די באַלפֿור־דעקלאַראַציע
אין דער צײַט זײַנען געווען אַזעלכע ווילדע זאַכן: עס זײַנען געווען וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, שפּעטער גאָר קיין מאָל ניט געקענט צונויפֿקומען. אַ ביסל פֿריִער איז צו אונדז דערגאַנגען די מעשׂה מיט דער באַלפֿור-דעקלאַראַציע. אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דער ענין ניט אַזוי גלײַך דערגאַנגען — ס׳איז דאָך געווען אַ מלחמה, מען איז געווען אָפּגעריסן, און בשעת עס זײַנען דערגאַנגען די ערשטע קלאַנגען וועגן דעם, האָט מען ניט אַזוי קלאָר געוווּסט וואָס און ווען און ווי. בשעת מען האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז אין איינעם פֿון די אָוונטן אין הויז פֿון די קריינים, אַ רײַכער ייִד, וואָס איז געווען דובנאָווס אַ שטענדיקער חסיד, געווען אַ זיצונג פֿון אַ 7־8 מענטשן [צו דיסקוטירן], צי די באַלפֿור־דעקלאַראַציע האָט געביטן עפּעס וואָס, צי ס׳איז ניט געקומען אַ נײַע סיטואַציע פֿאַר ייִדן. און כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן, אַז דאָס הייסט ניט, אַז עס וועט זײַן אַ ייִדישע מלוכה, און מען איז געווען זייער צופֿרידן, אַז עס וועט ניט זײַן אַ ייִדישע מלוכה. עס הייסט, עס וועט זײַן אַן ענגלישע קאָלאָניע, וואָס וועט האָבן אַ גוטע באַציִונג צו די ייִדן וואָס וועלן אימיגרירן קיין ארץ־ישׂראל.
די באָלשעוויקעס זײַנען שוין געווען בײַ דער מאַכט, אָבער מען האָט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז מען וועט ניט קענען לעבן אונטער זיי. וועט מען קיין דעה ניט האָבן, אָבער אַז אַ ייִד וועט וועלן אַרבעטן אין אַ פֿאַבריק, וועט מען דאָך אים לאָזן. אַז עס זאָלן זײַן ייִדן, וואָס זאָלן וועלן ווערן קאָלאָניסטן, לאָמיר זאָגן, ערגעץ וווּ אין אוקראַיִנע אָדער אין ווײַסרוסלאַנד, וועט מען דאָך זיי לאָזן. דער פּשוטער אַרבעטסמענטש וועט דאָך ניט לײַדן פֿון זיי. סוף־כּל־סוף, האָט דאָך אויך פֿון דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע דער פּאַסיווער, דער וואָס האָט זיך ניט געמישט אין פּאָליטיק, כּמעט קיין מאָל ניט געליטן און קיין מאָל ניט געוואָרן קיין קרבן. מען האָט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז עס וועט זײַן אַזאַ מאַסן־עמיגראַציע. און מע האָט פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָך געמיינט, אַז עס וועלן זײַן באַזונדערע מדינות: פּוילן וועט זײַן באַזונדער, און בעסאַראַביע וועט זײַן באַזונדער (אָדער צוזאַמען מיט רומעניע), און ליטע און לעטלאַנד. וועגן די דאָזיקע אַלע באַזונדערקייטן, אַגב, האָבן דאָך שוין געהאַט געמאָלדן אויך די דײַטשן, וואָס האָבן געוואָלט מיט דעם צוציִען די אָרטיקע באַפֿעלקערונג צו זיך.
איז וואָס וועט זײַן מיט דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע? מען האָט געזאָגט: נו, אויב אַלצדינג וועט גיין ווי עס דאַרף צו זײַן, איז אפֿשר וועט ווערן אַ ייִדישער ייִשובֿ פֿון אַ מיליאָן מענטשן — אַפֿילו נאָך מערער. (אין דער וועלט זײַנען דעמאָלט געווען 12 מיט אַ האַלב, 13 מיליאָן [ייִדן].) עס וועט זײַן אַ פֿײַנער, גוטער ייִדישער ייִשובֿ, ווײַל מע האָט גערעכנט, אַז די ייִדן וועלן דאָך האַלטן מיט די ענגלענדער [און די ענגלענדער ווייסן, אַז ייִדן האַלטן מיט זיי]. מע האָט זיך בכלל יעמאָלט ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די ערשטע וועלט־מלחמה איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף פֿון די קאָלאָניעס אין דער וועלט. ענדלאַנד האָט אַרײַנגעשטעלט אַ פֿוס, ענגלאַנד וועט שוין פֿון דאָרטן ניט אַוועקגיין, איז געווען די מיינונג. ווײַל אָט דאָס איז געווען די געשיכטע פֿונעם גאַנצן 19טן י"ה, און נאָך פֿון פֿריִער, פֿון 18טן י"ה, אַז וווּ נאָר ס׳איז געקומען דער ענגלישער פֿלאָט און אַ דעסאַנט פֿון ענגלישע מאַטראָסן, איז סוף־כּל־סוף, דאָרטן געוואָרן אַן ענגלישע קאָלאָניע. און מען איז געווען זייער צופֿרידן, אַז אַנשטאָט אַ טערקישער קאָלאָניע זאָל ווערן אַן ענגלישע.
אינטערעסאַנט איז איבערצוגעבן מיינונגען וואָס האָבן געהערשט בײַ מענטשן וואָס זײַנען ניט געווען קיין ציוניסטן, אָבער געהאַט, ווי דובנאָוו אַליין, אַ גאַנץ פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער ייִדישער באַזעצונג אין ארץ־ישׂראל, און צו אַ פֿײַנעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. כאָטש דובנאָוו האָט געהאַלטן, אַז דער הויפּט ייִדישער צענטער, די אמתע צוקונפֿט פֿון ייִדן, וועט איצט זײַן די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. די גאַנצע טעאָריע [זײַנע] פֿון העגעמאָניעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע [זאָגט], אַז אין יעדער תּקופֿה איז דאָ אַ באַזונדער לאַנד, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע, האָט דובנאָוו גערעדט וועגן דעם, אַז די הויפּט־ראָלע פֿון רוסישן ייִדנטום מיט די 6 מיליאָן וואָס זיי זענען דעמאָלט געווען, גייט אַוועק — רוסלאַנד ווערט דאָך אין אַ סך פּרטים צעפֿאַלן; אָבער דערפֿאַר הייבט זיך אויף די העגעמאָניע פֿון ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די ציוניסטן האָבן אַנדערש אויפֿגענומען דעם גאַנצן ענין באַלפֿור־דעקלאַראַציע. אין זייערע וואַלן צו דער ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג האָבן זיי מער נישט אַגיטירט אַפֿילו פֿאַר זיך, נאָר זיי פֿלעגן אָפּדרוקן דעם נוסח פֿון דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע און אונטערשרײַבן: “שטימט פֿאַרן צעטל נומער אַזאַ און אַזאַ!"
בן־ציון דינאַבורג (דינור)
אינטערעסאַנט אויך, אַז איין טייל פֿון מײַנע לימודים האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט אין לעצטן יאָר. אויף די העכערע קורסן פֿון באַראָן גינצבורג האָב איך אָנגעהויבן לערנען בײַ נאָך עמעצן — [בן־ציון] דינאַבורג. ער איז געווען אַ יונגער געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע. לויט זײַנע אייגענע איבערצײַגונגען איז ער געווען יעמאָלט אַ טעריטאָריאַליסט, איידער ס׳איז געקומען די רעוואָלוציע, איידער ס׳איז געקומען די באַלפֿור־דעקלאַראַציע — ווײַל די באַלפֿור־דעקלאַראַציע האָט פֿון זייער אַ סך מענטשן געמאַכט ציוניסטן, ספּעציעל פֿון די טעריטאָריאַליסטן. בײַ אים האָב איך געלערנט אין אַ סעמינאַר, וואָס איז געווען גוואַלדיק אינטערעסאַנט. איך האָב שוין אַ היפּש ביסל יעמאָלט געקאָנט פֿון תּלמוד און דער סעמינאַר איז געווען געבויט אויף דעם עלטסטן טייל פֿון תּלמוד, אויף מישנה. דער סעמינאַר איז געווען צו פּרוּוון דערגיין דאָס אינעווייניקסטע ייִדישע לעבן לויט דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן פֿון מישנה.
ער האָט געהאַט 5 אָדער 6 תּלמידים, מיר פֿלעגן קומען און שמועסן. די אָפֿיציעלע שפּראַך איז געווען נאָך אַלץ רוסיש, אָבער מע האָט גערעדט אַ ביסל העברעיִש, מע האָט גערעדט ייִדיש, און די אַלע טעקסטן זײַנען דאָך געווען אויף העברעיִש. האָט מען געגעבן יעדן איינעם אָנצושרײַבן אַן אַרבעט. איך האָב זיך אויסגעקליבן אַן אַרבעט: סמיכה אין דער צײַט פֿון די תּנאָים. סמיכה הייסט, אַזוי צו זאָגן, די אָפֿיציעלע רעכט וואָס מע גיט; מע האָט געגעבן רעכט אויף דרײַ זאַכן: צו זײַן אַ לערער, צו זײַן אַ ריכטער, און צו קענען זײַן עמעצער וואָס באַפֿרײַט אַ מענשטן פֿון אַ שבֿועה, וואָס ער נעמט אויף זיך (דאָס איז געווען אַ העכערע מדרגה אַזאַ) — עפּעס ענלעכס צו די דרײַ אַקאַדעמישע מדרגות איצט. מיך האָט דער ענין פֿאַרכאַפּט און איך האָב אָנגעשריבן דרײַ־פֿערטל העברעיִש, איין פֿערטל אויף רוסיש, מײַנע אַן אַרבעט וועגן דעם. איך קען ניט זאָגן, אַז ס׳איז באמת געווען אַ וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט. ס׳איז געווען אַן אַרבעט פֿון אַ יונגן מענטשן מיט אַ סך פֿאַנטאַזיע: אַז ס׳איז געווען איין איינציקער, עפּעס אַ זאַץ, וואָס מע האָט געקענט צוציִען, אָדער אויב איך האָב געקענט פֿאַרבינדן עפּעס מיט לעגענדעס וועגן דעם אָדער יענעם תּנא, האָב איך עס שטענדיק אויסגענוצט, און אָנגענומען די לעגענדע ניט ווי קיין לעגענדע, וואָס עס קען זײַן, אַז ס’איז דאָ אַ ברעקל אמת אָדער נישט. איך האָב אַ היפּש ביסל אַרײַנפֿאַנטאַזירט אין דעם.
צווישן די תּנאָים זײַנען דאָ צוויי באַרימטע פּערזענלעכקייטן, וואָס קיינער רופֿט זיי ניט “רבי". מע גיט איבער זייערע אויסדרוקן, מיינונגען, [און] קריגערײַען מיט אַנדערע תּנאָים, אָבער קיין מאָל ווערט קיינער ניט אָנגערופֿן רבי. איינער הייסט בן זומא, דער אַנדערער — בן עזאי. האָב איך זיך געמאַכט אַ טעאָריע — מסתּמא וואָס אַנדערע [האָבן] אויך געמאַכט, [ווײַל] דאָס איז געווען אַן אַרבעט נאָר מיט ציטאַטן פֿון מישנה, אָן שום ציטאַטן פֿון אַנדערע מענטשן וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט פֿאָרשן די אַלע זאַכן. [די טעאָריע איז געווען,] אַז בן עזאי און בן זומא האָבן נישט באַקומען קיין דאָקטאָראַט — דעם טיטל “רבי", ווײַל זיי האָבן נישט געגלייבט אין יענער וועלט. די פּרושים, ד״ה די ריכטונג פֿון די אַלע תּנאָים, דאָס איז געווען אַ מין אָרדן; מען האָט געדאַרפֿט אָנגענומען ווערן אין דעם אָרדן. און בײַם אָנגענומען ווערן אין אָרדן, האָב איך בכל־אופֿן אויסגעטראַכט, האָט מען געדאַרפֿט שווערן, אַז מע גלייבט אין יענער וועלט. מײַנע ראַיות האָב איך גענומען פֿון וואַנען איך האָב געקענט, אַפֿילו פֿון דער הגדה. (ווי עס קומט אַרײַן די הגדה, וויל איך זיך, קען איך זיך דאָ ניט אָפּשטעלן. ס’איז געווען גאַנץ שאַרפֿזיניק.) איך האָב אָנגעשריבן אַן אַרבעט און געווען גוואַלדיק צופֿרידן מיט דער דאָזיקער אַרבעט.
די באָלשעוויקעס זײַנען שוין געווען בײַ דער מאַכט. דער גאַנצער אינסטיטוט פֿון העכערן ייִדישן לערנען איז שוין געווען היפּש ביסל געפֿאַלן, אָבער איך האָב זיך פֿאַרנומען מיט אַרבעט אויף דעם, ווײַל איך בין געווען נאָך אַ גאַנץ יאָר אונטער די באָלשעוויקעס. איך האָב אָפּגעגעבן די אַרבעט, געווען זייער אַ שטאָלצער, דעם פֿרײַנד מײַנעם, דעם געהילף־פּראָפֿעסאָר דינאַבורג, און איך האָב מער די אַרבעט פֿון אים צוריק נישט באַקומען. ער איז דערווײַל געווען אַנטלאָפֿן פֿון פּעטראָגראַד אין קיִעוו. מע איז אַנטלאָפֿן דאָס ערשטע יאָר פֿון די קאָמוניסטן אין פּעטראָגראַד דער הויפּט, ווײַל מע האָט ניט געהאַט וואָס צו עסן. מע האָט געהאַט געלט, [אָבער] מע האָט ניט געקענט גאָרניט קויפֿן. האָב איך אים, און מײַן אַרבעט, קיין מאָל ניט געקענט געפֿינען.
30 יאָר שפּעטער, אין 1947, בין איך צוזאַמען מיט ד"ר דושקין געפֿאָרן אויף אַ וועלט־קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער דערציִונג אין ירושלים. קומען דושקין און איך אַרײַן — מיר האָבן פֿאַרשפּעטיקט צו דער ערשטער זיצונג — [און] בײַם פּרעזידיום־טיש איז צווישן אַנדערע געזעסן דער דינאַבורג. ער האָט שוין ניט געהייסן דינאַבורג, ער האָט געהייסן דינור. לויפֿט אַרונטער פֿון פּרעזידיום־טיש דער דינאַבורג, קומט צו צו מיר, דריקט די האַנט, און רופֿט מיך “יודאַ" מאַרק — אַזוי: “יודאַ מאַרק, איך האָב געלאָזן אײַער אַרבעט אין דעם מוזיי פֿון די מיזרח־שפּראַכן. זאָרגט אײַך ניט, ווען ניט איז, וועט עמעצער עס געפֿינען, וועט איר האָבן אַ פֿאַרטיקן דאָקטאָראַט".
ער איז געווען שפּעטער דער [דריטער] בילדונגס־מיניסטער פֿון דער רעגירונג [1951־1955]; דער ערשטער איז געווען [זלמן] שזר און נאָך דעם איז געווען [דוד רמז]. דינאַבורג האָט איצט אַ גרויסן נאָמען פֿון אַ געשיכטע־שרײַבער, ער האָט אַ סך ביכער אָנגעשריבן און, דער עיקר, האָט ער אָנגעקליבן דאָקומענטן און געשיכטלעכע מאַטעריאַלן, אויף וואָס ער איז זייער גוט און זייער פֿײַן. איך בין געווען בײַ אים אין 1969 [און] שפּעטער איין מאָל, האָט ער מיך דערקענט איצט נאָך אַ מאָל.
איצט איז זייער שווער שוין צונויפֿצוריידן זיך מיט אים, ער איז 89 יאָר אַלט. מײַנער אַ לערער, נו... ער האָט געשריבן זײַנע זכרונות, איז אין צווייטן באַנד פֿון זײַנע זכרונות דאָ, אַז ער האָט געהאַט אַ תּלמיד, וואָס האָט געהייסן יודאַ מאַרק און דער יודאַ מאַרק האָט געשריבן פֿאַר אים אַ וויכטיקע אַרבעט און איז געווען אַן אינטערעסאַנטער תּלמיד אאַז"וו. כאָטש איך האָב אויף דעם געביט נאָך דעם קיין מאָל אין מײַן לעבן ווײַטער ניט געשריבן.
לערנען ווערט שווער
בײַ צינבערגן זיך לערנען אונטער די קאָמוניסטן איז געווען זייער שלעכט, זייער שווער. ער אַליין האָט אויפֿגעהערט געבן לעקציעס. ער האָט ווײַטער געאַרבעט אויף דעם גרויסן ווערק זײַנעם “די געשיכטע פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן", אָבער מיר דאַכט זיך, אַז עס איז שוין קיין תּלמידים ניט געווען. ס׳איז קיין געלט ניט געווען, ס’האָט געהאַלטן בײַם פֿונאַנדערפֿאַלן זיך די גאַנצע אינסטיטוציע. אויך דובנאָוו האָט ניט געקענט מער אַזוי סיסטעמאַטיש זײַן אַ לערער. אָבער אַז ס׳איז געווען גענוג פֿאַר די וואָס האָבן געלערנט, האָט [מען געלערנט], ווי, למשל, דער דינאַבורג.
אונטער די באָלשעוויקעס איז געוואָרן זייער שווער צו לערנען אין אוניווערסיטעט. קומען אויף לעקציעס ניט איך האָב געוואָלט, ניט איך האָב געקאָנט — איך בין געווען פֿאַרנומען מיט טויזנטערליי אַנדערע זאַכן. אָבער איך פֿלעג אַלע מאָל אָפּהיטן, אַז יעדן סעמעסטער איך זאָל זיך פֿריִער פֿאַרֹ-שרײַבן אויף קורסן און שפּעטער זאָל איך קומען האַלטן עקזאַמענס. איז אין דער צײַט פֿון דער קערענסקי־מאַכט, און גאָר אין סאַמע אָנהייב פֿון די באָלשעוויקעס, האָט מען עס נאָך געקענט דורכפֿירן. אָבער וואָס ווײַטער איז געוואָרן שווערער. געוויסע זאַכן האָב איך נאָך געקענט דורכפֿירן: איך האָב געקענט פֿאַרענדיקן מײַנעם אַ קורס אויפֿן געביט פֿון לינגוויסטיק, זייער אַ וויכטיקן קורס: די פֿאַרגלײַך־גראַמאַטיק פֿון די אינדאָ־אייראָפּעיִשע שפּראַכן. עס האָט זיך מיר פֿאַרוועלט אין מיטן דרינען ווײַזן, אַז איך דאַרף נישט קיין קורסן אויף דײַטש, האָב איך אָפּגעגעבן אַן עקזאַמען אויף דײַטש. אָבער בשעת עס איז געקומען צו אַנדערע לימודים, ספּעציעל וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט געשיכטע, איז די זאַך געווען שווערער, ווײַל די פּראָפֿעסאָרן פֿון געשיכטע זײַנען געווען מער אַקטיווע מענטשן, [זיי] זײַנען כּמעט אַלע געווען קאָנסטיטוציאָנעלע דעמאָקראַטן, ד"ה קאַדעטן, און זיי האָבן אָנגעהויבן וואָס גיכער צו אַנטלויפֿן. זייער אינטערעסאַנט: די גאָר רעכטע, די וואָס זײַנען אַפֿילו געווען אַבסאָלוט רעכטע, אַפֿילו שוואַרץ־מאהניקעס — זיי האָבן זיך ניט גערירט פֿון אָרט. אָבער אויב ס’איז געווען עמעצער וואָס האָט געהאַט נייגונגען צו רעוואָלוציע, אָדער עמעצער וואָס איז געווען אַקטיוו אין אַ פּאָליטישער פּאַרטיי (ניט אין דער [קאָמוניסטישער]), איז ער ביסלעכווײַז אַנטלאָפֿן. אויב מע האָט אים נישט געהאַט פֿאַרכאַפּט פֿריִער.
ווײַטער איז דער גורל פֿון אַ סך געווען זייער אַ שווערער. דער נאָענסטער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע איז בײַ מיר געווען [ניקאָלײַ] קאַרעיעוו — איך האָב בײַ אים געלערנט אַלע יאָרן. אָנגעהויבן, למשל, מיט דעם פּראָ־סעמינאַר, [אין] וועלכן ער האָט דערציילט וועגן Drang nach Osten [“שטויס קיין מיזרח" — די באַזעצונג פֿון מיזרח־אייראָפּע דורך דײַטשע קאָלאָניסטן אין מיטל־עלטער]. נאָך דעם האָבן מיר פֿאַרנומען זיך מיט דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע, מיט די cahiers de doléances [רשימה פֿון עוולות] — די בריוו וואָס [מע] האָט מיטגעגעבן די מיטגלידער פֿון נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, ווי זיי זאָלן זיך פֿירן, כּדי מע זאָל פֿון די בריוו קענען גוט שטודירן דעם אַלטן [רעזשים]. בײַ דעם פּראָצעס, דרך־אַגבֿ, האָב איך אַ היפּש ביסל זיך צוגעלערנט פֿראַנצייזיש. בײַ דעם קאַרעיעוון איז געווען אַ יאָר, ווען איך פֿלעג יעדן זונטיק זײַן בײַ אים אין דער היים — ער האָט זײַן סעמינאַר געפֿירט בײַ זיך זונטיק.
זײַנע אַן אייניקל פֿלעגט אונדז געבן טיי מיט האַרטע קיכעלעך, און מען איז געזעסן און גערעדט וועגן דעם אונטערשייד צווישן די יאַקאָבינער און זשיראָנדיסטן. מיר האָבן גענומען איין היסטאָריקער נאָכן צווייטן און געזען, ווי יעדער איינער האָט אַן אַנדער מיינונג. און בשעת מיר האָבן געפּרוּווט פֿאַרגלײַכן, לאָמיר זאָגן, קאָנדאָרסעס קאָנסטיטוציע און ראָבעספּיערס, האָב איך געזען, אַז דער אונטערשייד איז אַ גאַנץ קליינער צווישן די ביידע פּראָיעקטן.
איז האַרט פֿאַר מײַן אַוועקפֿאָרן, סוף 1918 — דאָס איז שוין געווען אַ קאַלטער טאָג, סוף נאָוועמבער מסתּמא, די גאַסן זײַנען געווען באַדעקט מיט שניי. אויפֿן נעווסקי־פּראָספּעקט פֿלעגט מיר זייער אָפֿט אויסקומען צו גיין, ווײַל די גאַס, אויף וועלכער מיר האָבן געוווינט, די לאַנגע סאַדאָוואַיאַ, האָט זיך געענדיקט מיט נעווסקי. אַפֿילו [ווען] מע פֿלעגט פֿאָרן מיטן טראַמווײַ ביז נעווסקי, פֿלעגט מען דאַרפֿן איבערבײַטן אויף אַן אַנדער טראַמווײַ. [זע איך ווי] אויף נעווסקי־פּראָספּעקט שלעפּט זיך דער קאַרעיעוו. קאַרעיעוו האָט זייער שיין אויסגעזען מיט אַ רונדער באָרד אַזאַ, כּמעט אין גאַנצן גרוי — ער איז געווען אַ מין פֿײַן געשטאַלט. שלעפּט [ער] זיך אַן אײַנגעבויגענער אין אַ צעריסענעם פּעלצל. דאָס האָט מען בכּיוון געטראָגן די צעריסענע פּעלצלעך, ווײַל ס׳איז געווען געפֿערלעך צו גיין אין אַ גוטן פּעלצל, מען האָט עס געקענט פּשוט פֿון דיר אַראָפּנעמען. האָט ער געשלעפּט אין אַ קליין שליטעלע עטלעכע שטיקער האָלץ. איך האָב אים געוואָלט העלפֿן, האָט ער נישט געוואָלט.
מײַנע סאַמע לעצטע עקזאַמענס איז מיר אויסגעקומען אָפּצוריידן מיט אַ פּראָפֿעסאָר, ער זאָל קומען אין אוניווערסיטעט, איך וועל קומען, און איך וועל אים אָפּגעבן אַן עקזאַמען. ווײַל די עקזאַמענס זײַנען אַלע מאָל געווען מינדלעכע עקזאַמענס, מינדלעכע פֿראַגעס. איז ווי אַ ווילדער קוריאָז: די צוויי לעצטע עקזאַמענס וואָס איך האָב אָפּגעגעבן, איז איינער געווען די געשיכטע פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך, און אַ צווייטער — די געשיכטע פֿון ביצאַנץ, אָן אַ סוף: צו וואָס האָב איך עס בכלל די אַלע זאַכן באַדאַרפֿט?