- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע אומרוען און אינטערעסאַנט: אין דעם ערשטן טאָג, ווען ס׳איז געווען אומרוען, איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קליינער פֿאַרזאַמלונג פֿון סטודענטן אונטער דער השגחה כּלומרשט פֿון איינעם אַ פּראָפֿעסאָר וואָס איז געווען זייער ליבעראַל און אויף זיך גענומען די געפֿאַר צו האָבן בײַ זיך אַ קרײַזל. כּלומרשט איז געווען וועגן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. אין דער אמתן איז דאָס געווען אַן [אָרט פֿאַר] פּאָליטישע קריגערײַען פֿון סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען, צי מע דאַרף זען, אַז רוסלאַנד זאָל זיגן אָדער באַזיגט ווערן און דעמאָלט וועט אַרונטערפֿאַלן די ראָמאַנאָוו־דינאַסטיע, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בין איך געווען דעמאָלט אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג און ס׳איז מיר אויסגעטראָטן איין סאָציאַליסט נאָכן צווייטן (דאָס הייסט, פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטן — וועגן באָלשעוויקעס האָט מען בכלל ניט גערעדט. ס׳איז געווען פֿאַרשיידענע מינים סאָציאַל־דעמאָקראַטן). עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, וואָס זײַנען געווען רוסיש מער נאַציאָנאַלע ווי סאָציאַל־דעמאָקראַטן. אויך האָט נאָך דעם זיך באַטייליקט דער פּראָפֿעסאָר (וואָס איך האָב פֿאַרגעסן דעם נאָמען ווי ער האָט געהייסן). איז געווען די מיינונג: גוט, אומרוען וועלן זײַן, בלוט וועט זיך אפֿשר גיסן, קיין רעוואָלוציע וועט פֿון דעם ניט ווערן. ווי וועט ווערן אַ רעוואָלוציע איצט? די אַלע מענער זײַנען דאָך גאָר אויפֿן פֿראָנט. אַ רעוואָלוציע אין פּעטראָגראַד? אויב עס קען ווערן אַ רעוואָלוציע, קען עס זיך דאָך אָנהייבן ערגעץ וווּ אַנדערש, ניט דאָרטן וווּ עס זײַנען דאָ די אַלע מיניסטאָרן מיט אַזוי פֿיל זשאַנדאַרמעריע, מיט אַזוי פֿיל געהיים־פּאָליציי. וועלכע פּאַרטיי קען דאָס נעמען אויף זיך די אַחריות און די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, אָנצוהייבן אַ רעוואָלוציע בשעת אָט דער שׂונא איז פֿאַר די טויערן? ס׳איז געווען אַלערליי טענות, און דער אויספֿיר איז געווען: קיין רעוואָלוציע וועט ניט זײַן. אין די הויכע פֿענצטער גרוזענבערג האָט געהאַט אַ טבֿע, אַ כאַראַקטער אַזאַ: עס פֿלעגט זיצן אַ סך מענטשן און וואַרטן, פֿלעגט ער, פֿאַרשטייט זיך, דעם ערשטן מיך אַרײַננעמען [אין ביוראָ]. און ער פֿלעגט ניט נאָר אונטערשרײַבן, [ער] פֿלעגט פֿרעגן, וואָס איך מאַך און וועגן מײַנע חבֿרים, אַזוי דורכשמועסן. און אים פֿלעגט ניט אַרן, אַז די אַנדערע זיצן און וואַרטן. איך בין געוואָרן אַ גאַנצער שמעלקע מיט גרוזענבערג. גימנאַזיע אין ווילנע אַז איך בין אַלט געוואָרן שוין איבער 13 יאָר און געהאַט געענדיקט די פּראָגימנאַזיע, איז געקומען די פּראָבלעם, וווּ שיקט מען מיך ווײַטער זיך לערנען. אין פּאַלאָנגע אַליין איז ניט געווען קיין גימנאַזיע, אין ליבאַווע וואָלט מען ניט אָנגענומען. ערשטנס האָט מען אָנגענומען אומעטום זייער ווייניק ייִדן. ליבאַווע — די גאַנצע קורלענדער גובערניע איז געווען אויסער דעם תּחום־המושבֿ, אויסער יענע גובערניעס וווּ ייִדן האָבן געמעגט וווינען. עס זײַנען נאָר געווען 3 און אין געוויסע שטעט נאָר 5 פּראָצענט ייִדן [אָנגענומען אין די גימנאַזיעס]. דער פֿאַרלאַנג איז געווען אַלע מאָל אַ סך אַ גרעסערער, איז ניט געווען קיין שום האָפֿענונג צו קענען אין ליבאַווע, דאָרטן וווּ מײַן פֿעטער וווינט, וווינען. דער באָבעס מיצווה ס׳איז געווען זאַכן, ווען די באָבע פֿלעגט מיר אויך געפֿעלן ווערן. די באָבע פֿלעגט באַזאָרגן, אַז די מאַמע זאָל קאָכן. (די קעכין איז געווען די מאַמע, נישט די באָבע.) ווי נאָר מע האָט זיך דערוווּסט, אַז אין שטעטל איז דאָ אַ קראַנקער, פֿלעגט מען עס קאָכן פֿאַר אים אַ הינדל, אַ האַלב הינדל, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס, וואַרעניע פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון קאַרשן, פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס. (עמעצער האָט געזאָלט שוויצן, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס.) איך בין געווען דער עלטסטער זון און איך בין געווען דער וואָס האָט געבראַכט די דאָזיקע זאַכן פֿון גאָר קינדערשע יאָרן אָן, ביז כּמעט די גאַנצע צײַט ווען איך בין געווען אין שטעטל צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן. די דאָזיקע [איז] געווען אַ שליחות וואָס איך האָב אַלע מאָל זייער ליב געהאַט. די באָבע פֿלעגט אַכטונג געבן אויף [דעם], דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, איינע פֿון אירע הויפּט מיצוות. (זי האָט געהאַט אַ גאַנצע סעריע פֿאַרשיידנסטע מיצוות, וואָס מע קען האַלטן פֿאַר אַ מיצווה אָדער ניט.) זיסיקייטן איך בין געווען, אַגבֿ, פֿון די, וואָס האָבן נישט ליב געהאַט, פֿון מײַנע קינדערשע יאָרן אָן, קיין זיסיקייטן. איין זאַך פֿלעג איך יאָ זייער ליב האָבן און פֿלעג אַפֿילו אַליין גנבֿענען. דאָנערשטיק, פֿרײַטיק פֿלעגט מען באַקן פֿאַרשיידענע געבעקס. זומער פֿלעגט אַלע מאָל זײַן אַ קעזקוכן אָדער אַ שמאַנטקוכן אָדער עפּעס אַזוינס וואָס אין די אַנדערע מקומות איז דאָס ניטאָ. און חוץ דעם ברוינע קיכעלעך, האָניק־קיכעלעך. די דאָזיקע ברוינע קיכעלעך פֿלעג איך זען קריכן אויפֿן בופֿעט — ס׳איז געווען אַ גרויסער, הויכער בופֿעט — פֿלעג איך זען אַרויסכאַפּן וויפֿל מע קען. מע פֿלעגט ברענגען פֿרוכטן פֿון קרים, אויב דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון דרום־רוסלאַנד, אָדער מע פֿלעגט אַ מאָל צושיקן — די אַלע זאַכן פֿלעגן מיך ניט פֿאַראינטערעסירן. [נאָר] די האָניק־קיכעלעך די פּליטים עס זײַנען שוין געווען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע פּליטים, אַנטלאָפֿענע און אַרויסגעטריבענע פֿון אַ טייל פֿון דער קאָוונער גובערניע, אויך אַ ביסל פֿון דער קורלאַנדער גובערניע. מע האָט געטריבן פֿון די גרענעצן, און עס זײַנען אָנגעקומען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע משפּחות, אָרעמע, פֿון כּמעט גאַנץ ליטע; אַ טייל פֿון קאָוונער גובערניע און פֿון ווילנער גובערניע. מע האָט די דאָזיקע משפּחות ביסלעכווײַז עוואַקויִרט פֿון ווילנע. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן דעמאָלט אַ קאָמיטעט, וואָס זײַן צענטער איז געווען אין פּעטראָגראַד, צו קענען אַרויסשיקן פֿון ווילנע די פּליטים און צו קענען זיי אַוועקשיקן ווײַטער אין אַנדערע רוסישע גובערניעס. דאָס ווערן אַ פֿאָלקיסט פֿון אַלע זײַטן אָרעמקייט: כּמעט באָרוועסע קינדער, פֿאַרשמוציקטע קינדער. און עס האָט מיך געצויגן אַהין. נאָכן גיין דאָס ערשטע מאָל פֿלעג איך וועלן גיין דאָס צווייטע מאָל און דאָס דריטע מאָל. און ביסלעכווײַז, אין דעם דאָזיקן פּראָצעס פֿון גיין, בין איך געוואָרן אַ פֿאָלקיסט. און די ווירקונג איז געווען פֿריִער פֿון אַלץ פֿון רוסישער ליטעראַטור, ניט פֿון ייִדישע פֿאָלקיסטישע געדאַנקען וואָס זײַנען דעמאָלט געווען. עמנואל לאַסקער איז געקומען קיין ווילנע דער באַרימטער וועלטמײַסטער פֿון שאָך עמנואל לאַסקער, און ער האָט געשפּילט גלײַכצײַטיק מיט עטלעכע און 30 שפּילערס. נאָר דרײַ האָבן געמאַכט מיט אים רעמי, און איך בין געווען איינער פֿון די דרײַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעמאָלט האָב איך געחלומט וועגן דעם, אַז מײַן צוקונפֿט איז אַ שאָכשפּילער און אַז איך וועל אויך ווען ניט איז ווערן אַזוי באַרימט ווי עמנואל לאַסקער. די ווילנער גימנאַזיע אין דער שול גופֿא האָב איך געהאַט זייער גוטע שעהען און געהאַט ניט אַזעלכע גוטע. די גוטע איז געווען אין פֿאַרבינדונג מיט העברעיִש. מיר האָבן געלערנט העברעיִש, דאַכט זיך, דרײַ מאָל אַ וואָך. מען האָט געלערנט מער פֿון יוצא וועגן ווי מען האָט עס אין דער אמתן געלערנט. אָבער ס׳איז געווען אַ היפּש ביסל חבֿרה וואָס האָבן געקענט העברעיִש פֿון דער היים. דער לערער פֿון העברעיִש האָט געהייסן פּינעס; ער איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער לערער אין דער גימנאַזיע פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ער איז געקומען, געוואָלט וויסן, וויפֿל עס קענען די תּלמידים, האָט ער געהייסן יעדן איינעם אָנשרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע. האָב איך אָנגעשריבן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס האָט געהייסן "געגועים" (געגועים הייסט בענקעניש; קלאָר, אַז איך בין געווען דורכגענומען מיט בענקענישן). וואָס איך האָב דאָרטן געשריבן געדענק איך ניט, נאָר איך ווייס, אַז דער לערער איז געווען גוואַלדיק באַגײַסטערט: "דאָס איז קאָלאָסאַל" אאַז״וו. הערצל איך געדענק אויך, אַז דאָס איז געווען אין 1904, אַז איך בין געקומען פֿון פּאָסט און אויפֿגעעפֿנט דעם "פֿרײַנד" און איך האָב געזען דאָס גרויסע בילד פֿון הערצלען, אַז ער איז טויט. בין איך געגאַנגען אין גאַס, געטראָגן די צײַטונגען און געוויינט. האָט יעדער איינער מיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: "וואָס וויינסטו? ווער האָט דיך געשלאָגן?" איך האָב געוויינט, [ווײַל] איך האָב געוווּסט, אַז הערצל איז טויט. הערצל איז געווען אַ לעבעדיקע געשטאַלט אין אונדזער משפּחה. אויף דער וואַנט פֿון דעם גרויסן עסצימער זײַנען געווען צוויי בילדער פֿון אַלטע צײַטן: דאָס בילד פֿון ווילנער גאָון און דאָס בילד פֿון משה מאָנטעפֿיאָרע. דאָס זײַנען געווען כאַראַקטעריסטישע בילדער. און נאָך דעם איז געווען אויך דאָס בילד פֿון טעאָדאָר הערצל, וווּ ער שטייט עפּעס אָנגעשפּאַרט אויף אַ געלענדער ערגעץ וווּ און קוקט ערגעץ וווּ אין די ווײַטקייטן. און אין מיטן דרינען איז ער געשטאָרבן. דאָס איז געווען אין מײַן לעבן אַ גרויס געשעעניש. עס זײַנען געווען די ערשטע זכרונות: ווי ס׳איז געבאָרן געוואָרן מײַן ברודער משה אין 1902, [און] ווי אין 1904 איז געשטאָרבן טעאָדאָר הערצל. דאָס הויז אויף וויפֿל איך געדענק, האָב איך שוין געלעבט אין אַ גרויס הויז. אין דעם הויז איז געווען אַ גרויסער זאַל מיט מעבל וואָס מע האָט געבראַכט, דאַכט זיך, אַפֿילו פֿון ווין, אויב איך האָב נישט קיין טעות, אָדער אפֿשר פֿון אַנדערשוווּ פֿון דײַטשלאַנד. אין דעם זאַל איז מען כּמעט קיין מאָל ניט געווען, סײַדן עס זײַנען געווען חשובֿע געסט, אָדער אין די גאָר גרויסע ימים־טובֿים. און ס׳איז געווען אַ געוואַלדיק גרויסער עסצימער מיט אַ גרויסן טיש, און שפּעטער איז געווען, חוץ דעם גרויסן טיש, אַ קלענער טישל פֿאַר די קינדער. און איך געדענק, ווי איך פֿלעג בעטן, אַז איך וויל זיצן בײַ דעם גרויסן טיש וווּ מע זאָגט "ביטע שיין" און "דאַנקע שיין" (גערעדט האָט מען בײַ אונדז דײַטשמעריש אַ ביסל). דער פֿעטער יעקבֿ מײַן פֿעטער יעקבֿ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1860 — פּונקט מיט צען יאָר עלטער פֿון מײַן טאַטן. גאָר יונג האָט ער זייער אַ סך געלערנט. ער איז ניט געווען אַזוי באַרימט ווי דער אַבֿרהמל פּאַלאָנגער מיט אַ פּאָר דורות פֿריִער, נאָר מע האָט אים אויך געהאַלטן פֿאַר אַן עילוי, פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקן. און אַז בײַ אים האָט זיך עס פֿאַרבונדן מיט גיין צוויי יאָר צײַט אין אַ דײַטשער פּראָגימנאַזיע, האָב איך שוין דערציילט. איז ווען דער יעקבֿ האָט חתונה געהאַט, האָט ער חתונה געהאַט מיט גאָר אַ גרויסן ייִחוס — מיט אַן אוראייניקל פֿון ווילנער גאָון. דאָס איז געווען דער גרעסטער ייִחוס בײַ אונדז. האָט ער זיך באַזעצט אין ליבאַווע און געוואָרן אַ בוכהאַלטער. דעמאָלט זײַנען געווען גרויסע ייִדישע פֿירמעס וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט אימפּאָרט; מיט אימפּאָרטירן, דער עיקר, הערינג. די הערינג איז כּמעט פֿאַר דער גאַנצער, גרויסער רוסישער אימפּעריע דורכגעגאַנגען דורך דעם האַוון ליבאַווע (אָדער ליפּײַ). בײַ איינעם פֿון די אימפּאָרטערן איז ער געוואָרן אַ בוכהאַלטער. ווי אַזוי האָט ער זיך אויסגעלערנט בוכהאַלטעריע — ווער ווייסט? ער האָט זיך אויסגעלערנט [און] געענדיקט. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) דער טאַטע איציק איצט קום איך צו דעם עלטסטן זון פֿון מײַן זיידע שמואל, [וואָס] האָט געהייסן איציק. אין זײַנע צײַטן איז שוין אין פּאַלאָנגע געווען אַנטוויקלט די גאַנצע אַרבעט פֿון בורשטין. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1870 [און] איז געוואָרן בר־מיצווה אין 1883. אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער זייער אָרעמער משפּחה, איז ער, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך נאָך 1883 אַוועק ווי אַ לערן־ייִנגל אין איינער פֿון די פֿאַבריקן אין דער דאָזיקער שטאָט. כּמעט אַלע ייִדן האָבן שוין דעמאָלט געאַרבעט אין פֿאַבריקלעך, וווּ מע האָט אויסגעאַרבעט די פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן פֿון בורשטין. האָט מײַן פֿאָטער איציק געקראָגן ווייניק בילדונג — וויפֿל האָט ער געקאָנט קריגן אין פּאַלאָנגע ביז בר־מיצווה? ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בורשטין בײַ זײַנעם אַ פֿעטער, וואָס האָט געהייסן הערצע. דער דאָזיקער הערצע, [אָדער] הערצל, איז געווען אַ ברודער פֿון שמואל. אָבער דער הערצל איז גאָר ניט געווען ענלעך אויף דעם ברודער, [ווײַל ער] האָט אין די יונגע יאָרן אַ סך געלערנט תּלמוד. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) דער זיידע יודל — אַ מאָדנער רבֿ מײַן זיידע יודל איז געווען אַ זייער טשיקאַווער מענטש. ער האָט יאָרן לאַנג נישט געוואָלט ווערן קיין רבֿ. אין פּאַלאָנגע גופֿא איז ער געוואָרן אַ דיין, אַ מין געהילף צו אַ רבֿ. צי מע האָט טאַקע אין פּאַלאָנגע געדאַרפֿט צום רבֿ אַ דיין, ווייס איך נישט. אפֿשר דערפֿאַר, [ווײַל] ער איז געווען אַ חשובֿער מענטש, אַ געבוירענער אין פּאַלאָנגע, פֿון דורות פּאַלאָנגער, האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ דיין. די באָבע האָט די גאַנצע צײַט געוואָלט, ער זאָל ווערן אַ רבֿ, און בשעת אין איר געבורטסשטאָט, אין פּלונגיאַן — דאָרטן וווּ זי האָט זיך געהאָדעוועט — איז געוואָרן באַקאַנט די פּאָזיציע פֿון אַ רבֿ, האָט זי אַזוי לאַנג געטענהט צו איר מאַן, אַז ער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע און ער איז געוואָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן. ער איז געווען אַ געוויסע צאָל יאָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן — וויפֿל יאָרן, ווייס איך נישט. איך ווייס אָבער, אַז ער האָט זיך צעקריגט מיט זײַנע בעלי־בתּים איבער זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט יושר, מיט גערעכטיקייט. אפֿשר האָט דאָס געהאַט צו טאָן מיט קאַנטאָניסטן, אפֿשר מיט אַנדערע זאַכן. די באָבע האָט מיר קיין מאָל ניט דערציילט, פֿאַר וואָס ער האָט זיך צעקריגט, נאָר געענדיקט האָט זיך מיט דעם, אַז אין אַ זומער־נאַכט האָט ער געדונגען אַ בויד מיט אַ פּאָר פֿערד, אַרײַנגעפּאַקט אין בויד זײַנע קינדער (ער האָט שוין געהאַט אַ היפּשע צאָל קינדער), אַרײַנגעפּאַקט אין בויד דאָס ביסל בעבעכעס, וואָס מע האָט געהאַט, און אַוועקגעפֿאָרן צוריק צו זיך אין שטעטל פּאַלאָנגע. |