זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דריטער אַרטיקל)

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

דער פֿעטער ידידיה לייענט "די פֿרײַהייט" בעת זײַן ווײַב דאָקוטשעט אים:

"הערסט ידידיה, איך האָב געזען אין גאַס אַ ׳סעקטשועל קאַנווויטיבל׳־סאָפֿע, די לעצטע מאָדע. נאָך דעם ווי די גרינהאָרנס וועלן אַרויס פֿון דאַנען וועלן מיר מוזן בײַטן דאָס מעבל. ווער ווייסט, וואָס פֿאַר אַ כאָליעריעס זיי האָבן מיט זיך מיטגעשלעפּט פֿון יענער זײַט ים." דער פֿעטער רעגט זיך אויף:

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

די ערשטע טריט אין אַמעריקע נאָכן חורבן. פֿעטער ידידיה נעמט אָפּ פֿון דער באַן זײַן פּלימעניק, חיים, מיט זײַן פֿרוי טאָליע און זייער מיידעלע מירעלע און ברענגט זיי אַהיים אין דער בראָנקס. און איצט לייענט ווײַטער.

"אַז דו וועסט צו זיך קומען חיים," פֿאַרזיכערט אים דער פֿעטער, "וועל איך דיר דערציילן וועגן אַמעריקע. דאָ גיט מען אַ קוועטש אַ קנעפּל, פֿליט אַרויס אַ 'סענדוויטש.’ און אַז מ'וויל אַרויף אויפֿן צענטן שטאָק, גיט מען אויך אַ קוועטש אַ קנעפּל און מ'שפּאַרט אָן אין די וואָלקנס."

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿיר־שטאָקיקע געבײַדע אויף איסטבוירן־עוועניו אין דער בראָנקס שטייט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געהערט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיהן, וועלכער איז געווען אַ מאַליאָזש, ס׳הייסט אַ הויז־מאַלער. אַ לינקער, און גערעדט כּסדר וועגן אַרבעטער־קלאַס און סאָציאַליזם. זײַן ווײַב מינדל, מיט די קאָסאָקע אייגעלעך, האָט זיך נישט אויפֿגעהערט צו היצן, נישט געוווּסט ווי אונדז אויפֿצונעמען ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין אַמעריקע.

ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

פֿראַגעס און ענטפֿערס

וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ.

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.

ליטעראַטור, זכרונות

ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטי­פֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג.

פּובליציסטיק, זכרונות

אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע.

זכרונות
ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל, 1932

די געשיכטע, וואָס איר וועט לייענען ווײַטער, איז אַ קורצע און אַ טרויעריקע. איין מאָל האָט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג "נײַעס פֿון דער וואָך", וואָס גייט אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אויף רוסיש, און וווּ כ‘האָב געאַרבעט אין די מיט־90ער יאָרן, אָנגעקלונגען איינער אַ לייענער, דוד קאָלין:

— איך בין דער זון פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר יוסף קאָלין, — האָט ער מיר דערקלערט.

זכרונות
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רותקע מיט איר ברודערל העניוש

צווישן די הונדערטער טאָגביכער, וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון 62 יאָר זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, געפֿינט זיך אַ גאַנץ באַטײַטנדיקע צאָל געשריבן פֿון גאָר יונגע מחברים. זיי פֿאַרנעמען אַ וויכטיקן פּלאַץ אין אונדזער פֿאַרצווײַגטער חורבן־ליטעראַטור.

דער באַרימטסטער פֿון זיי איז דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק. די אַלע אַנדערע "שטייען ניט אָפּ", ניט מיט זייער אינהאַלט און ניט מיט זייער ליטעראַרישן ניוואָ און אויסדרוק־קראַפֿט וואָס זיי פֿאַרמאָגן.

זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)


5. אויף אַ דיפּלאָמאַטישער אַרבעט

אַבא גפֿן רעדט אין ייִדיש אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון 20,000 ייִדן אין בוענאָס־אײַרעס,בײַם אָפּצייכענען דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ
אַז מיר זענען אָנגעקומען אין לימאַ, פּערו, האָט מען אונדז פֿון פֿלוגפֿעלד געבראַכט צום האָטעל באָליוואַר, און דאָרט האָט מיך דערוואַרט מײַן ערשטע דערשיטערונג. איך האָב געפֿרעגט דעם אינפֿאָרמאַציע־באַאַמטן וווּ קען איך עפּעס קויפֿן, האָט ער מיר געזאָגט, כ׳זאָל אַרויס אויף דער גאַס וואָס איז נעבן האָטעל, די "הרגע די ייִדן גאַס", און דאָרט וועל איך געפֿינען וואָס איך דאַרף. נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל האָט מען טאַקע געביטן דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער גאַס, אָבער די מענטשן האָבן נאָך נישט פֿאַרגעסן איר אַלטן נאָמען.

זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)


4. אין ישׂראלדיקן "מוסד"

אַבדעל נאַצער, פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, און ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דעמאָנסטרירן די סאָוועטיש־עגיפּטישע סאָלידאַריטעט אויף די גאַסן פֿון קאַיִר
גלײַך נאָכן באַשלוס אין דער "יו־ען" צו גרינדן אַ ייִדישע מדינה, האָב איך פֿאַרלאָזט זאַלצבורג און אָנגעקומען קיין מינכן — נאָכדעם ווי איך האָב חתונה געהאַט מיט פֿרידע שמולאָוויטש; פֿון דאָרט — אין פּליטים־לאַגער בערגען־בעלזען. מײַן ברודער האָב איך מיט אַ יאָר פֿריִער אָפּגעשיקט קיין ארץ־ישׂראל מיט "עליית הנוער", די יוגנט עליה.

נאָך אַ פּאָר חדשים אין בערגען־בעלזען בין איך אָפּגעפֿאָרן — מיט מײַן פֿרוי און איר מוטער, ליבע שמולאָוויטש — פֿון בערגען־בעלזען קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרט מיט דער רומענישער שיף "טראַנסילוואַניאַ" — קיין ארץ־ישׂראל. מיר זענען געפֿאָרן אויף דאָקומענטן פֿון אַנדערע פּערזאָנען: