד פֿון גריגאָרי שטערן, וואָס איז געווען אַ גענעראַל־פּאָלקאָווניק, העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין די יאָרן 1940—1941 — קאָמאַנדיר פֿון ווײַטמיזרחדיקן פֿראָנט. דעם 28סטן אָקטאָבער 1941 איז ער, דער טאָפּלטער העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד יאַקאָוו סמושקעוויטש, און נאָך אַ גרופּע אָנגעזעענע גענעראַלן, לויט סטאַלינס באַפֿעל, דערשאָסן געוואָרן) פֿלעגט מיך האַלטן אין איין וועקן און פּרוּוון באַרויִקן.

ס’זײַנען פֿאַרבײַ צענדליקער יאָרן און מיליטערישע היסטאָריקער האָבן זיך אַ קער געטאָן צו דער טעמע פּאָדאָלסקער קורסאַנטן. אויף אַ באַזונדער אופֿן האָט מען אונדז גענומען לויבן און רימען. אויך אין ישׂראל האָט די טעלעוויזיע באַוויזן אַ נײַעם פֿילם "דער שׂונא בײַ די טויערן, מאָסקווע, 1941". אין דער פּרעסע האָבן זיך אויף דער טעמע באַוויזן אַ ריי ערנסטע אַרבעטן. נאָך מיט פֿיר יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 2007, האָט די ישׂראל־צײַטונג "מעריבֿ" אויף עטלעכע זײַטן אָפּגעדרוקט אַ מאַטעריאַל מיט אַ שרײַענדיק קעפּל, וואָס אין ייִדיש לאָזט זיך עס לייענען ווי "צווישן האַמער און טײַוול". אָנגעהויבן האָט דער זשורנאַליסט פֿון מײַן ווייניקייט. כאָטש געהאַנדלט האָט זיך וועגן אַן ערשט דערשינענעם אין עבֿרית בוך פֿון אַן ענגלישן שרײַבער ראָדריק ברייטווײַט, וועגן דער שלאַכט פֿאַר מאָסקווע.

דער מחבר, ווי איך ווייס איצט, איז ניט אַבי ווער. ער איז געווען דער אויסעראָרדנטלעכער און פֿולמעכטיקער אַמבאַסאַדאָר פֿון גרויס־בריטאַניע אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער רוסישער פֿעדעראַטיווער רעפּובליק. דערנאָך האָט ער פֿאַרנומען נאָך מער וויכטיקע פּאָסטנס. הײַנט איז ער ערן־דאָקטאָר און פּראָפֿעסאָר אין אַ ריי אוניווערסיטעטן.

איז ווי, פֿרעגט זיך, קום איך צו סער ראָדריק ברייטווײַט? ווער האָט אָנגעוויזן אויף מיר און פֿאַרוואָס האָט די צײַטונג "מעריבֿ" אַוועקגעשטעלט אונדזערע פֿאָטאָגראַפֿיעס בײַנאַנד? מעגלעך, אַפֿילו, אַז מען האָט עס מיר דערקלערט, נאָר די צרה באַשטייט דערין, וואָס עבֿרית האָב איך, ליידער, ניט באַהערשט. פֿאַרשטאַנען האָב איך, אַז אין זײַנע ווערק נוצט ראָדריק ברייטווײַט אָפֿט אויס עדות פֿון לעבן־פֿאַרבליבענע קעמפֿער.

* * *

נאָך די צוועלף מעת־לעת דורכויסיקע שלאַכטן בין איך, דער נעכטיקער קורסאַנט און מאָרגנדיקער לייטענאַנט, ווי נעלם געוואָרן אויף גאַנצע צוויי יאָר און נײַן חדשים. עס רעדט זיך נאָר אַזוי: צוויי יאָר און נײַן חדשים. מײַנע קרובֿים, פֿרײַנד, וואָס האָבן זיך וועגן מיר נאָכגעפֿרעגט, פֿלעגן באַקומען איין ענטפֿער: "אומבאַוווּסט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן". אַזאַ אָנזאָג איז בעסער געווען פֿאַררוקן וואָס ווײַטער און קיין זײַטיקע ניט באַווײַזן. האָבן די מלוכה־קאַנצעלאַריעס וועגן דיר, דעם פֿראָנטאָוויק אויף דער פֿאָדערשטער פּאָזיציע, מער קיין ידיעות ניט געהאַט, ביסטו שוין פֿון די, וועמען מען איז חושד אין פֿאַרראַט.

אַזוי האָט זיך עס געצויגן ביזן 27סטן יוני 1944, ווען אונדזער פּאַרטיזאַנער פּאָלק (1,302 קעמפֿער. אָפּערירט אין קיראָווער, קליטשעווער, באָברויסקער, אָסיפּאָוויטשער ראַיאָנען פֿון מאָלעווער געגנט און ראָהאַטשאָווער, האָמעלער געגנט) האָט זיך פֿאַראייניקט מיט דער אָנגרײַפֿנדיקער רויטער אַרמיי. איך בין געווען דער לעצטער, דער פֿינפֿטער שעף פֿון שטאַב פֿון פּאָלק. מאַקסים דראָזד, וואָס איז געווען דער פֿערטער שעף, איז אומגעקומען אין אַ בײַנאַכטיקער שלאַכט, וואָס מיר אַליין האָבן אָנגעבונדן דעם שׂונא. דראָזד האָט מיך דאַן באַוויזן איבעריאָגן ניט מער ווי אויף צוויי־דרײַ שפּאַן און אויס...

דאָס באַשטעטיקן מיך אויף זײַן אָרט איז אָנגעקומען שווער. און ווי האָט עס געקאָנט אַנדערש זײַן, אויב קיין שום מיליטערישן טיטל האָב איך ניט פֿאַרמאָגט, און אַזאַ פּאָסטן האָט עס אומבאַדינג געפֿאָדערט. אַן אומפּאַרטיייִשער, געווען בײַ די דײַטשן אין די הענט און דערצו נאָך אַ ייִד. דער קאָמאַנדיר פֿון פּאָלק, וואָס האָט געפֿאָדערט מען זאָל מיך באַשטעטיקן, איז געווען זיכער, אַז איך בין אַ רוס. די קאָמאַנדשאַפֿט פֿון דער מיליטעריש־אָפּעראַטיווער גרופּע האָט געוווּסט ווער איך בין. זיי און באַזונדער דער קאָמיסאַר געראַסים קאָמאָר האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און זייערס דערשלאָגן.

אין דעם אָרט, פֿאַרלויף איך זיך אַליין דעם וועג און דערלויב זיך ציטירן עטלעכע שורות פֿון אַ בריוו צו מיר. דער מחבר איז סטעפּאַן סוויריד.

פֿון די ערשטע טעג האָב איך אַפֿילו מיט דער הויט געפֿילט זײַן בייזן בליק, נאָר לאַנג האָט עס ניט געדויערט. לויט זײַנע באַפֿעלן, בין איך אין גיכן באַשטעטיקט געוואָרן ווי אַ קאָמאַנדיר פֿון אַן אויסשפּיר־אָפּטיילונג, פֿון אַ ווזוואָד, אויסשפּירער־ראָטע אין זײַן אָפּעראַטיווער גרופּע. אין פּאַרטיזאַנער־לאַגער, וווּ ס’האָט זיך געפֿונען די קאָמאַנדשאַפֿט, פֿלעג איך קומען זעלטן. ער און דער קאָמיסאַר פֿלעגן אויפֿמערקזאַם אויסהערן מײַן ראַפּאָרט, לאַנג אויספֿרעגן און צו מאָל געוואָרנט כ’זאָל ווייניקער ריזיקירן. ווען כ’האָב געבראַכט די ערשטע צוויי געוועזענע רויט־אַרמייער, וואָס האָבן שוין געטראָגן דײַטשישע מיליטערישע קליידער, איז מיר ווײַטער שטרענג פֿאַרבאָטן געוואָרן פּערזענלעך פֿירן פֿאָרלויפֿיקע אונטערהאַנדלונגען מיט אַזוינע לײַט. איז פֿון ס. סווירידס אַ בריוו:

...איר האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַן אַנטשלאָסענער, אײַזנפֿעסטער, דרייסטער פּאַרטיזאַנער־אָנפֿירער. איך, דער פֿאַרשטאָרבענער ג. ל. קאָמאָר און אַנדערע אָנפֿירער פֿון דער פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג אין אונדזער קאַנט, האָבן אײַך שטענדיק געשאַצט, געווען אַנטציקט פֿון אײַער געוואַגטקייט, אײַנפֿאַלערישקייט, אָרגאַניזאַטאָרישע פֿעיִקייטן, כּדי אַרויסצובאַקומען ידיעות, אויסשפּיר־אָנגאַבן וועגן שׂונא, אין וועלכע ס’האָבן זיך אַזוי שטאַרק גענייטיקט אונדזערע פֿאַראייניקונגען, דער ווײַסרוסישער פּאַרטיזאַנער־שטאַב און די רויטע אַרמיי.

25 אײַער ס. סוויריד

ווי בײַ אונדז, ייִדן, איז אין די מלחמה־יאָרן שטאַרק געווען דער נקמה־געפֿיל, מעג מען ניט דערמאָנען. מען דאַרף מיינען, אַז טאַקע אויך דערפֿאַר פֿלעגן מיר זיך אָפֿט פֿון די ערשטע וואַרפֿן אין פֿײַער פֿון קריג.

* * *

אין יולי 1944 האָבן מיר ניט ווײַט פֿון האָמעל, אין אַ שפּײַכלער, אָנגעטראָפֿן אויף אַ ביז גאָר היפּשער צאָל זעק מיט בריוו, אַדרעסירט אונדז, ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער. צו די זעק אין שפּײַכלער האָט מען זיך, זעט אויס, גענומען אין אַ פּאָר חדשים אַרום. אָט די בריוו פֿון מײַן ברודער, איזי, האָב איך באַקומען, געפֿינענדיק זיך אין אַ האָספּיטאַל.

האַרציקער און ליבער ברודערקע מײַנער!

דער טאָג ווען כ’האָב זיך דערוווּסט, אַז דו לעבסט און קעמפֿסט איז געווען דער סאַמע גליקלעכסטער אין מײַן לעבן. אויך מײַנע פֿרײַנד, שלאַכט־אָפֿיצירן, שיקן אײַך, נקמה־נעמער, אַ פֿראָנט־גרוס. ווען איך זאָל קענען די גליקלעכע נײַעס מיטטיילן אונדזערע עלטערן, אונדזער שוועסטער מוניע. איך מיין, אַז ניט דיר דאַרף מען דערציילן, וואָס עס שטעלן מיט זיך פֿאָר די דײַטשישע רוצחים. מיר וועלן זיי אומבאַדינגט דערשלאָגן און זאָלן זיי בעסער ניט בעטן קיין פֿאַרגעבונג. זייער פֿיל פֿון אונדזערע שרײַבער און מיטאַרבעטער פֿון "אמת"־פֿאַרלאַג זײַנען אַוועק מלחמה האַלטן און העלדיש אומגעקומען. זייער זעלטן, נאָר מיט אייניקע פֿון זיי האָב איך זיך איבערגעשריבן. אַ באַזונדער העלדישקייט האָט אַרויסגעוויזן אונדזער אלי פֿאַלקאָוויטש**. וועגן דעם האָט אין "פּראַוודאַ" (אמת) איליאַ ערענבורג פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרעכטיקן אַרטיקל. דעם 8טן פֿעברואַר 1944 האָבן מיר באַפֿרײַט ניקאָפּאָל און כּמעט מיט דעם זעלבן וועג, וואָס מיר פֿלעגן פֿאָרן אין דער נאָענטער שטאָט, האָב איך זיך געלאָזט אויף צוריק, צו אונדזער אַלטער היים, אין ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן, וווּ כ’האָב קיין איין ייִד ניט געטראָפֿן. וועגן דעם האָב איך דיר געוואָלט גענוי אָנשרײַבן, נאָר גיי טו עפּעס, אויב אין מײַן רשות פֿאַרמאָג איך געציילטע מינוטן.

דערווײַל שיק איך דיר מײַנס אַן אַרטיקל, געדרוקט אין "אייניקייט" וואָס פֿלעגט דערשײַנען אין קויבישעוו און איצט אין מאָסקווע. די רעדאַקציע בעט בײַ מיר וואָס מער מאַטעריאַלן. ס’איז אָבער ניט צום שרײַבן.

איך נעם דיך שטאַרק אַרום. לאָמיר נאָר דערלעבן צום טאָג, ווען ס’וועט שוין זײַן אויס מיט פֿאַשיזם. אויס אויף שטענדיק.

דײַן איזי, וואָס ס’וויל דיך שטאַרק אַרומנעמען און קושן, קושן.

אַזוי, ברודערקע, וועט נאָך זײַן. לאָמיר האָפֿן.

* * *

עס ווערן נאָך פֿאָרגעזעצט זייער שווערע שלאַכטן, נאָר די דײַטשן דערנענטערן זיך צו זייער שוואַרצן סוף. איך דין אין דער דנעפּראָווער מיליטערישער פֿלאָטיליע און פֿאַרמאָג שוין אַ פּאָסט־אַדרעס. די נײַעסן וועגן נאָענטע און באַקאַנטע, וועלכע דערגייען צו מיר, פֿאַרשאַפֿן ליידן. מיך דריקט אַ שווערע לאָדונג פֿון איבערלעבונגען. יאָ, אין די סאַמע שוידערלעכסטע צײַטן, זײַענדיק אין נאַצי־קלעם, האָב איך געהאַט רוסישע פֿרײַנד וואָס האָבן אויפֿגעלײַכטן מיט זייער גוטהאַרציקייט, געלײַטערטקייט. געהאַט אַזוינע און פֿאַרמאָג אויך הײַנט, נאָר ווײַט ניט אַלע האָבן אויסגעהאַלטן דעם נסיון פֿון מענטשלעכקייט און פֿאַרשעמט געוואָרן פֿון דער היטלעריסטישער ראַסן־טעאָריע. איז וועמען, אויב ניט דעם ברודער, דעם פֿראָנטאָוויק, אויסזאָגן וואָס אין האַרצן טוט זיך?

דערווײַל האָב איך ניט קיין מעגלעכקייט צוריק גיין צו מײַן מאַמע־לשון. איז דו ווי געפּענטעט. עס פֿעלן מיר אויס ווערטער. איך בלאָנדזשע און ס’איז ניטאָ ווער ס’זאָל מיר אונטערזאָגן, אויספֿאַרריכטן. ס’איז אויך ניט צום פֿאַרגעסן וועגן דעם, אַז אַלע בריוו גייען דורך אַ שטרענגע צענזור.

אין אָט דעם בריוו, געשריבן מיט פּיצינקע אותיות, אויף ביידע זײַטן פֿון אַ לענגלעך בלעטל פּאַפּיר, געצייכנט מיט אַ צעפֿלאָסענעם טינט־קלעק, קוק איך איצט אַרײַן.

03.01.45

טײַערינקער איזי!

ניט וווּנדער זיך ברודערקע, וואָס איך שרײַב אויף ייִדיש. פֿון וואַנען עס קומט נאָך צו מיר ווייס איך אַליין ניט, נאָר עס האָט זיך מיר פֿאַרוואָלט אַ שמועס טאָן מיט דיר אויף אונדזער מוטערשפּראַך. כאָטש פֿאַר די אַלע מלחמה־יאָרן האָב איך ניט גערעדט קיין ייִדיש וואָרט. ניט אַנדערש, ווי ניט אַזוי גיך וועלן מיר זיך טרעפֿן מיט דיר; מיר האָבן דאָך אַזוי פֿיל צו דערציילן איינער דעם צווייטן... קענסט זיך ניט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי עס ווילט זיך אַוועקלייגן פֿאַר דיר דאָס דורכגעלעבטע.

דיר דאַרף זײַן באַקאַנט, ווי מען פֿילט זיך די ערשטע טעג אין שלאַכט. דערצו נאָך, ווען דו ביסט אָפּגעריסן פֿון שכנותדיקע טיילן, אָן אַ פֿעלדקיך, אָן מעדיקער. דער קאָמאַנדיר פֿון ראָטע האָט זיך צו מיר באַצויגן ווי צו אַ ברודער. בײַ אונדז זײַנען געווען אויסשליסלעך מאָסקווער יאַטן. יעדער פֿון אונדז איז געווען גרייט דרײַ מאָל שטאַרבן, איידער זיך אָפּגעבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט. פֿון מיר איז שוין אָפּגערעדט.

דעם 16.10.41 האָט מען אונדז ענדגילטיק אַרומגערינגלט. ביז אין אָוונט האָבן מיר זיך געשלאָגן. אויף נאַכט האָט מען אונדז געלאָזט צו רו. אין אָוונט זאָגט מיר מײַן קאָמאַנדיר: "נעם דרײַ קורסאַנטן און לאָז זיך צום קאָמאַנדיר פֿון באַפֿעסטיקטן ראַיאָן". אומעטום זײַנען שוין געווען דײַטשן. איך האָב זיך קוים דערקליבן אַהין און דערקלערט, אַז מײַן ראָטע בעט אַ דערלויבעניש אַרויספֿירן אונדז פֿון פֿײַנטלעכן קרײַז און אַז גאַנץ פֿרי וועט שוין זײַן שפּעט. זיך אומגעקערט צוריק, ווי אויף אונדז האָט מען אַרויסגעקוקט ווי אויף משיחן. איך האָב איבערגעגעבן דעם באַפֿעל, אַז פֿון אָרט ניט קיין טראָט און אַז גאַנץ פֿרי וועלן מיר באַקומען הילף.

אַרום צוויי בײַ טאָג זײַנען מיר פֿאַרבליבן אַ מאַן צוועלף פּעכאָטינער און אַ מאַן 6 אַרטילעריסטן. מײַן ראָטנער זאָגט אונדז: "שיסן זיך אַליין פֿאַרווער איך. עס קען נאָך קומען הילף". כּמעט אַלע זײַנען מיר געווען ווער פֿאַרוווּנדעט, ווער קאָנטוזעט. צו ענדע טאָג האָבן זיי זיך אַרײַנגעריסן אין אונדזער דזאָט און פֿאַרכאַפּט אונדז אין געפֿאַנגענשאַפֿט.

ברודער מײַנער, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו איבערלעבן, אָנהייבנדיק פֿון 17טן אָקטאָבער 1941, איז אוממעגלעך איבערצוגעבן. איך אַליין וואָלט אַזוינס קיינעם קיין מאָל ניט געגלייבט. איך האָב שוין קוים געפּויזעט און באַשטימט: גענוג! בעסער אַ קויל אין קאָפּ. ווען ס’איז געקומען דער באַפֿעל מען זאָל אַרויסגעבן ייִדן און קאָמוניסטן, בין איך אַליין אַרויסגעגאַנגען. מײַנע צוויי חבֿרים האָבן באַשטימט, אַז איך בין אַראָפּ פֿון זינען, ווײַל זיי האָבן מיך ניט געקענט אײַנהאַלטן. זיי האָבן אונדז אָפּגעפֿירט אין אַ זײַט און פֿאַר אונדז ייִדן האָבן זיי באַשטימט, אַז אַ קויל איז צו טײַער, נאָר מען פֿאַרטרײַבט אין אַ גרויסער אָפּטרעט־גרוב און הויל־נאַקעט מוטשען זיך שעהען און ווער מעת־לעתן, ביז וועסט שטאַרבן. ווי ס’האָט זיך צו מיר גענומען כּוח, ווייס איך ניט. נאָר איך האָב פֿעסט באַשלאָסן, אַז ווען כ’זאָל האָבן טויזנט לעבנס, וואָלט איך זיי אויך אַוועקגעגעבן, אַבי נקמה נעמען. מײַנע חבֿרים, זעלט־איבערגעגעבענע פֿרײַנד, האָבן מיך דאַן געראַטעוועט.

געווינטערט האָב איך אין מאַלעווער לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע. עטלעכע צענדליק טויזנט מאַן זײַנען דאָרט פֿון הונגער, קעלט, פּעטש פֿאַרן ווינטער אומגעקומען. מיך האָבן מײַנע חבֿרים, אַ קוים לעבעדיקן, פֿאַרשלעפּט אין אַזוי־גערופֿענעם האָספּיטאַל פֿאַר געפֿאַנגענע. וועגן דעם, אַז איך בין אַ ייִד האָט קיינער ניט געוווּסט און מעגלעך אַז געוווּסט און געשוויגן.

בײַ אונדז האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ קאָנספּיראַנטיווע גרופּע. פֿון דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר געווען אָפּגעריסן. וועגן פּאַרטיזאַנער האָבן מיר גאָרניט געוווּסט. אונדזער ציל איז געווען, ווי נאָר עס וועט ווערן וואַרעם, אַנטלויפֿן און אָרגאַניזירן אַ פּאַרטיזאַנער אָטריאַד, אָדער זיך איבערקלײַבן דורכן פֿראָנט.

אָט, אָט און מיר דאַרפֿן פּרוּוון דורכפֿירן אונדזער פּלאַן, ווי מען נעמט מיך און נאָך צען מאַן (איך האָב די גאַנצע צײַט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ סאַניטאַר) און מען פֿירט אונדז אַוועק קיין באָברויסק אין אַ לאַזאַרעט. פֿון די ערשטע טעג האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט סאָוועטישע פּאַטריאָטן אין שטאָט. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אַרום זײַנען שוין פֿאַראַן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן. אַ 13־יאָריק יאַטל האָט אונדז, אין צווייען, בײַ נאַכט, אַרויסגעפֿירט פֿון שטאָט. אין אַ חודש אַרום בין איך שוין געווען אַן אויסשפּירער. אַלץ וואָס כ’האָב געקענט האָב איך געלאָזט אין גאַנג. אַבי נקמה נעמען.

אַזוי, עס איז שוין שפּעט און מען דאַרף עס מאַכן בקיצור. ווי מיר ווילט זיך עס, אַז זאָלסט באַקומען מײַן בריוו.

זײַ מיר, טײַערער, געזונט און שטאַרק און לאָמיר האָפֿן, אַז מיר וועלן זיך נאָך ווען ניט איז טרעפֿן.

שרײַב אָפֿטע בריוו

איך קוש דיך פֿיל מאָל

דײַן מישע

גריס דײַנע חבֿרים

* * *

דעם מאַטעריאַל האָב איך לאַנג געשריבן. געמעקט, אויפֿגעשטעלט, ווידער געמעקט, איבערגעשטעלט און די אַלע וואָכן בין איך ווידער געווען אין פֿײַער פֿון קריג. מײַנע היימישע האָבן מיר געהאַלטן אין איין בעטן, פֿאָרוואַרפֿן און דאָס איז טאַקע געווען איבער מײַנע כּוחות. מיט גדלנות שמעקט דאָ ניט, ווײַל דאָס איז ניט נאָר מײַן מלחמה־גורל און הײַנט איז שוין, ליידער, ווייניק ווער פֿאַרבליבן, וואָס ס’זאָל קענען דערציילן.