יודל מאַרק |
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
ווײַטער איז געווען עמעצער וואָס האָט געהייסן העשל. ביז הײַנטיקן טאָג איז מיר ניט קלאָר, צי דער העשל איז געווען אַ ברודער פֿון משה און פֿון מענדלען, אָדער אפֿשר איז דער העשל געווען אַ זון פֿון מענדלען. נאָר זײַן סוף ווייס איך. דאָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן; איידער מע פֿלעגט גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה, האָט מען געמיינט, אַז ס׳איז גרינגער צו גנבֿענען אַלצדינג מיטן ים. מע זעצט זיך אַרײַן אין מעמל אָדער לעבן מעמל אין אַ שיפֿל, און מע פֿאָרט מיטן שיפֿל צו ביז פּאַלאָנגע, וואָס איז אין גאַנצן אַ 20 קילאָמעטער. אָבער די געפֿאַר איז געווען אַ סך גרעסער. עס פֿלעגן פֿאָרן שיפֿן מיט זשאַנדאַרמעריע, האָבן זיי געקענט עס דערזען, און הייסן זיך אָפּשטעלן אַזאַ שיפֿל וואָס איז געווען אין פֿאַרדאַכט, אַז ניט קיין פֿישערס פֿאָרן, נאָר אַז עס פֿאָרן קאָנטראַבאַנדיסטן. און אויב מע פֿלעגט אַזאַ שיפֿל כאַפּן, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, אַלץ קאָנפֿיסקירן, און מע פֿלעגט אַוועקזעצן אין תּפֿיסה די קאָנטראַבאַנדיסטן. אויב דאָס שיפֿל פֿלעגט זיך ניט אָפּשטעלן, פֿלעגט מען פּשוט שיסן אויף אַזאַ שיפֿל. איז אין דער צײַט, ווען מען איז געפֿאָרן אויף שיפֿלעך — און איך מיין, אַז דאָס האָט געמוזט זײַן מענדלס אַ ברודער — האָט מען געשאָסן און מע האָט איינעם דערשאָסן; דערהרגעט אויף טויט. דאָס איז געווען דער העשל, וואָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם קאָנטראָבאַנדיסטישן געשעפֿט. נאָך זײַן טויט האָט מען אויפֿגעהערט די גאַנצע אַרבעט צו פֿאָרן מיט שיפֿלעך און מען איז אַריבער גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה ערגעץ וווּ: לעבן ים, ווײַטער פֿון ים, אין אַ וואַלד.
און ס׳איז געווען אַ פֿערטער ברודער (בכל־אופֿן אין דעם דור איז ער געווען) און געהייסן האָט ער אַבֿרהם. און דער אַבֿרהם איז געווען אַ אילוי — אַן אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקער יונגער מענטש. אין דער גאַנצער געגנט אַרום האָט ער געהייסן "דער פּאַלאָנגער אילוי". מען דערציילט מעשׂיות: וויפֿל ער האָט שוין געקענט צו 13 יאָר, צו 14 יאָר, צו 15 יאָר. און מען האָט געהאַלטן אין איין ריידן, אַז דער אַבֿרהמל וואַקסט אַ צווייטער ווילנער גאָון! ניטאָ אַזאַ מיט אַזאַ קאָפּ, מיט אַזאַ פֿעיִקייט. אָבער ער איז ניט אויסגעוואַקסן. צו 18 יאָר האָט מען אים חתונה געמאַכט. זײַן נאָמען איז שוין געווען אין אַלע שטעטלעך פֿון זאַמעט און אַלע האָבן געוווּסט וועגן אים. מיט וועמען האָט מען אים חתונה געמאַכט? מיט אַ טאָכטער פֿון דער רײַכסטער משפּחה אין דער גאַנצער געגנט — די משפּחה בערמאַן פֿון קריטינגע.
די אַלע זאַכן זײַנען אויסערגעוויינטלעך כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער צײַט. מען האָט חתונה געמאַכט מיט אַ מיידל מסתּמא אין זײַנע יאָרן — זיכער נישט עלטער פֿון אים — און מען האָט אים צוגעזאָגט אייביקע קעסט. אייביקע קעסט הייסט, אַז ער וועט קיין מאָל אין לעבן ניט דאַרפֿן זאָרגן וועגן פּרנסה; דער שווער נעמט אויף זיך צו האָדעווען אים און די משפּחה. ס׳איז געווען אַ רײַכער, רײַכער ייִד. [אַבֿרהמל] האָט אָבער ניט מאריך־ימים געווען, ניט געלעבט לאַנג. אומגעפֿער אַ האַלב יאָר נאָך דער חתונה איז ער געשטאָרבן. ס׳איז געווען אַ געוואַלדיקער קלאַפּ פֿאַר דער משפּחה, פֿאַרשטייט זיך; זייער קרוין, זייער שײַנדל איז אויס. די ביידע משפּחות האָבן שפּעטער זיך אויף טויט צעקריגט. מען האָט קיין מאָל ניט געהאַט צו טאָן איינע מיט דער אַנדערער. אפֿשר איז ער פּשוט געוואָרן קראַנק אויף טובערקולאָז; טובערקולאָז איז אין יענע צײַטן געווען היפּש אַ פֿאַרשפּרייטע קראַנקייט. אפֿשר איז ער געשטאָרבן פֿון אַן אַנדער קראַנקייט, ווער ווייסט? זײַן יונג ווײַב איז געבליבן שוואַנגער נאָך זײַן טויט, זי האָט געבוירן אַ טויט קינד. וואָס איז מיט איר שפּעטער געוואָרן ווייס איך ניט.
נאָך דעם האָט מען עטלעכע דורות קיינעם ניט אָנגערופֿן מיטן נאָמען אַבֿרהם. דאָס איז אויך אַן אינטערעסאַנטער שטריך פֿון אײַנריידענישן, פֿון פֿאָרשטעלונגען: דאָס איז אַן אומגליקלעכער נאָמען, אַ ניט קיין מזלדיקער נאָמען. דער נאָמען אַבֿרהם איז אין אונדזער משפּחה מער ניט [געווען]. דאָס זײַנען די אינטערעסאַנטע פֿיר ברידער אין דער תּקופֿה פֿון מײַנע זיידעס: פֿיר זין פֿון איין טאַטן שמואל, יעדער איינער איז געווען אין גאַנצן אַן אַנדער מין געשטאַלט.
מײַן זיידע שמואל
דער מענדל [און] זײַן ברודער משה זײַנען מײַנע ביידע עלטער־זיידעס: מענדל איז געווען מײַן טאַטנס זיידע און משה איז געווען מײַן מאַמעס זיידע. זיי זײַנען דאָך געווען שפּעטער גליד־שוועסטער־קינדער, וואָס האָבן חתונה געהאַט. דער מענדל האָט געהאַט, פֿאַרשטייט זיך, אַ גרויסע משפּחה, און די משפּחה איז זיך צעוואַקסן. דערציילן וועל איך, דער עיקר, וועגן שמואל, וואָס איך האָב אים פֿריִער דערמאָנט, און וועגן איינעם — בנימין. שמואל איז געווען דער עלטערער און געווען דער, וואָס זײַן טאַטע האָט אים אַרײַנגענומען גלײַך אין זײַנע געשעפֿטן און וואָס האָט קיין סך ניט געלערנט. שמואל האָט געלערנט אין די יונגע יאָרן, מסתּמא ביז בר־מצווה (איך גלייב, ניט ווײַטער) אין אַ חדר. מער האָט ער לערנען נישט געקאָנט. איך האָב אים דאָך זייער גוט געקענט, מײַן זיידן. שמואל איז געווען אַ שווײַגנדיקער מענטש, אַ ייִד אַ שווײַגער. קען זײַן, איבערן [דעם וואָס דער] ים; דער ים, זאָגט מען, מאַכט מענטשן שווײַגן — אַז די וואָס וואַקסן לעבן ים, אָדער אויפֿן ים, שווײַגן; זײַנען ניט קיין באַריידעוודיקע מענטשן. דער ים רעדט שוין פֿאַר זיי. (המשך אין קומענדיקן נומער)
אין די יונגע יאָרן איז דער שמואל געווען אַ קאָנטראַבאַנדיסט. זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן שוין אַן אַלטער, אָבער נאָך איידער שמואל האָט חתונה געהאַט. ווען זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן האָט ער מער ניט געוואָלט זײַן קיין קאָנטראַבאַנדיסט. איז ער אין אָנהייב געוואָרן אַ פֿישער, און טאַקע געווען אַן אמתער פֿישער, וואָס איז געפֿאָרן אויפֿן ים צוזאַמען מיט אַ פּאָר פֿון זײַנע פֿרײַנד — ניט קיין ליטווינער, נאָר לעטן. אין יענער תּקופֿה, אַפֿילו בײַם ברעג פֿון פּאַלאָנגע, זײַנען די פֿישער געווען לעטן און ניט ליטווינער. ווײַטער אומעטום בײַם באַלטישן ים זײַנען דאָך געווען לעטן. אָבער ס׳איז געווען איין פּונקט בײַם באַלטישן ים, וווּ עס האָבן געוווינט די ליטווינער, האָבן די לעטן זיי ביסלעכווײַז אַרויסגעשטופּט. מיט צוויי, דרײַ לעטן האָט ער געהאַט אַ שיפֿל מיט נעצן און זיי זײַנען געווען פֿישערס. אַפֿילו אין פּאַלאָנגע איז דאָס געווען אַ מאָדנע און אַ ווילדע זאַך פֿאַר אַ ייִד צו זײַן אַ פֿישער און פֿאָרן מיט לעטן איבער אַ ים, וווּ ס׳איז דאָ אַזוי פֿיל סכּנות. נאָר מײַן זיידע איז געווען, לאָמיר זאָגן, צו 18, צו 19, אפֿשר צו 20 יאָר, און אפֿשר אַ ביסל מער, — אַ פֿישער. און דאָ איז געקומען אין זײַן לעבן זײַנער אַ ראָמאַן — וועגן מײַן זיידנס ראָמאַן האָב איך קיין מאָל ניט דערציילט.
אין פּאַלאָנגע פֿלעגן אַלע מאָל זומער קומען געסט. פֿון ייִדישע געסט זײַנען געווען געוויינטלעך די רבנים, די ראָשי־ישיבֿות פֿון די שטעטלעך מיט זייערע גוטע תּלמידים, וואָס מע האָט זיי געגעבן פֿון וואַנעט צו לעבן אויף די דאָזיקע צוויי חדשים אָדער אָנדערטהאַלבן חדשים וואָס זיי פֿלעגן קומען. און אין פּאַלאָנגע פֿלעגן אויך קומען פֿרויען, וואָס האָבן קיין קינדער ניט געקענט האָבן — עקרות. מע האָט געזאָגט, אַז ווען זיי באָדן זיך אין ים, ווערן זיי אויס עקרות. אויף דעם געביט זײַנען געווען אָן אַ סוף חכמות אין שטעטל. איז געקומען איין מאָל אַ יונגע, אַ מיידל מיט אירער אַ מומע, צו פֿאַרברענגען אין פּאַלאָנגער וואַלד. דער פּאַלאָנגער וואַלד איז געווען אַ הויכער, גרויסער, געדיכטער סאָסנע־וואַלד, וואָס איז געגאַנגען ביז צום ים. מע האָט געזאָגט, דאָרטן איז די שענסטע און די בעסטע לופֿט, און זי איז געווען אַ קראַנקע; מסתּמא אויך אַ קראַנקע אויף טובערקולאָז. איצט וועט מען גיכער שיקן אַ קראַנקן אויף טובערקולאָז צווישן בערג, אָבער זי איז געקומען אַהער.
זי איז געווען אַ שוועסטער פֿון אַ באַרימטן רבֿ. דער פֿאַמיליע־נאָמען איז געווען רײַנעס (ניט פֿון איין מאַמען, נאָר פֿון איין טאַטן) צוזאַמען מיט יצחק־יעקבֿ רײַנעס, פֿון אַ שטאָט אין ליטע וואָס האָט געהייסן לידע. ער איז געוואָרן זייער באַרימט דערפֿאַר, ווײַל ער האָט אָנגעהויבן לערנען אין זײַן ישיבֿה אויף אַ מאָדערנערן אופֿן, אויף אַ האַלב־השׂכּלה־אופֿן — לערנען אַ ביסל רעכענען, אַ ביסל רוסיש אָדער אַנדערע אַזעלכע זאַכן. דער דאָזיקער באַרימטער רבֿ איז געווען פֿון די גאָר ערשטע ציוניסטן. אָבער דעמאָלט איז דאָך קיין ציוניזם ניט געווען. ווען זי איז געקומען, און אַפֿילו דער יצחק־יעקבֿ רײַנעס, וואָס איז שוין געווען אַ רבֿ, איז נאָך דעמאָלט ניט געווען אַזוי באַרימט. האָט זי אַ מאָל שפּאַצירנדיק בײַם ים געזען, ווי עס קומט פֿון ים אַ שיפֿל, ווי עס גייט אַרויס אַ גרויסער בחור און נעמט אויף די פּלייצעס אַ נעץ, און דאָס גאַנצע בילד פֿון אַ ייִדישן בחור מיט אַ נעץ מיט די גרויסע שטאַרקע ברייטע פּלייצעס, אַ הויכער — האָט זי באַשלאָסן: דאָס מוז זײַן איר מאַן.
וואָס עס האָט זיך געטאָן צווישן איר מיט איר קרובֿה, וואָס איז געקומען צוזאַמען מיט איר (מען האָט דאָך ניט געקענט לאָזן סתּם, לאָמיר זאָגן, אַ מיידל אַוועקפֿאָרן ערגעץ וווּ ווײַט) — ווער ווייסט, וואָס ס׳איז געווען? הכּלל, זי האָט געפּועלט בײַ איר קרובֿה (און עס האָט זיך געענדיקט מיט דעם), אַז זי האָט מיט דעם דאָזיקן בחור, וואָס איז געווען אַן עם־האָרץ און וואָס האָט ניט געהאַט קיין נאָמען ווי עפּעס אַ חשובֿער ייִדישער יונגערמאַן, חתונה געהאַט. און מען דערציילט, אַז ער האָט איר געשוואָרן, אַז ער וועט מער קיין פֿישער ניט זײַן, און ער זאָל איר האָבן געזאָגט, אַז זי וועט מוזן לעבן אין אָרעמקייט און אין דחקות. ער איז מער קיין פֿישער ניט געווען, זי האָט געלעבט אין גרויס אָרעמקייט און גרויס דחקות, און געהאַט פֿאַר אים אַ היפּשע צאָל קינדער. און ווען זי האָט אויפֿגעהערט קינדלען, איז זי געשטאָרבן. מסתּמא האָט געדויערט אַ 10־15 יאָר נאָך זייער חתונה, און אפֿשר גאַנצע 20 יאָר נאָך זייער חתונה ביז זי איז געשטאָרבן. שפּעטער האָט מײַן זיידע יאָרן לאַנג ניט חתונה געהאַט, וואָס דעמאָלט איז עס געווען זייער אַ זעלטענע זאַך.
פֿון וואָס האָט מײַן זיידע אָנגעהויבן לעבן? ער האָט אָנגעהויבן לעבן פֿון די פֿישערס. ער פֿלעגט אָפּוואַרטן, ווען די פֿישערס פֿלעגן קומען מיט אַ פֿאַנג, אָפּקויפֿן דעם פֿאַנג און אַרויס מיט דעם פֿאַנג אויפֿן מאַרק און פֿאַרקויפֿן. דער פֿאַנג האָט אַ מאָל געקענט זײַן זייער אַ סך קליינע שטרעמלינג־הערינגלעך, און אַ מאָל האָט געקענט זײַן (מען האָט עס גערופֿן מיט דעם דײַטשן נאָמען "בוטן") פֿלאָנדערקעס — "פֿלאַונדערס". עס האָט אַ מאָל געקענט זײַן מענקעס, זייער אַ פֿאַרשפּרייטער ים־פֿיש, וואָס אין מאַסאַטשוסעטס, אין באָסטאָן, איז דאָ זייער אַ סך — "קאַרפּ". דאָס זײַנען די דרײַ מינים, וואָס מע האָט מער געכאַפּט. ער האָט אַ צאָל מיט יאָרן געלעבט פֿון דעם און, פֿאַרשטייט זיך, געלעבט זייער אָרעם.
שפּעטער, שוין אויף די עלטערע יאָרן, ווען עס איז שוין דערווײַל געווען אַנטוויקלט אַ סך בורשטין בײַ אונדז אין שטעטל, איז ער געוואָרן אַ דאָרפֿסגייער. ער איז געגאַנגען נאָר אין איין ריכטונג אַלע מאָל: בײַם ברעג פֿון ים 10, 12, 15 קילאָמעטער פֿון פּאַלאָנגע אויף צפֿון — ווײַל דאָס איז געווען די איינציקע געגנט וווּ מע האָט געקענט גיין. מערבֿ איז געווען דער ים, דרום איז געווען פּרײַסן, מיזרח זײַנען געווען די אַלע פֿאַרשיידענע שטעטלעך פֿון זאַמעט. ער איז געווען, אַזוי צו זאָגן, נאָענט מיט די לעטן, ניט מיט די ליטווינער. זײַן שפּראַך איז געווען, דער עיקר, לעטיש. [אַזוי] פֿלעגט ער גיין, ברענגען אַהין זאַכן צו פֿאַרקויפֿן. וואָס פֿלעגט ער ברענגען? אַ נאָדל, פֿאָדעם, קלייניקייטן, כ׳ווייס, אַ שערל; און אַ מאָל אַ שיין טיכל, וואָס איז געקומען פֿון דײַטשלאַנד. און פֿאַר דעם פֿלעגט מען אים צאָלן מיט דעם בורשטין, וואָס די קינדער פֿון די פּויערים און די פּויערטעס פֿלעגן אָנקלײַבן בײַם ברעג ים, ספּעציעל נאָך אַ שטורעמדיקן טאָג. און ער פֿלעגט ברענגען דאָס אַלץ אין איינעם אין די פֿאַבריקלעך, וואָס מע האָט געהאַט, און קריגן פֿאַר דעם באַצאָלט.
אַ מאָל פֿלעגט מען אים אויך באַצאָלן מיט געלט. אָבער געוויינטלעך איז דאָס געווען אַ בײַטהאַנדל. פֿלעגט דער זיידע אַוועקגיין, לאָמיר זאָגן, מאָנטיק, און קומען אַהיים ערשט דאָנערשטיק. און [אויב] ער פֿלעגט דאַרפֿן ווײַט אַוועק גיין, פֿלעגט ער קומען אַהיים ערשט פֿרײַטיק אין דער פֿרי. ער פֿלעגט נעכטיקן אין די פּויערישע הײַזלעך, דאָרטן פֿלעגט ער עסן — וואָס אַ ייִד קען עסן אין אַ פּויעריש הײַזל: ברויט פֿלעגט ער עסן, אויך זאַכן אפֿשר, וואָס גאָר פֿרומע וואָלטן ניט געגעסן ווי, למשל, קעז. ווען איך האָב אים געדענקט, איז ער שוין געווען אָט אַזאַ מענטש, וואָס דאָס איז געווען זײַן באַשעפֿטיקונג: אַ דאָרפֿסגייער.
אין אַלע אַנדערע שטעטלעך איז דאָס געווען זייער אַ פֿאַרשפּרייטע באַשעפֿטיקונג, בײַ אונדז איז דאָס געווען אַ זעלטענע. חוץ דעם זיידן און זײַנעם אַ שותּף, פֿײַווע, וואָס ער פֿלעגט שטענדיק מיט אים גיין, און איז געווען זײַנער אַ חבֿר, זײַנען אין דער געגנט כּמעט קיין אַנדערע ניט געווען. און אפֿשר זײַנען יאָ געווען, אָבער איך געדענק ניט. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, זייער געגנט, דאָס איז געווען זייער פּרנסה. און דו ווייסט, דאָס איז געווען בײַ ייִדן היפּש פֿאַרשפּרייט, כּדי אויסצומײַדן קאָנקורענץ; בכל־אופֿן אין דעם פֿרומען שטייגער־לעבן. דאָס האָט געהייסן, אַז ער האָט אַ חזקה אויף דעם און אַן אַנדער ייִד וואָלט זיך ניט אַרײַנגעמישט.
וואָס איז געווען דעם זיידנס פֿאַרגעניגן? דעם זיידנס פֿאַרגעניגן איז געווען זאָגן תּהילים. ער האָט ניט געוווּסט גענוי דעם באַטײַט פֿון די אַלע ווערטער — זיכער נישט. נאָר ער פֿלעגט קומען צוזאַמען מיט נאָך ייִדן, און אַ מאָל איינער אַליין לייענען, זיצן אין בית־מדרש און זאָגן תּהילים. מיט דעם ספּעציעלן תּהילים־ניגון פֿלעגט מען זאָגן. ער האָט ניט געקענט זיך אַוועקזעצן לערנען אַ בלאַט גמרא אָדער אַרײַנקוקן אין עפּעס אַ שווערן ספֿר. און ער פֿלעגט אַ מאָל אַרײַנקומען אין שטוב, לאָמיר זאָגן, אויף שבת, נאָכן זאָגן אַ פּאָר שעה תּהילים, פֿלעגט ער זאָגן: "אוי, דאָס איז געווען אַזאַ מחיה. אַזוי זיך אָנגעזאָגט מיט תּהילים!"
דער זיידע האָט געהאַט אַ מאָדנעם כאַראַקטער. ער האָט ניט געוואָלט קיין זאַך פֿון זײַנע קינדער צו האָבן הנאָה און אויך ניט פֿון זײַן עלטסטן זון איציק, וואָס איז געוואָרן דער גבֿיר פֿון שטעטל. אַז דער זון פֿלעגט אים וועלן באַצאָלן פֿאַר דעם בורשטין וואָס ער פֿלעגט ברענגען, פֿלעגט ער זיך צעקריגן מיט אים און אַוועקגיין פֿון אים און פֿאַרקויפֿן אַנדערש וווּ, ווײַל ער פֿלעגט טענהן: "דו גיסט מיר מער וויפֿל איך פֿאַרדין, דו גיסט מיר מער וויפֿל דאָס איז ווערט, וויל איך נישט. דאָס איז אַ נדבֿה, וויל איך ניט". פֿלעגט ער גיין פֿאַרקויפֿן אַנדערש וווּ פֿאַר אַ העלפֿט פֿון דעם דאָזיקן פּרײַז, ווײַל ער האָט ניט געוואָלט פֿון זײַן זון עפּעס געניסן.
בײַ אונדז אין שטוב פֿלעגט ער זעלטן אַרײַנקומען, עסן — זייער זעלטן, סײַדן אַ מאָל אין אַ יום־טובֿ. אַרײַנגיין סתּם? ס׳איז געווען איין זאַך וואָס ער פֿלעגט יאָ מסכּים זײַן צו עסן: אַ האַרט איי אין זאַלצוואַסער, אַזוי ווי ס׳איז פּסח בײַם סדר. אַ מאָל פֿלעגט ער נעמען אַ בולקע וואָס מען האָט אָקערשט איצט אַרויסגענומען פֿון אויוון, אָבער זיך אַוועקזעצן אין אַ פּשוטן טאָג עסן? מע פֿלעגט טענהן: "זיידע, קיינער קאָכט דאָך נישט פֿאַר דיר". ער האָט געלעבט יאָרן לאַנג, די קינדער זײַנען זיך אַלע צעפֿאָרן, אומעטום איבער דער גאַנצער וועלט, און ער איז געבליבן אַליין אין זײַן הײַזל. ערשט גאָר אויף דער עלטער האָט ער חתונה געהאַט מיט אַן אַלטער, אַלטער פֿרוי, דער עיקר צוליב דעם, ווײַל דעמאָלט פֿלעגט ער שוין ווייניקער גיין, און קען זײַן, ער האָט ניט געהאַט קיין כּוחות זיך אַליין עפּעס וואָס צו מאַכן. פֿלעגן מיר זי רופֿן "די מומע", און ס׳איז געווען אַ ייִדענע וואָס האָט געטראָגן זיבן טיכלעך אויף זיך (מיר האָבן אַ מאָל אַליין אויסגעציילט די פֿאַרשיידענע טיכלעך וואָס זי האָט געטראָגן אויף זיך).
דער זיידע פֿלעגט קומען טרינקען אַ גלאָז טיי — ער האָט זייער ליב געהאַט טיי, און טיי פֿלעגט ער טרינקען הייס. אַז מע האָט ניט געקענט טרינקען פֿון אַ גלאָז, פֿלעגט ער די טיי אָנגיסן אין טעצעלע אונטן, נעמען אַזוי דאָס טעצעלע [גיט אַ זופּ], האַלטן אין מויל אַ שטיקל האַרטן צוקער — דאָס איז געווען זײַן פֿאַרגעניגן. און אַ מאָל, אַ מאָל אַ האַרטע איי. אַזוי האָט ער ניט געוואָלט געניסן. ער פֿלעגט קומען צו זײַנער אַ שוועסטער, וואָס האָט געלעבט אָרעם, אָבער אַרײַנגיין צו זײַן זון, וואָס האָט שוין געלעבט אין אַן אַנדער גרויס הויז, האָט ער גאָר נישט געוואָלט.
מײַן זיידן האָב איך צום לעצטן מאָל געזען סוף 1919, אָנהייב 1920, ווען איך האָב געדאַרפֿט האַלב אַנטלויפֿן, האַלב אַוועקפֿאָרן פֿון ליבאַווע, און געקומען אין פּאַלאָנגע, און פֿון פּאַלאָנגע בין איך געפֿאָרן אין קרעטינגע. דעם אַנדערן טאָג אין דער פֿרי בין איך געווען אין קרעטינגע: איך שטיי אויף, איך זע, דער זיידע איז געקומען! וואָס איז ער געקומען? ער האָט געהערט, אַז איך בין פֿאַרבײַ געפֿאָרן, אַז איך בין אַוועקגעפֿאָרן אין קרעטינגע, האָט ער צוגעשפּאַצירט די 12, 13, אָדער אפֿשר 14, קילאָמעטער פֿון פּאַלאָנגע ביז קרעטינגע, זיך צו זען מיט זײַן אייניקל. מער האָב איך אים ניט געזען. גאָר, גאָר אויף דער עלטער האָט ער געליטן פֿון אַ גאַנגרען אויף אַ פֿוס. מע האָט אים אַרונטערגענומען דעם פֿוס, און ער איז געשטאָרבן אין אַ שפּיטאָל אין מעמל. דאָס איז געווען דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער, זייער אינטערעסאַנטער מענטש, שמואל. מײַן באָבע האָט דאָס גאַנצע לעבן זיך געשעמט מיט אים, אַז ער איז אַ פּשוטער ייִד און ער קען ניט לערנען. און אין האַרצן האָב איך אַלע מאָל געהאַלטן מיט דעם זיידן, און ווען דער זיידע פֿלעגט אַרײַנקומען, פֿלעג איך באַמיִען זיך — איך ווייס, אַ ייִנגל פֿון 8־9 יאָר — זײַן מיט אים זייער, זייער גוט און פֿרום.