זכרונות

אין איר נײַ בוך אויף ענגליש "I Was a Child of Holocaust Survivors" [איך בין געווען אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה] גיט איבער די קינסטלערין און שרײַבערין, בערניס אײַזנשטיין, אַ בילד פֿון אירע קינדער־יאָרן סײַ דורך זכרונות, סײַ דורך איר קונסט. אירע צייכענונגען קען מען אָנרופֿן אינטראָספּעקטיווע קאַריקאַטורן; איין בילד, למשל, פֿון איר מומע דזשעני, אַ ייִדישע זינגערין, ווײַזט ווי זי שטייט ווי אַ ריז אויפֿן דאַך פֿון אַ טעאַטער מיט אַ פֿידלער בײַ דער זײַט (ז׳ 138). אויפֿגעוואַקסן אויף דער טאָראָנטער ייִדישער גאַס אין די 50ער יאָרן, האָט אויף איר און אויף אַלע משפּחה־באַציִונגען און אַקטיוויטעטן געוואָרפֿן זײַן שאָטן דער חורבן. דאָס בוך איז נישט קיין משפּחה־כראָניק, נאָר אַ באַטראַכטונג פֿון אײַזנשטיינס באַציִונג מיט אירע טאַטע־מאַמע, און ווי זייער טרויעריקער עבֿר האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין איר לעבן.

די ייִדישע שפּראַך איז געווען גאָר וויכטיק אין דער גאַנצער סבֿיבה. אין דער ייִדישער טאָראָנטאָ פֿון איר יוגנט האָט אײַזנשטיין געלעבט ווי אין אַ שטעטל. די שפּראַך פֿון דער גאַס און פֿון דער היים איז געווען ייִדיש, כאָטש זי האָט געענטפֿערט אויף ענגליש. בײַ די משפּחה־ און לאַנדסמאַנשאַפֿטן־פֿאַרזאַמלונגען האָט מען גערעדט אויף ייִדיש; אין די געשעפֿטן וווּ מע האָט אײַנגעקויפֿט האָט מען גערעדט בלויז ייִדיש. אײַזנשטײַנס טאַטע און זײַן ברודער האָבן חתונה געהאַט מיט צוויי שוועסטער. נאָך דרײַ יאָר זיך געפֿינען אינעם בערגען־בעלזען־לאַגער פֿאַר די שארית־הפּליטה, האָבן זיי זיך באַזעצט אין קאַנאַדע אין 1948, צוזאַמען מיט איר מאַמעס מאַמע, וואָס האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן. נאָך דעם האָט די משפּחה זיך קיין מאָל נישט געשיידט און געלעבט אויף דער זעלביקער גאַס.

דאָס בוך באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע סצענעס סײַ פֿון דער מחברטעס קינדער־יאָרן, סײַ פֿונעם לעבן פֿון אירע טאַטע־מאַמע. די ביאָגראַפֿיעס זענען צוזאַמענגעוועבט אויף אַ גלאַטיקן אופֿן. אָבער, סע פֿאַרשטייט זיך, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אומפֿאַרגעסלעכע עפּיזאָדן פֿון דער חורבן־תּקופֿה, קלינגען די מרה־שחורהדיקע זכרונות פֿון אײַזענשטיין, געבוירן אין קאַנאַדע, נישט מער ווי נישטיקע קוועטשערײַען, טענות, אומצופֿרידנקייטן. דער לייענער וויל הערן מער וועגן אירע טאַטע־מאַמע, און ווייניקער וועגן איר אַליין.

ווען מע לייענט אַ בוך מיט אַזאַ טיטל, בעט זיך ממש אַ קלער צו טאָן וועגן דער גאַנצער השׂגה פֿונעם "צווייטן דור", אָדער "די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה". הײַנט, ווי באַקאַנט, האָבן זיך אָרגאַניזירט גרויסע אַסאָציאַציעס און גרופּעס, וואָס באַשטייען פֿון די קינדער פֿון די לעבן געבליבענע. צי האָבן זיי עפּעס בשותּפֿות, וואָס זאָל באַרעכטיקן אַזאַ קאַטעגאָריע ווי "דער צווייטער דור"? צי וועלן די קינדער פֿונעם "צווייטן דור" זיך אויך אָרגאַניזירן און שאַפֿן גרופּעס פֿונעם "דריטן דור"? אַוודאי זענען דאָ פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען פֿון וועלכע אַ טייל פֿון די דאָזיקע קינדער לײַדן. טאַטע־מאַמעס, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן לײַדן פֿון דעפּרעסיע און אַנדערע גײַסטיקע קרענק. זייער כּעס פֿלעגן זיי נישט איין מאָל אַרויסלאָזן אויף די קעפּ פֿון זייערע קינדער. ווי קענען יונגע קינדער דען באַנעמען אַזוינע עקסטרעמע עמאָציעס? וואַקסן זיי אויף אויך מיט אַ פֿײַערדיקן כּעס אָדער טרויער, וואָס ליגט טיף אינעווייניק אין האַרצן.

בערניס אײַזנשטיינס טעקסט און בילדער דריקן אויס איר פֿרוסטרירונג בײַם נישט קענען פֿילן דעם כּעס, מורא און ווייטיק פֿון אירע טאַטע־מאַמע. זי וויל זיי פֿאַרשטיין, אָבער ווי קען זי פֿאַרשטיין אַזאַ טראַגעדיע, אַזאַ טרויער? אָבער איר טיף־געפֿילטער פֿאַרלאַנג זיי צו פֿאַרשטיין איז, ליטעראַריש גערעדט, נישט אַזוי אינטערעסאַנט, ווי צו הערן פֿון די ניסים, וואָס סע האָבן געטראָפֿן אירע טאַטע־מאמע בשעת און נאָכן חורבן.

דאָס ווערק איז נישט בלויז אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ משפּחה, נאָר אויך אַ פּאָעטישע אָדע צום עלטערן דור פֿון דער שארית־הפּליטה. די צייכענונגען וואָס געפֿינען זיך כּמעט אויף יעדער זײַט, דאַרף מען באַטראַכטן אין אַ וויזועלער באַציִונג מיט די ווערטער אויף דער זעלבער זײַט. למשל, בײַ דער באַשרײַבונג פֿון איר שטילן זיידן — "מײַן זיידע משה האָט זעלטן ווען גערעדט, אָבער ער האָט געהאַט אַן אופֿן פֿון באַזײַטיקן די קלאַסיפֿיקאַציע פֿון אַ שווײַגער. עס איז געקומען פֿון טיף אינעווייניק, זיך געהיצט ווי אַ וווּלקאַן וואָס גייט עקספּלאָדירן" — זעט מען אײַזנשטײנס צייכענונג פֿון אים אויף דער צווייטער זײַט — ער זיצט אויף אַ בענקל אין דרויסן אויף דער טעראַסאַ מיט אַ פֿאַרטראַכט פּנים, אַן איידעלער ייִד. עס איז קלאָר, אַז אײַזנשטײן לאָזט געוויסע בלויזן אין אירע באַשרײַבונגען און דערציילונגען, און אַז דער טעקסט און די קונסט דאַרפֿן איינער דעם אַנדערן דערגאַנצן. אין אַנדערע צייכענונגען פֿון דער משפּחה פֿילט מען די ליבשאַפֿט און וואַרעמקייט צווישן אירע מומעס און פֿעטערס, וואָס אײַזנשטײנס ווערטער האָבן אונדז נישט איבערגעבן.

דאָס בוך פֿאָרשט אויך אויס, ווי אַזוי דער זכּרון פֿון אַ מענטשן, פֿון אַ פֿאָלק, ווערט איבערגעגעבן צום צווייטן דור. אין דעם זינען, זענען די אַנטפּעלקונגען און חידושים פֿון דער מחברטע אויך חל אויף יעדן דור וואָס וויל פֿאַרשטיין דעם דור פֿון זײַנע טאַטע־מאַמעס. וואָס איז אַנדערש מיטן דור פֿון די לעבן געבליבענע איז די טיפֿקייט פֿונעם ווייטיק. אין אײַזנשטיינס משפּחה האָט מען אָפֿט מאָל צוגעדעקט דעם טרויער מיט "פֿאַקטן" און די שרײַבערין האָט איר גאַנץ לעבן געפּרוּווט דורכזײַען די דאָזיקע "פֿאַקטן" און אַרויסנעמען די עכטע פּערזענלעכע זכרונות.

אַזוי ווי דאָס בוך האָט צו טאָן מיט זכרונות, געפֿילן און שטימונגען, ווערן די קאַפּיטלעך נישט אויסגעסדרט ווי אין אַ ביאָגראַפֿיע. דאָס ווערק שפּרינגט פֿון טעמע צו טעמע, און, מיט אַ שטיקל דאָ און אַ שטיקל דאָרט, ווערט צונויפֿגעשטוקעוועט אַ בילד פֿון די הויפּט־כאַראַקטערן. די פֿאַרשיידענע סצענעס שטעלן נישט מיט זיך פֿאָר קיין פֿראַגמענטן, נאָר טיילן פֿון אַ גאַנצקייט. אָבער דאָס הייסט נישט, אַז די מענטשן וואָס ווערן דאָ באַשריבן, זענען גאַנצע מענטשן; דער חורבן האָט פֿאַרזיכערט, אַז עפּעס זייער וויכטיקס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען פֿון זייערע נשמות.