זכרונות

אין איר נײַ בוך אויף ענגליש "I Was a Child of Holocaust Survivors" [איך בין געווען אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה] גיט איבער די קינסטלערין און שרײַבערין, בערניס אײַזנשטיין, אַ בילד פֿון אירע קינדער־יאָרן סײַ דורך זכרונות, סײַ דורך איר קונסט. אירע צייכענונגען קען מען אָנרופֿן אינטראָספּעקטיווע קאַריקאַטורן; איין בילד, למשל, פֿון איר מומע דזשעני, אַ ייִדישע זינגערין, ווײַזט ווי זי שטייט ווי אַ ריז אויפֿן דאַך פֿון אַ טעאַטער מיט אַ פֿידלער בײַ דער זײַט (ז׳ 138). אויפֿגעוואַקסן אויף דער טאָראָנטער ייִדישער גאַס אין די 50ער יאָרן, האָט אויף איר און אויף אַלע משפּחה־באַציִונגען און אַקטיוויטעטן געוואָרפֿן זײַן שאָטן דער חורבן. דאָס בוך איז נישט קיין משפּחה־כראָניק, נאָר אַ באַטראַכטונג פֿון אײַזנשטיינס באַציִונג מיט אירע טאַטע־מאַמע, און ווי זייער טרויעריקער עבֿר האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין איר לעבן.

זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע.

זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

2. די נקמה

אַ גרופּע פֿון ווילנער ייִדישע פּאַרטיזאַנער; פֿערטער פֿון רעכטס, זייער קאָמאַנדיר אַבא קאָוונער

דעם 29סטן יולי 1944 זענען מיר באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי פֿונעם דײַטשישן יאָך און ווידער געאָטעמט ווי פֿרײַע מענטשן. וון די גאַנצע וועלט איז געשטאַנען פֿאַרן אַרויסגיין פֿון אַ פֿינצטערניש צו אַ נײַעם מאָרגן און זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם גרויסן ניצחון, זענען מיר — מײַן ברודער און איך און אַנדערע באַפֿרײַטע ייִדן — געשטאַנען אַנטקעגן אַ ווירקלעכקייט פֿון צעשטערונג און ליידן, מאָרד און פֿאַרניכטונג. די קאָנצענטראַציע־לאַגערן זענען באַפֿרײַט געוואָרן און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען צווישן די זיגער, אָבער נישט צווישן די, וואָס האָבן געפֿײַערט.

זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


1. דער חורבן־טאָג־בוך

ד״ר אַבא גפֿן

גאַנץ קאַיאָר, דעם 22טן יוני 1941, האָט דײַטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי ווי ליטע — שוין ווי אַ טייל פֿונעם לאַנד — האָט געגרענעצט מיט דײַטשלאַנד, איז זי די ערשטע באָמבאַרדירט געוואָרן. דעם 23סטן יוני האָט די דײַטשע אַרמיי אַריין מאַרשירט אין מײַן געבורטס־שטעטל סימנע און די מאַכט דאָרט איז איבערגעגאַנגען אין די הענט פֿון די פּראָ־דײַטשע נאַציאָנאַליסטן.

די ייִדן אין סימנע האָבן ממשיך געווען צו לעבן אין אַ רעלאַטיווער רויִקייט.

חורבן, זכרונות

מאָריס (משה) גרודה איז אַ טאָראָנטער תּושבֿ זינט 1948 און אין משך פֿון די קנאַפּע זעקס צענדליק יאָר האָט ער זיך דערוואָרבן אַן אָנגעזען אָרט אין היגן ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן ווי אַ געשעפֿטסמאַן און נדבֿן, און פֿאַר אַלעם — אַ וואַרעמער ייִד. פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָן האָט ער אַרויסגעוויזן אַ נייגונג צו שרײַבן; זײַנע לידער און אַרטיקלען ווערן אָפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט אין ניו־יאָרקער "אַלגעמיינעם זשורנאַל". אַצינד, אין מיטן 2006, איז אַרויס אַ בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע אין פּוילן אין 1939 און די יאָרן פֿון וואָגל־און־וואַנדער איבער די ווײַטן פֿון סאָוועטן־רוסלאַנד. זײַן מעמואַר האָט משה גרודה געשריבן אין ייִדיש און עס איז איבערגעזעצט און רעדאַקטירט געוואָרן אין ענגליש דורך פּראָפֿ׳ אַדאַם פֿירסטענבערג, דעם געוועזענעם דירעקטאָר פֿון טאָראָנטער חורבן־צענטער. דאָס בוך פֿון 265 זײַטן, אין ווייכן אײַנבאַנד, טראָגט דעם נאָמען "שפּיצלעך פֿון גורל (אַנטלויף, אויסהאַלטונג און רעטונג, 1939—1945)" — "Tricks of Fate (Escape, Survival and Rescue 1939—1945)".