זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

אַ גוטער מלאך

ער האָט ווײַטער געקלערט, אַז אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן האָט אים געשיצט אַ גוטער מלאך, וואָס האָט אים געוויזן די ריכטיקע צײַט אַוועקצופֿאָרן. ער האָט געמיינט, למשל, אַז ער איז אַוועק פֿון פּעטערבורג אין דעם ריכטיקן מאָמענט; אַוועק פֿון ליבאַווע, כּדי צו גרינדן די ווילקאָמירער גימנאַזיע, אין דעם ריכטיקן מאָמענט; אַוועק פֿון ריגע און אַוועק פֿון קאָוונע — אויך אין דעם ריכטיקן מאָמענט. פּונקט אַזוי האָט ער געמיינט, אַז ער איז אַוועק פֿון ניו־יאָרק אין 1970 אין דעם ריכטיקן מאָמענט, כּדי זיך צו באַזעצן אין ירושלים און צו ברענגען מיט זיך די אַרבעט אויפֿן גרויסן ייִדישן ווערטערבוך.


ייִדישע דערציִונג
אין אַמעריקע

אין אַ פּאָר מינוט אַרום וועל איך פּרוּוון זיך דערמאָנען אין זײַנע אייגענע געדאַנקען וועגן דעם, פֿאַר וואָס ער האָט זיך אונטערגענומען די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך. אָבער פֿריִער דאַרף מען זיך אומקערן צו זײַן זייער קורצער באַשרײַבונג פֿון זײַן אַרבעט אין ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע. אין שײַכות מיט זײַן פֿאַרביסענער שטימונג ווען ער האָט פֿאַרלאָזן אייראָפּע, האָט ער דערמאָנט ניט נאָר זײַן אַנטוישונג מיט ליטווישע ייִדן און זייער אומפֿעיִקייט אויפֿצוהאַלטן די רעכט פֿון נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, און מיט די לינקע, אָפֿט אַנטי־ייִדישע געפֿילן בײַ עטלעכע געוועזענע מיטאַרבעטער זײַנע.
ער האָט אויך גערעדט וועגן דער דיסאילוזיאָנירונג, וואָס ער האָט דערלעבט אין אַמעריקע. ער האָט געהערט פֿון די, וואָס האָבן זיך שוין באַזעצט אין אַמעריקע, אַז אַמעריקע וועט זײַן דער צענטער פֿאַר אמתער ייִדישער דערציִונג. זיי האָבן אים באַשריבן, ווי מע בויט ייִדישע שולן און עס אַנטוויקלט זיך אַ באַוועגונג פֿון ייִדיש־קולטורעלער דערציִונג. אָבער ווען ער איז טאַקע אָנגעקומען אין אַמעריקע און זלמן יעפֿרויקין האָט אים געבראַכט אין דער אַרבעטער־רינג־מיטלשול (יעפֿרויקין איז שוין געווען דירעקטאָר פֿון דער מיטלשול אין 1935), איז ער געווען שטאַרק אַנטוישט, זעענדיק, אַז די תּלמידים רעדן צווישן זיך אויף ענגליש און ייִדיש רעדט זיך נאָר אין די קלאַסצימערן.
ער האָט גערעדט וועגן דער איראָניע, אַז זײַן גאַנצע קריטיק פֿון די העברעיִסטן אין די 1920ער יאָרן אין ליטע, למשל, האָט זיך באַזירט אויף דעם, אַז העברעיִש איז בעצם אַ קינסטלעכע זאַך, ווײַל מען האָט עס גערעדט נאָר צווישן דעם קלינגען פֿונעם גלעקל אָנהייב קלאַס און דעם קלינגען בײַם סוף, און דערנאָך זײַנען די תּלמידים צוריק אַריבער צו זייער נאַטירלעכער שפּראַך — ייִדיש. איצטער איז געווען די זעלבע סיטואַציע אין די אַמעריקאַנער שולן: ענגליש איז געווען די נאַטירלעכע שפּראַך פֿון די תּלמידים, אָבער אין די קלאַסצימערן האָט מען געלערנט ייִדיש. ער האָט געפֿילט, אַז מע האָט אים אָפּגענאַרט אָדער פֿאַרראַטן, ווײַל מע האָט אים געמאַכט גלייבן, אַז ייִדיש ווערט קולטיווירט און אַנטוויקלט אין אַמעריקע ווי די נאַטירלעכע שפּראַך.
ווײַטער אין שײַכות מיט זײַן אַרבעט אין ייִדישער דערציִונג האָט ער באַמערקט, אַז אין די 1940ער יאָרן האָט ער נאָך געהאַט אַ האָפֿענונג, אַז די ייִדישע שפּראַך וועט ווערן ווײַטער אַנטוויקלט אין אַמעריקע. די האָפֿענונג איז געווען, אַז דער נײַער שטראָם פֿון אימיגראַנטן, די פּליטים פֿון אייראָפּע, וועלן פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע פֿאָלק־באַוועגונג אין אַמעריקע, אַזוי ווי די נײַע גרופּעס אימיגראַנטן האָבן פֿאַרשטאַרקט די ייִדישע קולטור פֿריִער; למשל, אין די 1920ער יאָרן. אָבער ביז 1952 האָט ער שוין אײַנגעזען, אַז זײַנע האָפֿענונגען זײַנען געווען פֿאַרפֿירעריש אָדער אילוזאָריש, און ער איז געוואָרן (איידל גערעדט) פּעסימיסטיש לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדישער דערציִונג. דערצו האָט ער זיך אַנטוישט אין דער קוואַליטעט פֿון די, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט ייִדישער דערציִונג (אויף ייִדיש און אויף ענגליש) אין אַמעריקע. די דאָזיקע דיסאילוזיאָנירונג האָט, צום טייל, געפֿירט צו זײַן באַשלוס זיך צו פֿאַרנעמען וואָס מערער מיט ייִדישער לינגוויסטיק און זיך אונטערצונעמען די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך.


תּשובֿה

די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך איז אויך געווען מאָטיווירט פֿון אַ געפֿיל פֿון אַ שלעכט געוויסן בכלל. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט זיך אונטערגענומען די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך — אין זײַנע ווערטער — כּדי תּשובֿה צו טאָן. קלערנדיק וועגן דער גאַנצער דערפֿאַרונג פֿונעם חורבן, האָט ער געמיינט, אַז אפֿשר האָט ער געהאַט אַ טעות אין זײַן קעגנערשאַפֿט צו די ציוניסטן. אפֿשר האָט ער זיך שטאַרק טועה געווען, ווען ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז ייִדן זאָלן בלײַבן אין זייערע אַלטע היימען און אַנטוויקלען אַן אייגן רײַך ייִדיש לעבן אויף דעם יסוד. ער האָט געמיינט, אַז אפֿשר, ווען ער וואָלט ניט געשריבן אַזוי אָפֿט “מיר בלײַבן דאָ", וואָלטן איין־צוויי אָדער עטלעכע ייִדן אַוועקגעפֿאָרן און זיך געראַטעוועט. פֿאַרשטייט זיך, האָט ער ווײַטער געזאָגט, אַז די ציוניסטן זײַנען אויך געבליבן אין דער אַלטער היים, ניט געקוקט אויף זייערע באַמיִונגען צו שטיצן די אימיגראַציע קיין ארץ־ישׂראל.
דערצו האָט ער געפֿילט אין אַ געוויסן זינען שולדיק, ווײַל ער האָט געזאָגט “מיר בלײַבן דאָ" און איז אַליין אַוועקגעפֿאָרן, געפֿונען אַ מקום־מיקלט. ער האָט חרטה געהאַט, באַדויערט דעם פֿאַקט, אַז ביז 1952, ווען ער האָט אָנגעהויבן דעם ווערטערבוך-פּראָיעקט, האָט ער נאָך ניט געהאַט געשריבן וועגן דעם ייִדישן לעבן פֿאַרן חורבן, נאָך ניט געשריבן וועגן די אַלע פֿילצאָליקע פּערזענלעכקייטן וואָס זײַנען אומגעקומען. די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך האָט ער זיך אונטערגענומען בעצם ווי אַ מאָנומענט פֿאַר אַ לעבן וואָס איז אונטערגעגאַנגען, אָדער געהאַלטן אין אונטערגיין.
ניט געקוקט אויף די אַמפּערנישן און דער קליינלעכער פּאָליטיק, וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיטן אַרויסגעבן דאָס דאָזיקע ווערק; ניט געקוקט אויף די לאַנגע שעהען אַרבעט, האָט ער געהאַלטן, אַז דער אמתער קרבן וואָס ער האָט געבראַכט פֿאַרן ווערטערבוך איז געווען ניט די ענערגיע, ניט די אַרבעט גופֿא, ניט די מחלוקתן, נאָר די פּלענער וואָס ער האָט געדאַרפֿט אָפּלייגן, פֿאַרוואָרלאָזן, אָדער אַוועקלייגן אין אַ זײַט.


געזאַמלטע שריפֿטן

ער האָט געהאָפֿט — געחלומט אַרויסצוגעבן 6 בענד, וואָס פֿאַקטיש זײַנען זיי שוין געווען אָנגעשריבן, כאָטש דער מאַטעריאַל איז צעוואָרפֿן, דער עיקר אין אַרטיקלען אינעם זשורנאַל “ייִדישע שפּראַך". צום באַדויערן, געדענק איך ניט אַלע בענד, וואָס ער האָט פּלאַנירט, אָבער איך דערמאָן זיך אין עטלעכע. איין באַנד וואָלט באַהאַנדלט לשון־קודש אין ייִדיש, העברעיִזמען; נאָך אַ באַנד — ליטעראַטור־קריטיק; אַ דריטער — שפּריכווערטער; און נאָך אַ באַנד וואָלט באַהאַנדלט מער טעכנישע ענינים פֿון ייִדישער גראַמאַטיק. סך־הכּל 6 בענד האָט ער פּלאַנירט, נאָר צום באַדויערן געדענק איך ניט אַלע.


* * *

[וועגן דעם פּלאַן אַרויסצוגעבן זײַנע לינגוויסטישע שריפֿטן האָט מאַרק געשריבן עטלעכע מאָל פּריוואַט, מיט פֿאַרשיידענע סכעמעס. אין דעם בריוו פֿון 8טן סעפּטעמבער 1954 צו זײַן חבֿר חיים פּאָמעראַנץ, למשל, באַשרײַבט מאַרק נאָר 5 בענד, ניט מיט פּונקט די זעלבע טעמעס ווי ריוועלע דערמאָנט (ייִוואָ רג 540, טעקע 141b).]
[...] במשך פֿון אַלע יאָרן אַרבעט אויפֿן געביט פֿון ייִדישער לינגוויסטיק האָבן זיך אָנגעקליבן זייער אַ סך פֿאָרשונגען [...] אַ גרויסן מאַטעריאַל פֿון אַן ערך 50 דרוק־בויגנס. [...] אַלע מײַנע לינגוויסטישע אַרבעטן וואָלטן געדאַרפֿט געדרוקט ווערן אין פֿאָרעם פֿון ביכער. איך האָב אין זינען אַ גרויסן פּלאַן וואָס נעמט אַרום גאַנצע פֿינף ביכער:

1. קאַפּיטלען ייִדישע גראַמאַטיק.

אין 1921 האָב איך אָפּגעדרוקט די ערשטע פּראַקטישע שול־גראַמאַטיק פֿון ייִדיש. איך האָב זיך דעמאָלט געגעבן אַ נדר ווען ניט איז, יאָרן שפּעטער, צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ פֿולע וויסנשאַפֿטלעכע גראַמאַטיק פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדיש. דער דאָזיקער נדר האָט אין אַ גרויסער מאָס באַשטימט דעם גאַנג פֿון מײַן לעבן. איך בין נאָך נישט פֿאַרטיק מיט דער פֿולער וויסנשאַפֿטלעכער גראַמאַטיק פֿון ייִדיש. איך האָב יאָרן לאַנג געחלומט וועגן דער מעגלעכקייט כאָטש צוויי יאָר צײַט זיך צו פֿאַרנעמען בלויז מיט דעם. די דאָזיקע פֿרײַע צוויי יאָר האָב איך דערווײַל קיין מאָל אין לעבן נישט געהאַט. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָב איך אָבער געאַרבעט פֿאַר דעם דאָזיקן ציל. ווייניקסטנס אַ העלפֿט פֿון דער אַרבעט איז פֿאַרטיק. איך וואָלט איצט געדאַרפֿט נישט מער ווי איין פֿרײַ יאָר צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט. איך ווייס ניט ווען איך וועל האָבן אין מײַן לעבן דאָס דאָזיקע פֿרײַע יאָר. אָבער דאָס וואָס איז פֿאַרטיק, אָדער 90% פֿאַרטיק, קען צונויפֿטשעלן אַ גרויס בוך פֿון מינימום 10—11 דרוקבויגנס. די פֿאַרטיקע קאַפּיטלען נעמען אַרום אַ סך וויכטיקע ענינים: די גאַנצע טעאָריע וועגן וואָרטקלאַס, דעם גאַנצן ענין ווערטער־סדר, דעם גראַמאַטישן מין, מערצאָל פֿון סובסטאַנטיוו און נאָך וויכטיקע ענינים. [...]

2. שפּראַך־אַנאַליזן.

דער באַנד דאַרף אַרומנעמען אַ צאָל אַרבעטן וואָס זײַנען אַבסאָלוט פֿאַרטיק. [...] אַהין דאַרף אַרײַנגיין מײַן אַרבעט וועגן ליטווישן ייִדיש וואָס איז געווען געדרוקט אין דעם באַנד “ליטע", מיט אַ היפּשער צאָל צוגאָבן און אויסברייטערונגען. צו דעם זעלביקן באַנד געהערט מײַן גרויסע אַרבעט וועגן פּרצעס שפּראַך, די אַרבעט וועגן זשיטלאָווסקיס שפּראַך, די קלענערע אַרבעטן וועגן מענדעלעס און שלום־עליכמס שפּראַך און נאָך פֿאַרשיידענע פֿאָרשונגען וועגן דעם לשון פֿון באַזונדערע מחברים אָדער באַזונדערע ביכער. [...]

3. לשון־קודש אין ייִדיש.

[...] ערשטנס האָב איך פֿאַרטיק מײַן פֿאָרשונג וועגן דער אָפֿטקייט פֿון העברעיִזמען אין ייִדיש. [...] די אַרבעט, וואָס האָט בײַ מיר געדויערט איבער פֿופֿצן יאָר, דאַרף ניט פֿאַרלוירן גיין. עס גייט נישט בלויז אין דער אָפֿטקייט פֿון די העברעיִזמען, נאָר אין דעם אַרויסאַנטפּלעקן אַ סך אייגנשאַפֿטן פֿון סטילן בײַ פֿאַרשיידענע שרײַבער, פֿאַרשיידענע קולטור־ספֿערעס בײַ ייִדן אאַז"וו. [...] די אויספֿאָרשונג פֿון דער השפּעה פֿון לשון־קודש אויף דעם סינטאַקס פֿון ייִדיש און אויף דער גראַמאַטיק פֿון ייִדיש בכלל. [...] פֿאָרשונגען אויפֿן שטח פֿון סינאָנימיק און סעמאַנטיק [...]

4. די ייִדישע כּלל־שפּראַך.

[...] דער באַנד האָט דעם ציל אויפֿצוקלערן וואָס דאָס איז כּלל־שפּראַך, ווי אַזוי ווערט בכלל סטאַנדאַרדיזירט אַ לשון, וואָס עס איז די אויפֿגאַבע, די שליחות פֿון דעם לינגוויסט, וואָס זײַנען די מאָסן פֿאַר אַ ריכטיק לשון. דאָס זײַנען די אַלגעמיינע פּרינציפּיעלע אַרבעטן. ווײַטער קומט אַהער אַרײַן אַן אַרבעט וועגן ריכטיקן ייִדישן אַרויסרייד. אפֿשר געהערן אַהער אויך די קריטיק פֿון אונדזער אויסלייג. חוץ דעם דאַרף פֿאַרנעמען אַ גרויסן טייל פֿון באַנד דאָס אָפּשטעלן זיך אויף אָפֿטע גרײַזן און דאָס אָנווײַזן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרמײַדן. [...]

5. אָפּשאַצונגען.

דאָס דאַרף זײַן אַ באַנד פֿון קריטיק וועגן אויפֿטוען און פּערזענלעכקייטן אויפֿן שטח פֿון לינגוויסטיק בכלל, און ייִדישער לינגוויסטיק בפֿרט. אַ טייל פֿון דעם באַנד דאַרף פֿאַרנעמען אַן אַרבעט איבער דעם וואָס איז געשען מיט לינגוויסטיק בכלל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ווי אַזוי די פּרינציפּן פֿון לינגוויסטיק האָבן זיך געביטן מיט יעדן בײַט פֿון דער ליניע. די הויכפּונקטן פֿון דער אַרבעט זײַנען: די דערגרייכונגען און די דורכפֿאַלן פֿון פּראָפֿעסאָר מאַר און פֿון זײַן יאַפֿעטישער טעאָריע און פֿון סטאַלינס אַרײַנמישן זיך אין לינגוויסטיק אין די יאָרן 1949—1950. חוץ דעם דעקט די אַרבעט אַלע אַנדערע וואַקלענישן פֿון דער לינגוויסטיק, אָפּהענגיק פֿון דער אַלגעמיינער פּאָליטישער ליניע.
ווײַטער האָב איך אַרבעטן וועגן אַ סך זייער וויכטיקע ייִדישע לינגוויסטן אין דעם באַנד. אַלכּסנדר האַרקאַווי, בער באָראָכאָוו, נחום שטיף, נח פּרילוצקי און אַנדערע. [...]
ליבער פֿרײַנד, אין לעבן פֿון יעדן מענטשן זײַנען דאָ צײַטן פֿון זייען און צײַטן פֿון זאַמלען. איך מיין, אַז אין דעם האַרבסט פֿון מײַן לעבן בין איך אויך מחויבֿ צו זאַמלען.
איך האָב געהאַט אין זינען אַ פֿאַרלאַג וואָס זאָל הייסן “משפּחה". איצט האָב איך אין זינען אַ פֿאַרלאַג וואָס זאָל הייסן “פֿרײַנד". פֿרײַנד איז אַרומנעמיקער. [...]

(המשך אין קומענדיקן נומער)