קראַנקן־פֿאַרזיכערונג
פֿון 1927 אָן, די לערניאָרן 1927—1930, האָב איך געלעבט אין ריגע. אין די דאָזיקע יאָרן, כּמעט די גאַנצע צײַט, [איז] מײַן ווײַב נישט געווען אין דער היים. זי פֿלעגט קומען אויף אַ קורצער צײַט, פֿלעגט אַוועקפֿאָרן. מיר האָבן באַוויזן זיך אײַנצואָרדענען מער־ווייניק אויף אַ לײַטישן אופֿן אין ריגע, ווי נאָך דעם זי האָט געדאַרפֿט פֿאָרן (און מע האָט געהייסן זאָל פֿאָרן) אין דער שווייץ. זי איז געווען, דער עיקר, ניט אין דער [אמתער] שווייץ, [נאָר] אין עסטרײַך, אין די בערג אין דעם עסטרײַכישן טייל פֿון שווייץ. נאָך דעם איז זי געווען אין איטאַליע, דער עיקר, אין אַן אָרט וואָס האָט געהייסן ([און] הייסט נאָך איצט אויך) מעראַן — מעראַנאָ.
מיר איז געווען מעגלעך צו לעבן אין ריגע צוליב דעם, וואָס די ריגער לערערס — די גאַנצע לערערס, ניט נאָר די ייִדישע — זײַנען געווען אין אַ גרויסן, שטאַרקן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין. דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין האָט געהאַט קראַנקן־פֿאַרזיכערונג און ער האָט געהיילט זײַנע קראַנקע. ער האָט געגעבן געלט אויף צו פֿאָרן און אויסצוהאַלטן דאָרטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז געווען אויך אויף מײַן חשבון, נאָר אַ היפּשער טייל פֿון דעם איז געווען אויפֿן חשבון פֿון דעם פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין.
ייִדיש-פֿאָרשונג
אין ריגע האָב איך, דער עיקר, זיך ווײַטער פֿאַרנומען מיט ייִדיש, מיטן אייגענעם ווײַטערדיקן פֿאָרשן ייִדיש. עס איז שוין דעמאָלט געווען דער ייִוואָ — אין 1925 איז ער געשאַפֿן געוואָרן. (איך בין געווען איינער פֿון די שאַפֿערס פֿון ייִוואָ, [אָבער] וועגן דעם רייד איך נישט, דאָס איז אַן אַנדער עפּיזאָד.) אין ריגע האָב איך געהאַט גענוג צײַט זייער אַ סך צו שטודירן וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישער גראַמאַטיק. איך האָב אָנגעהויבן שטודירן זאַכן מיט וועלכע ביז מיר האָט זיך בכלל קיינער ניט פֿאַרנומען. [למשל,] וועגן דעם ניצן פּרעפּאָזיציעס אין דער ייִדישער שפּראַך. אין דעם פּרט איז ייִדיש ענלעך צו ענגליש. ענגליש, קיין ענדונגען זײַנען ניטאָ, קען מען דאָך מיינען: ס׳איז דאָך אַזוי פּשוט. אָבער בשעת מע דאַרף ניצן אַ פּרעפּאָזיציע, גיי ווייס צי מע דאַרף on צי מע דאַרף at צי מע דאַרף אַן אַנדער פּרעפּאָזיציע האָבן? דאָס איז פּונקט די זעלביקע זאַך ווי אַן ענדונג פֿון אַ בייגפֿאַל וואָס איז ניטאָ. איך האָב געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע ייִדישע ענינים. איך פֿלעג קומען אין ווילנע, פֿלעג זיך אויך באַטייליקן אויף זיצונגען, אויך אַדמיניסטראַטיווע, פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. [איך האָב] זייער אַ סך געלערנט זיך אין די דאָזיקע יאָרן אין ריגע.
אין יענע יאָרן ווען איך בין געווען אין ריגע, איז מענדל געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער גאַנצער צישאָ־פֿאַרוואַלטונג און דער גאַנצער פֿירער פֿון די ייִדישיסטן. איך בין געווען זײַנער אַ געהילף. [אָבער] אין ריגע האָב איך זיך ניט גוט געפֿילט געזעלשאַפֿטלעך. איך האָב זיך זייער גוט געפֿילט, ווײַל איך האָב געהאַט אַ מעגלעכקייט באמת אַ סך צו שטודירן ייִדיש. איך בין געווען אַ לערער פֿון לערער־קורסן, איך האָב געדאַרפֿט יעדן טאָג זיך גרייטן, און דאָס אַליין האָט געהאָלפֿן מיר זיך צו אַנטוויקלען און ביסלעכווײַז ווערן אַלץ זיכערער בײַ זיך. אָבער מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער זײַט בין איך געווען ניט צופֿרידן. איך בין געווען ניט צופֿרידן מיט דעם וואָס זיי אַלע האָבן ניט גענוג געלערנט העברעיִש, וואָס מע איז געווען צו וועלטלעך, אַ ביסל ווילד־וועלטלעך; וואָס די קינדער האָבן וועגן ייִדישקייט זייער ווייניק געלערנט. איך האָב אַליין, אין מײַנע לימודים, געפּרוּווט עס אַ ביסל בײַטן.
פּאָגראָם אין חבֿרון
ס׳איז דאָ אַלע מאָל געוויסע זאַכן אין מײַן לעבן, וואָס עפּעס אַ קלייניקייט איז בײַ מיר אינעווייניק באַשלאָסן: ניין. אין 1929 האָט מען געמאַכט אין ארץ־ישׂראל אַ פּאָגראָם אויף אַ ישיבֿה אין חבֿרון. מע האָט אויסגעהרגעט אי די יונגע, אי די אַלטע־לײַט פֿון חבֿרון — [67] מענטשן. ס׳איז געווען אַן אָנפֿאַל אויף שוצלאָזע, אומבאַהאָלפֿענע, האָט מען זיי אַלעמען אויסגעהרגעט. אין ריגע איז שוין געווען ראַדיאָ דעמאָלט און זייער פֿרי [האָט מען] אַלץ געוווּסט.
[מיט] זייער אַ צעטראָגענער, געדריקטער שטימונג קום איך אין גימנאַזיע. ווי פֿון אַלטע יאָרן האָב איך אַלע מאָל געהאַט אַ שוואַכקייט קומען פֿרי. מע קען ריידן מיט די תּלמידים פֿון דעם קלאַס, וווּ מען איז אַ קלאַסן־דערציִער, מע קען ריידן מיט חבֿרים. איך בין געקומען, לאָמיר זאָגן, אַפֿילו אַ האַלבע שעה פֿרי — אַז מע קומט אין אַ שול, איז דאָס זייער אַ סך פֿרי. די לערערס זײַנען נאָך נישט געווען, דער איינציקער איז געווען דער סעקרעטאַר פֿון דער גימנאַזיע, אַ פֿאַרביסענער בונדיסט. אַ בונדיסט, ניט קיין קאָמוניסט. באַגעגנט ער מיך מיט אַ שײַנענדיק פּנים: “אַהאַ, די ציוניסטלעך וועלן שוין ניט זאָגן, אַז נאָר אין גלות מאַכט מען פּאָגראָמען. אַהאַ, זיי האָבן געבראַכט דאָרטן ייִדן, מע האָט שוין אויסגעהרגעט די דאָזיקע ייִדן".
איך האָב קיין זאַך אים נישט געענטפֿערט. בײַ זיך אין האַרצן האָב איך באַשלאָסן: אין אַזאַ פֿאַרשאָלטענער סבֿיבֿה וועל איך ניט זײַן. ס׳איז דאָך שׂונאים פֿון ייִדן! און צו וואָס דאַרפֿן זיי אַ ייִדישע שול? איך בין ניט גלײַך אַוועקגעפֿאָרן, אָבער איך האָב שוין אָנגעהויבן טראַכטן וועגן אַוועקפֿאָרן.
רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָלקסבלאַט"
אין דער זעלביקער צײַט האָט מען אָנגעהויבן [אַ צײַטונג] אין קאָוונע, וווּ איך פֿלעג זייער אָפֿט קומען סײַ ווי, ווײַל ס’האָט געדויערט נאָר אַ נאַכט פֿאָרן — ווייניקער ווי אַ נאַכט. פֿלעג איך די נאַכט פֿון פֿרײַטיק אויף שבת פֿאָרן אין קאָוונע, זײַן שבת אין קאָוונע, און די נאַכט פֿון שבת אויף זונטיק פֿאָרן צוריק אין ריגע. [איך האָב געפֿילט, אַז] מע דאַרף אַוועקפֿאָרן.
אין 1930 איז דער דאָזיקער פֿאַרטראַכט אויסגעפֿירט געוואָרן. די פֿאָלקיסטן האָבן דעמאָלט געשאַפֿן די טעגלעכע צײַטונג “פֿאָלקסבלאַט". זיי האָבן געדאַרפֿט האָבן אַ רעדאַקטאָר, בין איך געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָלקסבלאַט" פֿון 1930 [ביז] 1934. געקומען בין איך כּלומרשט, ווײַל מע האָט מורא געהאַט צו זײַן אָפֿיציעל אַ רעדאַקטאָר; ס׳איז דאָך געווען נאָך אַלץ די פֿאַשיסטישע מאַכט. אַ סך גרינגער, פּשוטער, איינפֿאַכער איז געווען די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג: פֿאָרמעל בין איך געוואָרן דער אַדמיניסטראַטאָר, אָבער דאָס איז אַ פֿאָרמאַליטעט וואָס האָט זיך לאַנג ניט געהאַלטן. איך בין פֿאַקטיש געוואָרן דער רעדאַקטאָר, און דער פֿאָרמעלער רעדאַקטאָר איז געווען אַ ייִד וואָס האָט בכלל צו דער צײַטונג קיין שײַכות ניט געהאַט: אַ ייִד וואָס האָט געהאַנדלט מיט גענדז. ער איז געווען נאָר דער וואָס פֿלעגט באַשטימען, וועלכן ראָמאַן, פֿון די ראָמאַנען וואָס דרוקן זיך אין די צײַטונגען אין אַמעריקע, מיר זאָלן איבערדרוקן.
דאָס זײַנען געווען יאָרן פֿון אינטענסיווער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט, פֿון כּסדרדיקע לעקציעס, פֿון רעפֿעראַטן. אויף וויפֿל מע האָט געהאַט מיט ייִדישע ענינים, איז מען געווען אין גאַנצן פֿרײַ און די דאָזיקע מאַכט האָט זיך ניט געמישט. [אָבער] בשעת מע האָט געשריבן אין די צײַטונגען, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געדאַרפֿט זײַן זייער פֿאָרזיכטיק. געביטן האָט זיך עס פֿון 1933, ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, און די ליטווינער האָבן אָנגעהויבן פּשוט זייער שטאַרק מורא צו האָבן.
אין 1933 האָט זיך אויך אַ סך געביטן צוליב דעם, וואָס די נײַעס פֿלעגן מיר, דער עיקר, גנבֿענען פֿון דײַטשלאַנד. די דײַטשישע צענטראַל־אַגענטורן פֿלעגן בײַ נאַכט איבערגעבן אַלע זייערע צײַטונגען די נײַעס. האָבן מיר געהאַט אַ דײַטש, וואָס איז געזעסן ערגעץ וווּ אויף אַ בוידעם מיט זייער אַ גוטן ראַדיאָ־אַפּאַראַט און פֿלעגט אויפֿנעמען די דאָזיקע אַלע נײַעס. ווײַל מיר האָבן נישט געקענט לעבן אויף די נײַעס פֿון דער ליטווישער טעלעגראַפֿן־אַגענטור. אָבער ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָבן מיר זיך מער אויף דעם ניט געקענט פֿאַרנעמען. איז געווען אַ שווערע אַרבעט צו פֿאַרגלײַכן די רוסישע נײַעס מיט די דײַטשע נײַעס און זען ווי עס איז זיך אַרויסצופּלאָנטערן פֿון דעם.
[ס׳איז] געווען שווערע צײַטן. די אַרבעט איז אויך געווען קאָלאָסאַל שווער, [און] איך האָב געהאַט ווייניק מיטאַרבעטער. די צײַטונג איז געווען אַ קליינע צײַטונג: 6 זײַטן. מע האָט געדרוקט 3,000, פֿרײַטיק פֿלעגט זײַן 5,000. איין מאָל אַ יאָר, ערבֿ־ראָש־השנה פֿלעגט מען דרוקן 10,000 — ס׳איז געווען אַ גרויסע צײַטונג מיט אַ סך אַנאָנסן.
איך האָב געהאַט אַן אַרבעט וואָס איז געווען זייער אינטריגירנדיק, און ס׳איז געווען אַ שטענדיקע פּאָלעמיק מיט “ייִדישער שטימע", [אַ] פּאָלעמיק מיט ציוניסטן. איך האָב אײַנגעפֿירט עפּעס אַזוינס מיט וואָס איך בין געווען זייער שטאָלץ. אין די צײַטונגען (אפֿשר [ניט] אין “ניו־יאָרק טײַמס", אפֿשר ערגעץ וווּ נאָך) איז די סאַמע נודנע זאַך דער לייט־אַרטיקל. איך האָב ביסלעכווײַז דערפֿירט דערצו, אַז די ערשטע זאַך, וואָס מע האָט גענומען לייענען, פֿלעגט זײַן דער לייט־אַרטיקל. און דעם לייט־אַרטיקל האָט מען ניט אַלע מאָל געקענט שרײַבן פֿרײַ; מע האָט אַ מאָל געדאַרפֿט ניצן עקזאָטישע שפּראַך, אַ מאָל געדאַרפֿט ניצן חכמהלעך. ניט אַלע מאָל האָט מען געקענט סתּם דורכגיין די צענזור.
פֿריִער פֿלעגט זײַן צענזור, [איז מען] נאָך דעם געקומען [און] קאָנפֿיסקירט — דאָס פֿלעגט שוין ניט אַרן. מע פֿלעגט קומען קאָנפֿיסקירן געוויינטלעך נאָך דעם ווי די צײַטונג איז געווען אַרויסגעשיקט. אָבער אַפֿילו ווען די צײַטונג איז ניט געווען אַרויסגעשיקט, האָט אונדז ניט געאַרט — דער עולם האָט געוווּסט: מע האָט קאָנפֿיסקירט. פֿאַרקערט, ס’איז נאָר געווען אינטערעסאַנט: ווי אַזוי קריגט מען אַ קאָנפֿיסקירטע צײַטונג? אָבער שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן אַ צענזור איידער מע דרוקט אָפּ.
אָבער ס׳איז געווען אײַנגעשטעלט אַזוי, אַז מײַן פֿרײַע צײַט איז געווען אין מיטן טאָג, לאָמיר זאָגן, צווישן 1 און 4. דאָס איז געווען די צײַט ווען איך פֿלעג גיין אין ליטווישן אוניווערסיטעט אין ביבליאָטעק און קענען לייענען מײַנע לינגוויסטישע ביכער.
[דער אָריגינאַל פֿון דער לעצטער האַלבער שעה פֿון די זכרונות איז פֿאַרלוירן געגאַנגען. פֿון די ערשטע פּאָר מינוט איז נאָך געבליבן אַ שוואַכע רעקאָרדירונג, וואָס מע קען צום טייל רעקאָנסטרויִרן. דעם גרעסטן חלק, אָבער, האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען מאַרקס טאָכטער, ריוועלע, וואָס האָט באַלד אויפֿן אָרט דערקענט, אַז די רעקאָרדירונג איז קאַליע געוואָרן, און האָט, וויפֿל זי האָט געקענט, אַלץ איבערדערציילט פֿון איר זכּרון. מיר ברענגען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון אירע ווערטער.]
דער ליטווישער אוניווערסיטעט [האָט געהאַט] פֿאַרשיידנאַרטיקע ביבליאָטעקן. אָבער וועלכע בוך וועט מיר אײַנפֿאַלן אין קאָפּ, און אויף וואָסער לשון עס פֿלעגט מיר אײַנפֿאַלן, איז געווען גענוג איך זאָל געבן [אַ רוף], איך זאָל עס קריגן אין 6 וואָכן אַרום. [...] דאָס איז געווען די צײַט ווען איך פֿלעג, געוויינטלעך צוזאַמען מיט מײַן זון, גיין ערגעץ וווּ עסן מיטאָג און איך פֿלעג [דערנאָך] גיין אין ביבליאָטעק.
די הויפּטאַרבעט איז דאָך שפּעט אין אָוונט, ווײַל די צײַטונג איז געווען אַ פֿרימאָרגן־צײַטונג. דעם לייט־אַרטיקל פֿלעג איך דיקטירן דירעקט. [...] די אַרבעט פֿלעגט זיך פֿאַרענדיקן 2 [אַ זייגער], אַ מאָל פֿלעג איך קענען אַוועקגיין פֿריִער און גיין עפּעס וואָס צובײַסן איידער איך וועל קומען אַהיים. דאַרפֿסט ניט פֿאַרגעסן, אַז די מערהייט צײַט איז געוואַלדיק [פֿאַרנומען] [...] און קיין צו גוטער טאַטע בין איך נישט געווען און געלאָזט דעם זון זייער אָפֿט [...]
נאָך דעם קריג איך אַן אָנבאָט פֿון מײַן פֿרײַנד מאַקס ווײַנרײַך. [...] [איך האָב געדאַרפֿט מײַן ווײַב] פֿירן אין אויסלאַנד מיט ווייניק האָפֿענונג, אַז זי וועט נאָך אַ מאָל קומען צוריק. אַ שווערע לאַגע איז געווען. אין די יאָרן אין קאָוונע איז מײַן אייגענע פּערזענלעכע לאַגע געווען אַן אויסערגעוויינטלעך שווערע. [...]
ריוועלע דערציילט
דעם טאַטנס זכרונות זײַנען רעקאָרדירט געוואָרן פֿיר מאָל, אָנהייבנדיק דעם 4טן יוני, דערנאָך דעם 5טן און דעם 6טן יוני, האָבן מיר געהאַט צוויי סעסיעס: איינע נאָך מיטאָג און איינע אין אָוונט. הײַנט איז דער 7טער יוני, 1972, אין מעמפֿיס, טענעסי, און, צום באַדויערן, דאַרף מען נאָך רעקאָרדירן אַ צוגאָב צו די זכרונות, ווײַל די לעצטע האַלבע שעה פֿון דער לעצטער סעסיע איז פֿאַרלוירן געגאַנגען — מסתּמא צוליב דעם, וואָס דער מיקראָפֿאָן איז געווען אָפּגעדרייט בשעתן רעקאָרדירן.
אין משך פֿון דער לעצטער האַלבער שעה איז דער טאַטע געווען באַאומרויִקט. איך וועל דאַרפֿן זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן אייגענעם זכּרון פֿון דעם, וואָס ער האָט געזאָגט, כּדי אויסצופֿילן די בלויזן. כאָטש איך וועל קענען זיך דערמאָנען אין געוויסע פּרטים, אַנדערע וועלן אויספֿעלן, און דער עיקר וועט אויספֿעלן דער טאָן פֿון זײַנע רייד, די רײַכקייט פֿון זײַן לשון. די לעצטע האַלבע שעה האָט, אין אַלגעמיין, באַהאַנדלט די צײַט פֿון זײַן באַשלוס צו פֿאַרלאָזן אייראָפּע אין 1935 ביזן הײַנטיקן טאָג. זײַנע רייד זײַנען ווײַט ניט געווען פּרטימדיק, אָבער אַ גרויסן ווערט האָבן זיי געהאַט, ווײַל זיי זײַנען געווען אינטראָספּעקטיוו און זיי האָבן קלאָר אָפּגעשפּיגלט זײַן כאַראַקטער און געפֿילן, ווי אויך דעם פּרוּוו אָפּצושאַצן זײַן אייגן לעבן און אַרבעט ביז דעם דאָזיקן פּונקט.
פֿאַרלאָזן אייראָפּע
איך וועל קודם אַ ביסל איבערחזרן דעם חלק פֿון דער רעקאָרדירונג וואָס מען קען כּמעט ניט הערן. סוף 1934 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, לויט דער בקשה פֿון מאַקס ווײַנרײַך, כּדי צו קלײַבן געלט פֿאַרן ייִוואָ. זײַן ווײַב איז דעמאָלט געווען ערנסט קראַנק. פֿאַרן אַוועקפֿאָרן האָט ער זי געבראַכט אין אַ סאַנאַטאָריום, און ער איז אָנגעקומען אין אַמעריקע אָנהייב 1935 — ניט די בעסטע צײַט צו שאַפֿן גרויסע סומעס. נאָכן אַרומפֿאָרן אין פֿאַרשיידענע שטעט, איז ער צוריק געפֿאָרן קיין קאָוונע. צוריק אָנגעקומען, איז אים שוין קלאָר געווען, אַז ער וועט מוזן פֿאַרלאָזן קאָוונע און פֿאַרלאָזן די רעדאַקציע פֿונעם “פֿאָלקסבלאַט". פֿון איין זײַט, האָבן די קאָמוניסטן אַלץ פֿעסטער געהאַלטן די צײַטונג אין זייערע הענט. פֿון דער צווייטער זײַט, איז די גאַנצע סיטואַציע אין אייראָפּע בכלל, און אין ליטע בפֿרט, געווען זייער נישט פֿויגלדיק.
ווי דער טאַטע האָט געקלערט, האָט ער באַמערקט, אַז בשעת די באָלשעוויסטישע לאָזונגען שלום, פֿרײַהייט און ברויט זײַנען קיין מאָל ניט מקוים געוואָרן, איז איין פֿאָרמולע זייערע אַבסאָלוט ריכטיק, דהײַנו אַז פֿאַשיזם מיינט מלחמה. ער איז געווען זיכער, אַז אַ מלחמה צווישן היטלער און סטאַלין איז ניט אויסצומײַדן, און ער האָט געהאַלטן, אַז ליטע, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן, וועט זיכער פֿאַלן אַ קרבן אין אַזאַ מין קאָנפֿליקט. דער סטאַליניסטישער נצחון וואָלט געשטעלט אין סכּנה אים פּערזענלעך און זײַן גאַנצע פּאָזיציע, ווי אויך געמאַכט אוממעגלעך וואָס עס איז פֿאַר אַ פֿרײַ ייִדיש לעבן אין ליטע. פּונקט אַזוי וואָלט זײַן אַגיטירן קעגן דעם פֿאַשיזם און קעגן דעם היטלעריזם אין דײַטשלאַנד געמאַכט זײַן פּאָזיציע אין ליטע זייער געפֿערלעך, שוין ניט רעדנדיק פֿון דער פּאָזיציע פֿון ליטווישן ייִדנטום בכלל.
צוריקגעקומען אין קאָוונע, האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ באַוועגונג צו אַגיטירן די ליטווישע ייִדן אין עפּעס אַ מין אַקציע קעגן דעם היטלעריזם. ער האָט ענערגיש געשטיצט אַ פּרוּוו דורכצופֿירן אַ בויקאָט קעגן דעם גאַנצן דײַטשישן האַנדל. זײַנע באַמיִונגען לטובֿת אַזאַ מין בויקאָט זײַנען אָבער דורכגעפֿאַלן. די ייִדישע סוחרים האָבן געטענהט, אַז זייער גאַנץ עקאָנאָמיש ווילזײַן איז געווענדט אין דעם מיסחר מיט דײַטשלאַנד. נאָר זשאַבאָטינסקיס גרופּע און נאָך אַ פּאָר אַנדערע האָבן געשטיצט דעם בויקאָט. די אומפֿעיִקייט פֿון ס׳רובֿ ליטווישע ייִדן דורכצופֿירן אַ בויקאָט קעגן דײַטשע סחורות האָט געבראַכט אַ ווײַטערדיקע דיסאילוזיאָנירונג, ווײַל עס האָט זיך געדאַכט, אַז זיי זײַנען ניט גרייט מקריבֿ צו זײַן זייער עקאָנאָמישע זיכערקייט אין דעם קאַמף קעגן דעם היטלעריזם.
טיף אַנטוישט מיטן ליטווישן ייִדנטום, מיט אַ צעבראָכן האַרץ איבערן מצבֿ אין אייראָפּע בכלל, האָבנדיק אײַנגעזען, אַז ווײַטער אַרבעטן בײַם “פֿאָלקסבלאַט" אין קאָוונע איז אוממעגלעך, האָט דער טאַטע באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע, און אַזוי האָט ער טאַקע געטאָן אין 1936. פֿאָרנדיק אויף דער שיף, האָט ער געקלערט און געשוווירן צו זיך אַליין, אַז ער וועט זיך ווײַטער ניט מישן אין פּאָליטישע ענינים, נאָר זיך פֿאַרנעמען בלויז מיט ייִדישער דערציִונג, מיט ייִדיש, און מיט ייִדישער לינגוויסטיק. מיט אַ שווער געמיט, זייער דיסאילוזיאָנירט, איז ער אַוועקגעפֿאָרן.