רותקע מיט איר ברודערל העניוש |
צווישן די הונדערטער טאָגביכער, וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון 62 יאָר זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, געפֿינט זיך אַ גאַנץ באַטײַטנדיקע צאָל געשריבן פֿון גאָר יונגע מחברים. זיי פֿאַרנעמען אַ וויכטיקן פּלאַץ אין אונדזער פֿאַרצווײַגטער חורבן־ליטעראַטור.
דער באַרימטסטער פֿון זיי איז דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק. די אַלע אַנדערע "שטייען ניט אָפּ", ניט מיט זייער אינהאַלט און ניט מיט זייער ליטעראַרישן ניוואָ און אויסדרוק־קראַפֿט וואָס זיי פֿאַרמאָגן. יעדעס טאָגבוך האָט זײַן ספּעציפֿישן כאַראַקטער פֿון שילדערן געשעענישן, מענטשלעכע טיפּן, זייערע פּערזענלעכע שטריכן, זיטן, האַנדלונגען און רעאַקציעס אין פֿאַרשיידענע סיטואַציעס און באַדינגונגען. עס ווענדט זיך אָן דעם שרײַבערס פֿעיִקייט פֿון אויסדרוק, באַנעמונג, זײַן כּוח פֿון אָבסערוואַציע, פֿון זײַן פּסיכאָלאָגישן און גײַסטיקן געדאַנקען־גאַנג.
ניט געקוקט אויף די דאָזיקע פֿאַרשיידע ניואַנסן אין די שאַפֿונגען פֿון די טאָגביכער, זענען זיי אַלע צוזאַמען אַ גאָר וויכטיקער היסטאָרישער אוצר וואָס שפּיגלט אָפּ און דאָקומענטירט די טראַגישע תּקופֿה פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום אונטער דער אָקופּאַציע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.
* * *
מיט אַ יאָר צוריק איז אַנטדעקט געוואָרן אַ טאָגבוך, געשריבן פֿון דעם 14־יאָריקן מיידל, רותקע לאַסקער, אין דער פּוילישער שטאָט בענדין, ניט ווײַט פֿון סאָסנאָוויץ. זי האָט עס געשריבן אין דער פּוילישער שפּראַך, איר מוטער־שפּראַך, ווי עס איז געווען דער כּלל בײַ דער דאָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
אין סעפּטעמבער 1939, גלײַך נאָכן אויסבראָך פֿון קריג, האָט די דײַטשישע אַרמיי אַרײַנמאַרשירט קיין בענדין. זייער ערשטער אַקט קעגן די ייִדן איז געווען דאָס פֿאַרברענען די הויפּט־שיל מיט 50 ייִדישע הײַזער אַרום. אַ גרויסע צאָל ייִדן זענען אומגעקומען אין די דאָזיקע שׂרפֿות.
אין 1942 האָט די נאַצי־מאַכט אָנגעהויבן די "ענדגילטיקע לייזונג" פֿון די ייִדן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אין חודש מײַ 1942 זענען קרובֿ צו 5,000 ייִדן, די מערסטע פֿון זיי אַלטע, קראַנקע, אינוואַלידן, אָרעמע משפּחות מיט אַ סך קינדער, פּליטים פֿון די אַרומיקע ייִדישע ייִשובֿים — פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ.
אין יולי־אויגוסט פֿון 1943 האָבן די דײַטשן אָנגעהויבן צו קאָנצענטרירן די מערסטע ייִדישע אײַנוווינער אין דער אָרעמער, ענגער און אָפּגעלאָזענער געגנט פֿון דער שטאָט, קאַמיאָנקאַ, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געטאָ. די דאָרטיקע קריסטלעכע באַפֿעלקערונג האָט מען באַזעצט אין די הײַזער וואָס זענען אויסגעליידיקט געוואָרן פֿון ייִדן, וועלכע מען האָט פֿאַרשפּאַרט אין דעם געטאָ־קוואַרטאַל.
דאָס טאָגבוך פֿון רותקע לאַסקער, געשריבן אין אַ שול־העפֿט מיט האַרטע, גרינע טאָוולען, נעמט אַרום די חדשים פֿון יאַנואַר ביז סוף פֿון 1943 אין בענדינער געטאָ, איידער די ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן קיין אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן. רותקע לאַסקער שילדערט אירע אייגענע איבערלעבונגען און אויך די איבערלעבונגען פֿון איר משפּחה אין געטאָ. זי דערציילט וועגן אירע באַציִונגען מיט די חבֿרטעס און חבֿרים, און פֿאַרפֿעלט ניט אויסצודריקן מיט איר סענסעטיווער און יוגנטלעכער פּען אירע אינטימע געפֿילן, וואָס שייך אירע סענטימענטן און עמאָציעס צו עטלעכע פֿון אירע חבֿרים. אין אַ גרויסער מאָס ווידמעט זי אירע שילדערונגען צו דעם וואָס עס געשעט אין און אַרום דער געטאָ, צו דער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע פֿון דער באַפֿעלקערונג און די פֿאַרשיידענע גזירות און רדיפֿות, צו אָנגייענדיקע פֿאַרשיקונגען פֿון ייִדן אין די טויט־לאַגערן, צו דער גרויזאַמער באַציִונג פֿון דער דײַטשישער מאַכט צו די ייִדן אין געטאָ.
אָט איז איינע פֿון אירע שוידערלעכע שילדערונגען:
"...אין דרויסן האָבן געהערשט די דײַטשישע זעלנער און זייערע אָרטיקע אַרויסהעלפֿער... מען כאַפּט מענטשן אין די גאַסן און עס איז אַ געפֿאַר אַרויסצוגיין פֿון שטוב... עס איז זייער שווער פֿאַר אַ יונגן מענטש ווי איך, צו זען וואָס עס קומט פֿאָר אַרום, כאָטש עס איז שוין געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג. יעדער איינער אין געטאָ באַמיט זיך צו געפֿינען אַ לייזונג פֿאַר זײַנע פּראָבלעמען, און דער עיקר, צו פֿאַרזיכערן זײַן קיום.
...איך בין שטאַרק מיד און עס ווילט זיך מיר נאָר שלאָפֿן, און ניט זען וואָס עס געשעט אַרום מיר".
זי דערציילט, אַז די פּוילישע אונטערגרונט־גרופּע אין שטאָט, די "Armia Krajowa" (לאַנדס־אַרמיי), האָט שוין אין אָנהייב 1943 געוווּסט, וואָס עס קומט פֿאָר אין די טויט־לאַגערן און וועגן די גאַז־קאַמערן אין זיי. זי האָט עס איבערגעגעבן צו דער ייִדישער אונטערגרונט אין געטאָ, אין שפּיץ פֿון וועלכער עס זענען אַ געוויסע צײַט געשטאַנען מרדכי אַנילעוויטש און פֿרומקע פּלאַטניצקאַ, וועלכע זענען געקומען פֿון וואַרשע.
די חבֿרים פֿון דער ייִדישער אונטערגרונט האָבן זיך באַמיט צו שאַפֿן וואָפֿן, זיי האָבן געהאָלפֿן אַרויסשמוגלען ייִדן אויסערן געטאָ. רותקע שילדערט אין טאָגבוך אַן אַנדער שוידערלעכן פֿאַל: זי האָט געזען מיט אירע אייגענע אויגן ווי אַ נאַצי־זעלנער האָט אַרויסגעריסן פֿון אַ מוטערס אָרעמס איר עופֿעלע פֿון עטלעכע חדשים, און עס אַוועקגעוואָרפֿן מיט אַ ווילדן, צעיושעטן כּוח אין דעם דערבײַיִקן, עלעקטרישן סלופּ. זײַן קליין, צעשמעטערט קערפּעלע איז געבליבן הענגען אויף אַ צווײַג פֿון אַ בוים...
דערבײַ גיט זי צו די דאָזיקע ביזאַרע באַמערקונג וועגן זיך אַליין:
"...איך בין שוין געוווינט געוואָרן צו אַלץ, וואָס געשעט דאָ יעדן טאָג, צו זען די שרעקלעכע מעשׂים פֿון די דײַטשישע זעלנער, איך בין שוין געוואָרן גלײַכגילטיק צו דעם אַלעם... אויב עס וואָלט עקזיסטירט אַ גאָט, וואָלט ער זיכער ניט דערלויבט, מען זאָל מענטשן אַרײַנוואַרפֿן לעבעדיקערהייט אין די ברענענדיקע אויוונס, צו צעשפּאָלטן קעפּ פֿון קליינע קינדער, צו פֿאַרבינדן זעק איבער זיי און זיי פֿאַרגאַזן צום טויט..."
אין אָנבליק פֿון די אַלע קאָשמאַרפֿולע סצענעס וואָס זי האָט איבערגעלעבט, האָט זי ניט פֿאַרלאָרן איר בענקשאַפֿט צו דער נאַטור און אירע אָנגענעמע, זיסע טעג פֿון די קינדער־יאָרן. "...עס איז שוין זומער, עס איז שווער צו זיצן אין דעם באַראַק. די זון שײַנט אַזוי ליבלעך און וואַרעם. אַלץ אַרום בליט און איך דאַרף זיצן אין דעם דאָזיקן פֿאַרשטונקענעם פּלאַץ און שוויצן איבערן האַלדז". און זי פֿאַרענדיקט מיט דער באַקאַנטער פּוילישער קללה "פּשיאַקרעוו" (הינטיש בלוט).
* * *
די משפּחה לאַסקער האָט געוווינט אין געטאָ אין דער דירה פֿון די קריסטן ספּינסקאַ, וואָס האָט זיך אַרײַנגעקליבן אין איינעם פֿון די ייִדישע הײַזער אויסער געטאָ. די טאָכטער פֿון דער דאָזיקער משפּחה ספּינסקאַ האָט געאַרבעט ניט ווײַט פֿון דער געטאָ, פֿלעגט זי פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנקומען אין איר געוועזענעם הויז, צו זען, צי די ייִדן האָבן אָנגעטאָן, וועלכן עס איז שאָדן צו איר פֿאַרמעגן. כאָטש זי איז געווען מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון רותקע לאַסקער, האָבן זיי זיך ביידע באַפֿרײַנדעט. זיי פֿלעגן שמועסן וועגן דער אַלגעמיינער לאַגע וואָס האָט געהערשט אין שטאָט, און זיך אויך טיילן מיט פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס זיי האָבן געהאַט.
רותקע האָט שוין פֿאָרגעפֿילט, אַז עס וועט לאַנג ניט דויערן. זי פֿאַרטרויט זיך פֿאַר דער שיקסע סטאַניסלאַוואַ ספּינסקאַ, אַז זי פֿירט שוין עטלעכע חדשים אַ טאָגבוך, אין וועלכן זי פֿאַרשרײַבט אירע דערפֿאַרונגען און געדאַנקען. זי זאָגט איר, אַז זי וואָלט וועלן, אַז דאָס אַלץ וואָס זי האָט פֿאַרשריבן אין דעם טאָגבוך, זאָל איבערבלײַבן פֿאַר די, וועלכע וועלן איבערלעבן די מלחמה. רותקע באַראַט זיך מיט דער שיקסע און פֿרעגט זי, וווּ זי זאָל פֿאַרבאַהאַלטן דעם טאָגבוך, איידער מען וועט זי פֿאַרשיקן פֿון דער געטאָ. סטאַניסלאַוואַ, וועלכע איז געווען גוט באַקאַנט מיט אַלע ווינקעלעך פֿון איר געוועזענעם הויז, האָט אָנגעוויזן אויף אַ שפּאַלט אין דעם טאָפּלטן דיל, אונטער די טרעפּ, וואָס פֿירן צו דעם צווייטן שטאָק, און רותקע האָט טאַקע אַזוי געטאָן.
אין אויגוסט 1943 זענען רותקע, איר קליין ברודערל און אירע טאַטע־מאַמע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ־בירקענאַו. די מוטער און די צוויי קליינע קינדער האָט מענגעלע געשיקט אין דער גאַז־קאַמער, דעם פֿאָטער האָט מען אַוועקגעשיקט אין אַרבעט־לאַגער זאַקסענהאַוזן, וווּ מען האָט אים אָנגעשלאָסן אין אַ גרופּע, וואָס האָט פֿאַבריצירט געפֿעלשטע געלט־באַנקנאָטן פֿון די אַליִיִרטע לענדער. אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן אין דער דאָזיקער מלאָכה, איז אים געלונגען זיך צו ראַטעווען פֿון טויט און איבערלעבן די מלחמה.
* * *
נאָך דער מלחמה האָט זיך סטאַניסלאַוואַ ספּינסקאַ צוריקגעקערט צו דער דירה פֿון אירע עלטערן. זי האָט זיך דערמאָנט אָן דעם טאָגבוך פֿון רותקע לאַסקער, וואָס איז געווען באַהאַלטן אונטער די טרעפּ. זי האָט לאַנג ניט געדאַרפֿט זוכן, זי האָט עס גלײַך געפֿונען. די לעצטע בלעטער זענען שוין געווען פֿאַרגעלט און די שריפֿט אָפּגעקראָכן. די איבעריקע זײַטלעך האָט מען געקענט איבערלייענען.
איינע פֿון די באַשרײַבונגען האָט רותקע אָנגערופֿן "ווינטער אין געטאָ": "...דער שניי פֿאַלט און פֿאַרדעקט די בלאָטע פֿון דער גאַס מיט אַ ווײַסן צודעק. מען הערט שוין ניט מער די פֿריילעכע געשרייען פֿון די קינדער, וועלכע פֿלעגן זיך דאָרטן שפּילן אין דעם שניי. די מענטשן לעבן אין הונגער און פּחד. אומעטום זעט מען שטיין רייען פֿון מענטשן, וועלכע האָפֿן צו באַקומען קאַרטאָפֿל, קוילן, ברויט. קינדער, אָנגעטאָן אין שמאַטעס, שטרעקן אויס זייערע הענטלעך נאָך אַ נדבֿה פֿון די פֿאַרבײַגייער. די דאָזיקע קינדער זענען אַ שאַנדפֿלעק פֿון דער געטאָ. זייערע עלטערן האָט מען פֿאַרשיקט, און זיי זענען געבליבן אין געטאָ אַליין, אויף זייער אייגענעם באַראָט. זיי וואַנדערן אַרום אין די גאַסן טרויעריק און פֿאַרלוירן. פּלוצעם דערהערן זיך געשרייען: אַ פּאָליציאַנט האָט אומגעוואָרפֿן אַן אַלטן מאַן, ער שרײַט פֿון ווייטיק, זײַן קאָפּ האָט זיך צעשלאָגן אָן די שטיינער... דער ווײַסער שניי איז רויט געוואָרן. אַ פֿרוי וויינט און קלאָגט. מען האָט אַרעסטירט איר מאַן. זי ווייסט, אַז זי וועט אים שוין מער ניט זען... אויף דעם שפּיץ פֿון קלויסטער ווײַזט דער זייגער, אַז עס איז שוין 5 נאָך מיטאָג..."
דאָס טאָגבוך אַנטהאַלט אַרום 60 זײַטן, געשריבן מיט אַ פּען און אַ בלײַער. סטאַניסלאַוואַ האָט עס אָפּגעהיט די גאַנצע צײַט ביז זי איז געוואָרן 80 יאָר אַלט. אירער אַ פּלימעניק האָט זי איבערצײַגט, אַז זי טאָר עס ניט האַלטן בײַ זיך און עס פֿאַר קיינעם ניט ווײַזן. ענדלעך האָט זי עס אַוועקגעגעבן צו אַדאַם שידלאָווסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור אין זאַגלעמביע; דער געגנט צו וועלכער עס געהערט די שטאָט בענדין.
אַ. שידלאָווסקי, וועלכער איז ניט קיין ייִד, באַשעפֿטיקט זיך שוין עטלעכע יאָר מיט רעסטאַוורירן דאָס ייִדישע לעבן אין זאַגלעמביע, האָט זיך פֿאַרבונדן מיט מנחם ליאור פֿון "אירגון יוצאי זגלמביה" — פֿאַרבאַנד פֿון אָנגעהעריקע פֿון זאַגלעמביע, אין ישׂראל. אָט אַזוי האָט דערזען דאָס טאָגבוך פֿון רותקע לאַסקער פֿון בענדין די ליכטיקע שײַן. מיט אַ יאָר צוריק איז עס דערשינען אין פּוילן, אין דער פּוילישער שפּראַך, אונטערן נאָמען "Pamiętnik Rutki Laskier" (טאָגבוך פֿון רותקע לאַסקער).