זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


גימנאַזיע אין ווילנע

אַז איך בין אַלט געוואָרן שוין איבער 13 יאָר און געהאַט געענדיקט די פּראָגימנאַזיע, איז געקומען די פּראָבלעם, וווּ שיקט מען מיך ווײַטער זיך לערנען. אין פּאַלאָנגע אַליין איז ניט געווען קיין גימנאַזיע, אין ליבאַווע וואָלט מען ניט אָנגענומען. ערשטנס האָט מען אָנגענומען אומעטום זייער ווייניק ייִדן. ליבאַווע — די גאַנצע קורלענדער גובערניע איז געווען אויסער דעם תּחום־המושבֿ, אויסער יענע גובערניעס וווּ ייִדן האָבן געמעגט וווינען. עס זײַנען נאָר געווען 3 און אין געוויסע שטעט נאָר 5 פּראָצענט ייִדן [אָנגענומען אין די גימנאַזיעס]. דער פֿאַרלאַנג איז געווען אַלע מאָל אַ סך אַ גרעסערער, איז ניט געווען קיין שום האָפֿענונג צו קענען אין ליבאַווע, דאָרטן וווּ מײַן פֿעטער וווינט, וווינען.
האָט זיך שוין אַרײַנגעמישט דעם פֿעטערס ווײַב, וואָס קומט פֿון ווילנע. און ס׳איז באַשטימט געוואָרן, אַז איך פֿאָר זיך לערנען אין ווילנע אין אַ פּריוואַטער רוסישער גימנאַזיע. ס׳האָט געהייסן קאַגאַנס גימנאַזיע; אַ גימנאַזיע מיט געוויסע באַגרענעצטע רעכט פֿון נאָר ייִדישע קינדער (נאָר פֿון ייִנגלעך, פֿאַרשטייט זיך), וואָס זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידנסטע געגנטן פֿון רוסלאַנד. מע האָט דאָרטן געדאַרפֿט זייער אַ סך צאָלן. ס׳איז געווען זייער אַ טײַערע שול, אָבער דערפֿאַר איז ניט געווען קיין שוועריקייט אָנצוקומען אין דער דאָזיקער גימנאַזיע. און אין דעם 5טן קלאַס גימנאַזיע בין איך אָנגעקומען אין עלטער פֿון ניט פֿולע 14 יאָר. פֿלעגט מען דעמאָלט אָנקומען אין אויגוסט און 14 יאָר בין איך געוואָרן אין אָקטאָבער־נאָוועמבער.
בין איך אַוועק אין ווילנע. און דעמאָלט איז געווען פֿאַר מיר דאָס ערשטע יאָר אין ווילנע אַן אויסערגעוויינטלעך שווער יאָר. איך האָב די אַלע יאָרן געלעבט אין אַ גרויסער משפּחה מיט אַזוי פֿיל קינדער, מיט ברידערלעך, מיט אַ שוועסטער, מיט אַזוי פֿיל חבֿרים, מיט ייִנגלעך מיט וועלכע מען איז צוזאַמען אויסגעוואַקסן. און דאָ קום איך אין גאַנצן אין דער פֿרעמד.
מע האָט מיך אָנגעדונגען אויף פּאַנסיאָן בײַ איינעם אַ צאָנדאָקטער וואָס האָט געהייסן גאָרדאָן, פֿון דער באַרימטער גאָרדאָן־משפּחה, וואָס איך האָב פֿאַרבײַגייענדיק דערציילט. דער דאָזיקער גאָרדאָן איז געווען נישט קיין גוטער צאָנדאָקטער, ניט געהאַט קיין פּרנסה פֿון זײַן אַ צאָנדאָקטער, און געוווינט האָט ער אין אַ קאָלאָסאַל גרויסער דירה, וואָס איז מסתּם געגאַנגען בירושה פֿון עטלעכע פֿריִערדיקע דורות וואָס זײַנען געווען פֿון אַ העכערער מדרגה. האָט די פֿרוי באַשלאָסן, אַז זי וועט אויך זײַן אַ ברויטגעבערין און זי האָט געהאַט, חוץ פֿאַר איר זון און איר טאָכטער, געהאַט צימערלעך 4, האָט זי פֿאַרדונגען פֿאַר 8 גימנאַזיסטן, אַז זיי זאָלן לעבן בײַ איר, איר צאָלן, און זי האָט געגעבן זיי פּאַנסיאָן. די דאָזיקע פֿרוי האָט, פֿאַרשטייט זיך, זייער ווייניק געזאָרגט וועגן דעם; קיין שטיקל אויפֿפּאַסערין אָדער קיין מאַמע איז זי נישט געווען. ס’פֿלעגט זי ניט אינטערעסירן, וואָס די חבֿרה טוען אין די צימערן, וווּ די חבֿרה גייען אַרויס, ווען זיי גייען אַוועק פֿון דער היים.

קאָרטן

עס זײַנען דאָרטן געווען אַלץ חבֿרה וואָס זײַנען אַלע געווען עלטער פֿון מיר — איך בין געווען דער ייִנגסטער. און איך בין דאָרטן געווען אויף צרות. איך האָב געלעבט צוזאַמען מיט אַ ייִנגל פֿון וויטעבסק און דאָס ייִנגל האָט אײַנגעפֿירט אַ מאָדע פֿון שפּילן קאָרטן אויף געלט. זיי האָבן געוווּסט, אַז איך קריג אַ סך געלט. וואָס איז אַ סך? אַז חוץ דעם פּאַנסיאָן, וואָס מע צאָלט, קריג איך צוגעשיקט פֿון ליבאַווע 40 רובל אַ חודש. ס׳איז פֿאַר מײַנע ביכער צוגעשיקט, אפֿשר אַ מאָל פֿאַר זאַכן וואָס איך דאַרף זיך קויפֿן (כאָטש די אַלע זאַכן פֿלעגט מען זיך קויפֿן אין דער היים, ווען איך פֿלעג קומען אויף וואַקאַציע) — פֿאַר נאַשערײַען, אַזעלכע מינים זאַכן. זיי, די אַלע חבֿרה, האָבן געשפּילט אין קאָרטן, און מע פֿלעגט שפּילן ביז מע האָט פֿאַרשפּילט וואָס מען האָט געהאַט. מיר האָט ניט געפּאַסט ניט שפּילן אין קאָרטן, און איך האָב נישט געוואָלט שפּילן. איין מאָל איז געשען, אַז אַפֿילו דאָס ייִנגל מיט וועלכן איך האָב געוווינט צוזאַמען אין איין צימער האָט מיך געשלאָגן ווען איך האָב ניט געוואָלט שפּילן אין קאָרטן. און איין מאָל איז געשען, ווען איך האָב אויפֿגעהערט שפּילן (דאָס איז געווען מסתּמא נאָך אַ האַלב יאָר ווי איך בין דאָרטן געווען) — וואָס איז געשען? ס׳איז געווען דעמאָלט אַ רוסישער טעאַטער מיט אַן אַקטריסע אַ גוטער, וואָס מיר פֿלעגן אַלע גיין שבת בײַ טאָג, אויף דער בײַטאָגיקער פֿאָרשטעלונג. איז איין מאָל געשען, אַז ניט נאָר איך האָב פֿאַרשפּילט דאָס גאַנצע געלט וואָס איך האָב געהאַט, האָב איך אין לעצטן מאָמענט אַוועקגעלייגט דעם בילעט אויף מאָרגן אין טעאַטער, און איך האָב דעם בילעט אויך פֿאַרשפּילט. דאָס האָט איבערגעריסן מײַן שפּילן אין קאָרטן אויף יאָרן. ערשט אַ סך יאָרן שפּעטער, אין ניו־יאָרק, איז געווען אַ געוויסע צײַט, אַז בײַ אונדז אין שטוב האָט מען געשפּילט קאַנאַסטע. אָבער נאָך דעם דאָזיקן יאָר האָב איך קיין מאָל מער ניט געשפּילט אין קאָרטן פֿאַר געלט. איך האָב עס, אַזוי צו זאָגן, אויסגעוויינט אין ווייטאָגן און מסתּמא פֿון טרערן. איך האָב געשפּילט שפּעטער אַ מאָל אין פּרעפֿעראַנץ, וואָס איז אַ שפּיל סתּם פֿון פֿאַרגעניגן.

שאָך

אַז איך רייד וועגן שפּילן דערמאָן איך זיך נאָך אַ שפּיל. כ’האָב זייער פֿרי זיך אויסגעלערנט שפּילן שאָך, און ווי נאָר כ’האָב זיך אויסגעלערנט, האָב איך גוט געשפּילט. מײַן טאַטע האָט קיין מאָל קיין שאָך ניט געשפּילט, מײַן לערער הערציקאָוויטש איז געווען אַזאַ שוואַכער שפּילער, מײַן ייִנגערער ברודער שיִע אויך — האָב איך כּמעט ניט געהאַט מיט וועמען צו שפּילן. ווײַל איך האָב געשפּילט עטלעכע מאָל מיט אים [און שוין]. אָבער דער פֿעטער הערץ איז געווען אַ שאָכשפּילער, און זײַנע זין, די סטודענטן, זײַנען געווען גוטע שאָכשפּילער. איך האָב זיך אויסגעלערנט פֿון זיי זייער פֿײַן און גוט שפּילן און, פֿאַרשטייט זיך, זייער גיך געווען דער שאָכשפּילער אין שטעטל, הגם ניט געהאַט קיינעם מיט וועמען צו שפּילן. שפּילן שאָך האָב איך געהאַט איין גרויסן דערפֿאָלג אין מײַן לעבן. דאָס איז געווען אין 1911 (אפֿשר 1912), איז געקומען אין ווילנע דער באַרימטער, דער וועלט־באַרימטער שאָך־קיניג לאַסקער.

אין פּעטראָגראַד: לערנען מיטן פֿעטער יעקבֿ

איך האָב זייער אַ סך באַוויזן צו לערנען גמרא. איך פֿלעג אַליין באַשטימען, וואָס מע זאָל לערנען, פֿון וועלכער מסכתּא. האָבן מיר פֿאָרויס באַשטימט, אַז מיר לערנען “נזיקין"; “נזיקין" איז איינע פֿון די 6 גרויסע אָפּטיילונגען פֿון תּלמוד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אי מיט קרימינעלע און אי מיט ציווילע פּראָצעסן — וואָס גיבן אייגנטלעך געזעצן, אָדער אָנווײַזונגען, ריכטער ווי זיך צו פֿירן. האָב איך געלערנט פֿריִער “סנהדרין" און נאָך דעם “מכּות" און “עבֿודה זרה"; און נאָך דעם נאָך אַ מאָל געלערנט דאָס וואָס איך האָב אין מײַנע גאָר יונגע יאָרן געלערנט און נישט געקענט: “בבֿא מציעה" און “בבֿא קמא". שפּעטער האָבן מיר געלערנט פֿון פֿאַרשיידענע זאַכן, געפּרוּווט לערנען און, דער עיקר, נאָך דעם וואָס ס’איז מיר ניט געפֿעלן געוואָרן, פֿלעגן מיר אַוועק וואַרפֿן. מיר האָבן אָנגעהויבן לערנען, למשל, “נשים"; כ’האָב ניט געהאַט פֿאַר דעם קיין אינטערעס, האָבן מיר אַ ביסל געלערנט, לאָמיר זאָגן אַ פּאָר וואָכן, [און] אַוועק געוואָרפֿן. מיר האָבן געלערנט אַן אינטערעסאַנטע גמרא “ראָש־השנה", מיט ענינים, ווי מע דערקענט אַ נײַע לבֿנה און נאָך אַזעלכע זאַכן. דער אמת, וואָס איך קען פֿון תּלמוד, איז פֿון די דאָזיקע יענע יאָרן.
אין אָנהייב האָט ער מיך געפֿירט בײַ דער האַנט, פֿאַרשטייט זיך, און ער פֿלעגט לייענען און זאָגן און אויסטײַטשן; איך פֿלעג זיך צוהערן און אים פֿרעגן וואָס איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען. עס איז אַוועק געגאַנגען אַ יאָר אָדער אפֿשר ווייניקער, האָב איך שוין געדאַרפֿט לייענען און אויסטײַטשן און דערקלערן און קוקן אין רש״י אָדער קוקן אין תּוספֿות, און ער האָט נאָר געדאַרפֿט ענטפֿערן אויף פֿאַרשיידענע קשיות.
זײַן סיסטעם איז געווען אַזוי: לאָמיר זאָגן, מיר האַלטן אין לערנען וועגן עפּעס אַן ענין; שטעלט ער זיך אָפּ: “שייגעץ!" פֿלעגט ער זאָגן, “דאָ דאַרפֿסטו פֿרעגן אַ קשיא". פֿלעג איך געוויינטלעך קענען פֿרעגן די קשיא וואָס ער האָט געמיינט, אַז דאָ דאַרף מען פֿרעגן. “יע", פֿלעג איך זאָגן, “דאָ איז דאָ עפּעס אַ קשיא, נאָר וואָס איז דאָס פֿאַר אַ קשיא?" מסתּמא האָט ער געמיינט אַן אַנדער קשיא.
איך האָב אים אַלע מאָל געאירצט. ס׳איז געוואָרן אַ זייער שטאַרקע פֿאַרבינדונג צווישן מיר און מײַן פֿעטער יעקבֿ. אין דער אמתן איז ער אין דעם זינען געוואָרן ווי אַ גײַסטיקער פֿאָטער. און איך האָב נישט נאָר געלערנט תּלמוד אין די דאָזיקע אַלע יאָרן. ס׳איז דאָ “חובֿות הלבֿבֿות", אַ ווערק פֿון 11טן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען אָנגעשריבן אין שפּאַניע, אויף אַראַביש, שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש. איז דאָס “חובֿות הלבֿבֿות" האָבן מיר אַ היפּש ביסל געלערנט. מיר האָבן געלערנט דעם “ספֿר הכּוזרי", דאָס באַרימטע ווערק פֿון יהודה הלוי, וווּ ער שטעלט פֿאָר אין פֿאָרעם פֿון אַ דיאַלאָג אָדער פֿון אַ דרײַשמועס מיט דעם קיניג פֿון די כאַזאַרן, וווּ יעדער איז געקומען פֿאָרלייגן זײַן גלויבן — די דרײַ גלויבנס: דעם קריסטלעכן, דעם מחמדאַנישן, און דעם ייִדישן.
מיר האָבן אַפֿילו געלערנט אין אַ געוויסער צײַט (דאָס איז שוין געווען האַרט פֿאַר מײַן אַוועקפֿאָרן) דאָס זייער אינטערעסאַנטע ווערק פֿון דעם גרינדער פֿון דער ליובאַוויטש־ריכטונג פֿון די חסידים, דעם “תּניא". הכּלל, אַלץ וואָס האָט צו טאָן באמת מיט ייִדישקייט האָב איך זיך געלערנט בײַ מײַן פֿעטער יעקבֿ. ער איז אין דעם אַרײַנגעצויגן געוואָרן, איך בין אין דעם אַרײַנגעצויגן געוואָרן — דאָס איז געווען מײַן הויפּט שטודירן, איבער דעם וואָס איך האָב געלערנט אין די העכערע קורסן פֿון באַראָן גינצבורג, איבער די ענינים וואָס איך האָב געלערנט אין אוניווערסיטעט. אויף אַזאַ אופֿן האָב איך געהאַט אַ מין פֿאָרשטעלונג, אַז איך לערן אין דרײַ הויכשולן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן.
איך קען בכלל זיך איצט ניט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי איך האָב דאָס אַלצדינג געקענט באַווײַזן. ווײַל וואָס איז געקומען אַלץ נעענטער צו דער רעוואָלוציע, [און] נאָך דעם, ווען די רעוואָלוציע [איז געקומען], איז מען געווען אַרײַנגעצויגן אין אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע זאַכן. שפּעטער [בין איך] אַפֿילו געווען אַרײַנגעצויגן אין וואַלן פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג אין פּעטראָגראַד, וואַלן פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּעטראָגראַד. איך [האָב] געהאַט פֿאַרשיידנסטע פּאָזיציעס און אַרבעטן. אָבער פֿון 6 ביז 8 בין איך אַלע מאָל געווען אין דער היים און אַלע מאָל געלערנט בײַם פֿעטער. אויב עס וואָלט ניט געווען אַזאַ אינעווייניקסטע שטרענגע דיסציפּלין בײַ אונדז ביידן וואָלטן מיר מסתּמא אַ פּאָר חדשים שפּעטער די גאַנצע זאַך אויפֿגעגעבן. איך האָב עס ניט אויפֿגעגעבן. אָט אַזוי [איז געווען] ווי אַ מאָל בײַ הערציקאָוויטשן: ערבֿ יום־כּיפּור האָבן מיר ניט געלערנט, [אָבער] ימים־טובֿים האָבן מיר אַלע געלערנט, אַלע מאָל. אין די לאַנגע טעג איז דאָס געווען נאָך שבת בשעת מע האָט געלערנט פֿון 6 ביז — אין פּעטערבורג זײַנען זומערדיקע טעג זייער לאַנגע. ווען מע לערנט פֿרײַטיק־צו־נאַכט, האָט מען שוין אָפּגעבענטשט ליכט, מע האָט שוין געמאַכט קידוש, אַלצדינג, און נאָך דעם [זעצט מען זיך אַוועק] און מע לערנט.
ס׳איז געווען זאַכן, ווען דער פֿעטער האָט געהאַט פֿון מיר אַ גרויסע הנאָה, ווײַל איך פֿלעג אויך שרײַבן און קומען מיט פֿאָרמלען. ס׳איז דאָ אַ געוויסע שטעלע אין תּלמוד, אין “בבֿא מציעה", וועגן “תּגרי לוד" (מיר האָבן דעמאָלט עס גערופֿן “לוד", איצט רופֿן זיי “לאָד") — וועגן די הענדלער פֿון לוד, וואָס פֿאַרנעמען זיך די גאַנצע צײַט מיט בײַטן, פֿון גאָלדענע מטבעות אויף זילבערנע, פֿון זילבערנע אויף גאָלד, און עס לאָזט זיך אַרויס אַז זיי פֿאַרדינען. איז דאָס, אַז מע לערנט דאָס אויפֿן קאָפּ, איז עס אַ געוואַלדיק שווערע זאַך. איך האָב גענומען אַ שטיקל פּאַפּיר און געמאַכט מײַנע אַלגעבראַיִשע צייכנס פֿאַר x מיט אַן y מיט אַ z, און עס איז אַרויסגעקומען גאָר ניט אַזוי שווער די דאָזיקע גאַנצע זאַך, ווײַל ס׳איז געווען x פּלוס אַ דריטל פֿון x, באַקומט זיך אַזוי פֿיל...
דער גאַנצער אופֿן לערנען איז געווען אַ פֿײַנער, ווײַל די זאַכן וואָס זײַנען געווען שווער, פֿלעגט מען זיך אָפּשטעלן און שמועסן. מיר זײַנען קיין פּינטל אין קיין וויכּוחים קיין מאָל ניט אַרײַנגעגאַנגען. מײַן פֿעטער איז געווען זייער אַ שטרענגער אָנהענגער פֿון דער שיטה, וואָס האָט זיך אײַנגעשטעלט אין די ליטווישע ישיבֿות, אַז דאָס לערנען באַשטייט דער עיקר אין פֿאַרשטיין דעם געגעבענעם טעקסט. מע קען אַ מאָל פֿאַרגלײַכן, אָבער אָנהייבן מאַכן אַ גאַנצן פּילפּול און אַ גאַנצע דרייעניש — דאָס איז נישט געווען.

דובנאָוו

כ׳האָב געהאַט גרויסע הנאָה פֿון די לעקציעס וואָס מיר איז אויסגעקומען צו הערן, און איך האָב געהערט די גאַנצע צוויי יאָר דובנאָוון, אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון דער ייִדישער געשיכטע. ווײַל דובנאָוו איז געווען אַ גוטער [רעדנער]. ער האָט געקענט זייער גוט רוסיש, געהאַט זייער פֿײַנע רוסישע פֿאָרמולירונגען. און ער פֿלעגט זיך ניט אָפּשטעלן אויף די אַלע פּרטים. ער פֿלעגט ניט דערציילן [וועגן] אַ פּאָגראָם — עס איז דאָ אַזוי פֿיל פּאָגראָמען. קיין מאָל ניט אויסרעכענען וואָס און ווען און ווי. אָדער ס’איז געווען פֿאַרשיידנסטע ייִדישע גזירות, ווי די געזעץ־געבונגען זינט ס׳איז געקומען אונטער די רוסן; אָדער די פֿאַרשיידענע פּריווילעגיעס און גזירות וואָס מע האָט געקראָגן פֿון די פּוילישע קיניגן. [אויף] די פּרטים פֿלעגט ער זיך ניט אָפּשטעלן. בײַ אים איז געווען דער עיקר איינער: פֿאַר וואָס איז דער קיניג געווען גינציק צו ייִדן — וואָס האָט אים באַווויגן צו זײַן גינציק? ווי איז דעמאָלט געווען די אַלגעמיינע סיטואַציע? און נאָך אַזעלכע זאַכן — אַרום דעם ענין. דאָס וואָס איז באמת געשיכטע, ניט די דאָזיקע אַלע נאָך אַ פּרט מיט נאָך אַ פּרט. און ער פֿלעגט זייער פֿײַן אָרגאַניזירן זײַנע לעקציעס.

(המשך אין קומענדיקן נומער)