די פֿיר־שטאָקיקע געבײַדע אויף איסטבוירן־עוועניו אין דער בראָנקס שטייט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געהערט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיהן, וועלכער איז געווען אַ מאַליאָזש, ס׳הייסט אַ הויז־מאַלער. אַ לינקער, און גערעדט כּסדר וועגן אַרבעטער־קלאַס און סאָציאַליזם. זײַן ווײַב מינדל, מיט די קאָסאָקע אייגעלעך, האָט זיך נישט אויפֿגעהערט צו היצן, נישט געוווּסט ווי אונדז אויפֿצונעמען ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין אַמעריקע. מ׳האָט אויף איר נישט געקענט דערקענען איר עלטער, ווײַל זי איז געווען קליין ווי אַ בעבעלע. זי האָט געטראָגן אַ גרויע פֿאַטשיילע און אַ פֿאַרשמירטן פֿאַרטעך. אַמבעסטן האָט זי ליב געהאַט צו רעדן צו איר הינטל מיקי, וועלכער האָט אויסגעזען ווי אַ וווּרשטל. דאָס מימעלע, אַזוי האָט זי מײַן טאַטע גערופֿן, פֿלעגט רעדן צום הינטל אויף ייִדיש:
“נו, וואָס זאָגסטו נישט דערצו מיקי? ס׳האָט מיר שוין גאָרנישט אויסגעפֿעלט, נאָר געסט פֿון יענער זײַט ים. אַזאַ גרויסע מלחמה און מיך האָט עס באַדאַרפֿט פּאַקן. וואָס איז אים אײַנגעפֿאַלן, מײַן ידידיהן, זיי אַראָפּצוברענגען אַהער און באַזעצן זיי בײַ אונדז אויף קעסט. וואָס זײַנען מיר רײַכפֿעלערס. מיר פֿאַרמאָגן איין קליינע קאַמעניצע. דאָס הייסט שוין בײַ אים רײַך? אַמעריקע איז אַ גרויס לאַנד. זיי האָבן געקענט בעטן הילף בײַ די “אימיגריישאָן אַסאָסיאיישן." איצט וועל איך דאַרפֿן קאָכן נאָך פֿאַר דרײַ. איך פֿאַל אַזוי אויך פֿון די פֿיס. און פֿאַר וועמען זאָל איך אויסגיסן מײַן ביטער האַרץ, אויב נישט פֿאַר דיר מיקי?" די מומע מינדל פֿלעגט זיך אָפֿט צוזעצן אויף דער סאָפֿקע אָפּדעכען שווער, גלעטן דעם הונט און האַלטן אין איין דורכשמועסן זיך מיט אים:
“דו ווילסט אויך עסן, האַ? וועסט מוזן וואַרטן? זאָלסט אַזוי לעבן, וואָס בין איך עפּעס אַ ‘שעף באָיאַרדי?’ כ׳האָב אים געזאָגט, מײַן מאַן, ערשטנס, דאַרף מען פֿאַרזאָרגן די אייגענע קינדער. נאַכער קען מען זיך נעמען זאָרגן פֿאַר די פֿרעמדע חיות. געדענקסט מיקעל, מײַן רחלען? זי וווינט איצט מיט אייבעלען אין קוטשיבאַמבאַ. ווייסט כאָטש וווּ ס׳געפֿינט זיך קוטשיבאַמבאַ? נישט ווײַט פֿון ‘לאַ־קוקאַראַטשאַ...’"
ווי נאָר זי האָט אַרויסגערעדט דאָס וואָרט “לאַ־קוקאַראַטשאַ," אַזוי האָט זי אַראָפּגעריסן פֿון זיך דאָס טיכל און גענומען טאַנצן אין מיטן עסצימער:
“לאַ־קוטשיבאַמבאַ... לאַ־קוטשיבאַמבאַ... אוטשי־קוטשי־טשאַ־טשאַ־טשאַ..."
“לאַ־קוטשיבאַמבאַ... לאַ־קוטשיבאַמבאַ... אוטשי־קוטשי־טשאַ־טשאַ־טשאַ..."
“ס׳געפֿעלט דיר כאָטש ווי איך טאַנץ מיקעלע?" דער הונט איז געווען אויסגעלייגט אויף דער סאָפֿקע ווי אַ גראַף, געוואָרפֿן אויף איר זײַנע ברוינע, לאַנגווײַליקע אויגן און געחלשט צו כאַפּן אַ דרימל. אָבער ס׳מימעלע האָט אים נישט אָפּגעלאָזט:
“דײַן בעל־הבית האָט שוין פֿאַרגעסן ווי צו טאַנצן. איז וווּ האָבן מיר געהאַלטן?"
זי טוט צוריק אָן די פֿאַטשיילע, פֿאַררוקט די פּאָר גרויע האָר אונטערן טיכל, און אויף ס׳נײַ אויפֿגעלעבט גענומען רעדן צום הונט:
“האָסט געוואָלט וויסן וווּ ס׳איז קוטשיבאַמבאַ, וועל איך דיר זאָגן. קוטשיבאַמבאַ איז ערגעץ אין באָליוויע, און באָליוויע מוז זײַן ערגעץ לעבן ליביע, דאָרט וווּ עס וווינען די קוטשיבאַמבינאָס. איך ווייס אַפֿילו נישט מיט וואָס מײַן איידעם אייבי, דער שלימזל, פֿאַרנעמט זיך דאָרטן. סײַדן ער האַנדלט מיט יאַרמלקעס? ווער דאַרף האָבן יאַרמלקעס אין קוטשיבאַמבאַ?"
דערווײַל קלינגט דאָס טירגלעקל. זי עפֿנט די טיר. עס רוקט זיך אַרײַן אין שטוב אַ גאַנצע כאַליאַסטרע — דער פֿעטער ידידיה, חיים (זײַן ברודערס זון), חיימס פֿרוי טאָליע, און זייער טאָכטער, מירעלע. זיי טראָגן אַלטע, צעריסענע וואַליזקעס, פֿאַרבונדן מיט שטריק, און זעען אויס ווי זיי זײַנען ערשט אַראָפּ פֿון דער שיף. דאָס יאָר איז 1950. חיים איז אַ הויכער און ברייטפּלייציקער פּאַרשוין אין די פֿריִערע פֿערציקער. טאָליע איז אַ קליינינקע, אַ קאָפּ מיט שוואַרצע קוטשעראַווע האָר, מיט אַ פּאָר פֿלינקע שוואַרצע אייגעלעך, דינע, ראָזעווע ליפּעלעך. זי איז אין די שפּעטע דרײַסיקער. מירעלע איז אַ דאַר, קליין מיידעלע פֿון אַ יאָר 12—13, מיט אַ קאָפּ לעקעלעך ווי שוירלי טעמפּל. זי איז בלייך, פֿאַרמאַטערט און דערשראָקן. די מומע מינדל באַגריסט זיי. זי האַלט זיך אין איין ווישן דאָס רויטע נעזל מיט אַ שמאַטע. דער טיש שטייט שוין געגרייט. מינדעלע שטעלט אָן אַ פֿריילעכע מינע און באַגריסט זיי:
“אַה! אַזעלכע אָנגעלייגטע געסט. קימץ אַרײַן. שטעלט אַוועק די וואַליזקעס."
אָבער קיינער האָט זיך נישט גערירט פֿון אָרט. “שטעלט אַוועק די וואַליזקעס. קיינער וועט עס בײַ אײַך נישט צונעמען. זיצט. שפּעטער וועל איך פֿאַר אײַך אויסבעטן געלעגערס אויף דער פּאָדלאָגע. מײַן מיקי שלאָפֿט אויף דער סאָפֿקע. איך האָב צוגעגרייט עסן. זיצט." דער פֿעטער ידידיה צעוואַרעמט זיך:
“זיץ חיים! זיץ טאָליע! איר מוזט אַלע זײַן מיד פֿון דער לאַנגער רײַזע. ווי לאַנג האָט אײַך גענומען צו קומען אַהער מיט דער שיף פֿון דײַטשלאַנד?"
חיים וועקט זיך איבער פֿון אַ קאָשמאַר: “צוויי וואָכן."
דער פֿעטער פֿרעגט זיך סתּם אַזוי: “אַ פּאַסאַזשיר־שיף?"
חיים אָטשוכעט זיך פֿון זײַנע ערשטע אײַנדרוקן: “אַ מיליטערישע שיף. ‘גענעראַל הוירסי.’ מיך האָט עס נישט געאַרט, נאָר ס׳קינד איז שיִער נישט אַוועק. ווען זי איז געוואָרן אַזוי קראַנק האָב איך אָנגעכאַפּט דעם שיפֿס־דאָקטער בײַם האַלדז און אים געסטראַשעט, אויב דאָס קינד קומט נישט אָן לעבעדיק קיין אַמעריקע, וועל איך אים דערשטיקן מיט די נאַקעטע פֿויסטן. דאָס האָב איך געשריגן אויף ייִדיש. כ׳ווייס אַפֿילו נישט צי ער האָט מיך פֿאַרשטאַנען, דער דאָקטער."
דאָס מימעלע האָט גענומען פּינטלען מיט די קאַלמיקן־אייגעלעך. סטײַטש, דער פּלימעניק האָט זיי געוויזן זײַנע צוויי פֿאַרקלעמטע פֿויסטן, ווי אַ בלאַטער יונג. די אַלטע האָט אויסגעשריגן מיט אַ קוויטשיק קולעכל:
“אוי, וויי איז צו מיר. ווי מעג מען אַזוי רעדן צו אַ דאָקטער?"
אָבער חיים האָט זיך נישט פֿאַרלוירן. פֿאַרקערט, ער איז ערשט צו זיך געקומען:
“אויף יענער זײַט ים האָט מען אַלץ געמעגט? דער דאָקטער האָט זיך גוט דערשראָקן און מײַן מיידעלע גלײַך אַרײַנגעלייגט אין לאַזאַרעט פֿון דער שיף. און באַלד איר געגעבן קינסטלעכע דערנערונג — די גאַנצע צוויי וואָכן צײַט. דערצייל מירעלע, וואָס דײַן טאַטע האָט געטאָן." אָבער טאָליע האָט אים באַלד איבערגעריסן:
“אַ גרויסער צעלייגער דײַן טאַטע. ווען נישט איך, וואָלט ער גאָרנישט געוווּסט ווי חרובֿ קראַנק דו ביסט געווען. איך האָב אים ערשט אויפֿגעשטאָפּט דעם קאָפּ, איז ער געלאָפֿן ווי אַ משוגענער זוכן דעם דאָקטער."
דאָס פֿעטערל, ווי מײַן טאַטע האָט אים שפּעטער גערופֿן, האָט גענומען זיי באַרויִקן:
“נישקשה, איר וועט זיך אַ ביסל אָפּרוען, צו זיך קומען. ערשט דעמאָלט וועט מען רעדן. אַנו, לאָמיך נאָר זען, ווי לאַנג זײַט איר שוין אין אַמעריקע?"
די גרינע קוקן אויפֿן זייגער און ציילן די מינוטן: “אָנדערטהאַלבן שעה..."
דער פֿעטער צעשמייכלט זיך מיט אַ ברייטן שמייכל:
“איך בין שוין דאָ איבער דרײַסיק יאָר."
די מומע מינדל פֿאַרפֿאָרט אים אין די רייד: “מיר האָבן דאָ אויך געליטן פֿון דער מלחמה. געשטאַנען אין ריי נאָך צוקער און פּוטער."
דאָס האָט דעם פֿעטער גענומען באָדזשיען:
“מינדל! זײַ שטיל! דו רעדסט צו מענטשן וואָס זײַנען ערשט געקומען פֿון די לאַגערן, און דו האַקסט זיי אַ טשײַניק מיט צוקער און פּוטער."
אין דעם האָט זיך שוין טאָליע נישט געקענט אײַנהאַלטן. האָט זי איראָניש אַרויסגעקרעכצט, וואַרפֿנדיק אַ שטרענגן בליק אויף דער מומע מינדל:
“צוקער מיט פּוטער... איך וואָלט אויך געוואָלט זײַן אין אַזאַ מלחמה וווּ ס׳פֿעלט בלויז אויס צוקער און פּוטער."
דער פֿעטער האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָ קען באַלד אויסברעכן אַן אומאָנגענעמלעכקייט. האָט ער זיך אַ טראָפּן פֿאַרהוסט און געוואָנדן זיך צו זײַן ווײַבל, וועלכע האָט שוין אַראָפּגעלאָזט דאָס נעזל, ווײַל ס׳האָט איר נישט געשמעקט טאָליעס שטאָך:
“וועסט זיך אָפּרוען כאַמל (חיימל), וועל איך דיך מאָרגן מיטנעמען צו דער אַרבעט. איך בין אַ הויז־מאַלער, מאָל צימערן בײַ מענטשן. בײַ דײַן פֿאַך — דרוקערײַ, קומט אָן מיט גרינע ווערעם. ערשטנס, האָבן זיי אַ שטאַרקע “יוניע," אַרײַנצוקריגן זיך צו זיי איז גרינגער צו שפּאַלטן דעם ים־סוף. איז ביז דו וועסט זיך אויסלערנען ענגליש און אָטשוכען זיך פֿון “דע אָלד קאָנטרי," וועסטו זיך מוזן אַרויפֿשאַרן די אַרבל און טאָן אַלערליי שוואַרצע אַרבעט. מיט דירות איז אויך אַן אומגליק. בײַ מיר אין הויז זײַנען אַלע דירות פֿאַרדונגען."
חיים האָט זיך שטיל צוגעהערט צום פֿעטער, וועמען ער האָט קוים געדענקט. ער האָט געוווּסט אַז זײַן טאַטנס דרײַ ברידער זײַנען געקומען אַהער אין די צוואַנציקער יאָרן, און בלויז דער פֿעטער ידידיה האָט אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס אינעם לעבן־געבליבענעם פּלימעניק.
“איז זאָג מיר פֿעטער," האָט ער זיך אָפּגערופֿן, “אין דײַנע בריוו צו מיר האָסטו געהאַלטן אין איין פּרעדיקן פֿאַרן אַרבעטער־קלאַס. צום סוף ביסטו אַליין אַ הויז־באַזיצער? ווי לייגט זיך עס אויפֿן שׂכל?"
“געפֿונען אַ צײַט זיך אָפּצורעכענען." האָט טאָליע באַלד איבערגענומען. “ערשט אַ האַלבע שעה אין אַמעריקע און מ׳רעדט שוין פּאָליטיק. חיים, וואָלסט בעסער געטראַכט וועגן וווּ דעם קאָפּ אַוועקצולייגן. דאָס אַמעריקע זעט מיר אויס ציט זיך אַזש ביזן הימל און שטינקט פֿון שימל."
“טאָליע!" האָט זיך חיים אָנגעצונדן ווי אַ שוועבעלע. “הייבסט שוין אָן. גיי לייג זיך בעסער צו. אין דער פֿרי וועט אַמעריקע אויסזען אַ סך בעסער."
“איך וועל זיך שוין אָפּרוען אויף יענער וועלט," האָט זי אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט זײַנע רייד, “דאָס אַמעריקע וועט מיך נישט לאָזן רוען. מ׳רעדט דאָ עפּעס אַ שפּראַך וואָס קלינגט ווי אַ הייסע קאַרטאָפֿליע אין מויל. ווער וועט זיך עס אַמאָל קענען דאָס אויסלערנען..."
“זאָרג זיך נישט טאָלעשי," האָט דער פֿעטער זי באַרויִקט, “מײַן מינדעלע איז שוין דאָ איבער דרײַסיק יאָר, און קען נאָך אַלץ נישט קיין ענגליש. ווען זי גייט אײַנקויפֿן, מעסט זי אויס די פּאָר גאַסן. און אַז זי פֿאַרדרייט זיך אין אַ זײַטיק געסל, ברענגט זי שוין די פּאָליציי אַהיים. זי איז נאָך קיין מאָל נישט געווען אויף דער צווייטער זײַט ‘גרענד־קאָנקורס.’ דאָרט, זאָגט זי, איז קוטשיבאַמבאַ."
“וואָס איז דער גרענקאָקעס?" האָט טאָליע געוואָלט וויסן.
“דער גרענקאָקעס," האָט מינדעלע אויפֿגעלעבט, “איז אַזאַ לאַנגער, ברייטער בולוואַר, מיט אַ סך גרינע, געלע און רויטע ליכט. און די ‘קאַרס’ לויפֿן דאָרט אַרום ווי בלינדע מײַז פֿון אַ שׂרפֿה, ס׳שווינדלט אַזש אין די אויגן. אַריבערגיין דער ‘גרענקאָקוס,’ האַלט אַלע מאָל בײַ זיך דײַן נאָמען און אַדרעס, די פּאָליציי זאָל דיך קענען אַהיים ברענגען."
“שוין ווידער מיט דער פּאָליציי? ווידער אַדרעסן? ס׳איז דאָך שוין באַלד ווי אין רוסלאַנד."
“האָב נישט קיין מורא, טאָליע," האָט ס׳מימעלע אויפֿגעלעבט. “דאָ די פּאָליציי טשעפּעט דיך נישט. זיי ווייסן שוין מיט וועמען זיי האָבן דאָ צו טאָן."