זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

לענין און טראָצקי

איך בין געווען אַ פּאָר מאָל אויף אַזעלכע זיצונגען. איך בין געווען אַ מאָל אויף אַ זיצונג וווּ עס האָט אויך גערעדט לענין, איידער ער איז אַנטלאָפֿן קיין פֿינלאַנד. ווען לענין האָט גערעדט, האָבן אַלע זיך צוגעהערט צו אים. ער איז געווען אַ מענטש, וואָס אויך די ניט־קאָמוניסטן האָבן געהאַט צו אים דרך־ארץ. און אויב זיי האָבן געהאַט האָפֿענונג פֿון שטאַנדפּונקט פֿון וואָס וועט קומען פֿון די קאָמוניסטן, איז זייער האָפֿענונג געווען, אַז לענין וועט זײַן דער, וואָס וועט זיי צוריקהאַלטן פֿון לײַכטזיניקע אויפֿשטאַנדן.
איך בין געווען ווען טראָצקי האָט גערעדט. טראָצקי איז געווען אומפֿאַרגלײַכלעך אַ בעסערער רעדנער ווי לענין. צו טראָצקין איז ניט געווען קיין שום באַציִונג פֿון דרך־ארץ. מע האָט אים יעדער ווײַלע איבערגעריסן, מע האָט אים געשטערט, געלאַכט פֿון זײַנע סטראַשונקעס. ס׳איז געווען אַ גאַנץ אַנדער באַציִונג צו אים ווי ס׳איז געווען צו לענינען. אַזאַ נאָמען ווי סטאַלין האָט מען בכלל ניט געהערט און ניט דערמאָנט. עס זײַנען געווען אַנדערע, ס’איז געווען זינאָוויעוו, קאַמענעוו. ס׳איז געווען אַ ייִדישער יונגערמאַן וואָס איז געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן; ער האָט געהייסן וואָלאָדאַרסקי און איז געווען זייער אַ גוטער רעדנער פֿון די קאָמוניסטן. (דעמאָלט האָט מען זיי גאָר ניט גערופֿן קאָמוניסטן, [נאָר] באָלשעוויקעס.)


דעבאַטע אין דער פֿאָלקספּאַרטיי

איצט דאַרף איך זיך צוריקקערן: וואָס איז געווען מיט דער פֿאָלקספּאַרטיי? איך האָב שוין דערמאָנט, אַז סוף יוני, אָנהייב יולי, איז געווען אַ קאָנפֿערענץ פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי פֿון גאַנץ רוסלאַנד. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט נאָענט צו 40 מענטשן און מען האָט אָנגענומען געוויסע גרונטפּרינציפּן. מען האָט אויך גערעדט וועגן דעם נאָמען פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. דרײַ מענטשן אויף דער קאָנפֿערענץ זײַנען געווען פֿאַר דעם, עס זאָל הייסן “סאָציאַליסטישע פֿאָלקספּאַרטיי". דאָס איז געווען איינער אַ יונגער פּראָפֿעסאָר פֿון פּעטראָגראַד, וואָס האָט געהייסן לאַזאַרסאָן: אַ הייסער אָנהענגער פֿון דובנאָוון, וואָס האָט אַנטוויקלט אַ נײַע טעאָריע, אַז ייִדן וועלן קענען זײַן אַזאַ מין מלוכה ווי עס איז דער פּויפּסט — מער אַ סימבאָלישע מלוכה, אַ פֿאַראייניקונג פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע אויטאָנאָמיעס אין די פֿאַרשיידענע לענדער. פֿאַר דעם נאָמען איז [געווען] איין דובינסקי, וואָס איז געקומען פֿון ריגע; ריגע איז שוין געווען דעמאָלט פֿאַרנומען פֿון די דײַטשן אין דער מלחמה, אָבער ער איז געווען דער פֿאָרשטייער פֿון ריגע. און איך, וואָס איך האָב אויך געהאַט באַקומען שטימרעכט דאָרטן. די דרײַ — אַלע אַנדערע זײַנען געווען קעגן דעם. די הויפּט־טענה, פֿאַר וואָס מען איז קעגן: אַז ס׳איז אַזאַ מין מישמאַש, אַלע רופֿן זיך סאָציאַליסטן, מען ווייסט ניט ווער זיי זײַנען, וואָס זיי זײַנען, צי זיי זײַנען פֿאַר טעראָר אָדער קעגן טעראָר, צי זיי זײַנען באמת פֿאַר אַלגעמיינע וואַלן אָדער ניט. בעסער זיך ניט אין אַזאַ תּקופֿה פֿאַרמישן זיך מיט אַזאַ נאָמען ווי “סאָציאַליסטישע פֿאָלקספּאַרטיי".
די דאָזיקע פֿאָלקספּאַרטיי האָט געהאַט אַ גאַנץ פֿײַנע און גוטע אָרגאַניזאַציע אין מאָסקווע מיט עטלעכע וויכטיקע מענטשן. זי האָט געהאַט אַ גאַנץ פֿײַנע אָרגאַניזאַציע שוין אין דער שטאָט פּעטראָגראַד. איך האָב דערמאָנט, אַז בשעת עס זײַנען געווען וואַלן אין פּעטראָגראַד פֿון דער ייִדישער קהילה, און די פֿאַרוואַלטונג איז באַשטאַנען פֿון 70 מענטשן, זײַנען פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי אַרײַן 7, און דאָס איז געווען אַ גאַנץ קאָנטיקע פֿראַקציע. די 7 וואָס זײַנען אַרײַן זײַנען אַלע געווען באַוווּסטע, זייער חשובֿע מענטשן. אַגבֿ, איז אויך צינבערג, נישט נאָר דובנאָוו, [געווען] צווישן די 7, כאָטש ער איז נישט געווען אַקטיוו אין יענער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט, מיט וועלכער די פֿאָלקספּאַרטיי האָט זיך פֿאַרנומען.


גרוזענבערגס רעדע

די פֿאָלקספּאַרטיי האָט אויך געהאַט איר פֿאָרשטייער אויף אַן אַלגעמיינער גרויסער רוסלענדישער פֿאַרזאַמלונג פֿון פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד, וווּ מע האָט גערעדט וועגן ווי מע דאַרף דורכפֿירן די וואַלן אין דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס מע האָט געזאָלט קלײַבן (און מע האָט טאַקע שפּעטער געקליבן). עס איז דערבײַ געווען אַן אינטערעסאַנטער עפּיזאָד: אונדזער פֿאָרשטייער איז געווען גרוזענבערג. מע דאַרף זיך פֿאָרשטעלן, אַז עס איז געווען דאָך אַזוי פֿיל באַרימטע רעדנערס דעמאָלט, עטלעכע הונדערט מענטשן, פֿאָרשטייערס פֿון גאַנץ רוסלאַנד. איז כּדי מיר זאָלן אַ מאָל האָבן אַ געלעגנהייט אַרויסצוטרעטן, האָבן מיר געגעבן דעם באַרימטן נאָמען גרוזענבערג ווי אונדזער פֿאָרשטייער, ווײַל מע האָט זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז גרוזענבערג וועט בעטן אַ וואָרט און ער וועט קיין וואָרט ניט קריגן.
נאָך דעם אָבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ שרעק. ווער ווייסט וואָס גרוזענבערג וועט רעדן? אפֿשר וועט גרוזענבערג רעדן וועגן דעם, אַז איצט, ווען ייִדן האָבן פֿולע רעכט, ווען ייִדן וועלן ווערן יורידיש די זעלביקע ווי אַלע אַנדערע, איז דאָס גענוג פֿאַר אים. ווײַל אַזאַ שטימונג איז געווען בײַ גאָר אַ סך. גרוזענבערג איז טאַקע געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי, אָבער מע האָט ניט געהאַט צו אים קיין צוטרוי. האָט מען געפֿרעגט גרוזענבערגן, צי קען ער קומען און פֿאָרלייענען וואָס ער וועט רעדן. האָט גרוזענבערג אַ שמייכל געטאָן און אַפֿילו אויף דעם ניט געענטפֿערט. ער האָט דאָס באַטראַכט ווי מע באַליידיקט אים.
האָט יעפֿרויקין (דער וואָס איז געווען דער פֿירער פֿון די דאָזיקע אַלע זאַכן) מיך געבעטן שטילערהייט, אַזוי ווי איך קום אַזוי אָפֿט צו גרוזענבערג, אפֿשר קען איך ווי ניט איז דערגיין וועגן וואָס ער וועט רעדן און ווי ער וועט רעדן. בין איך געווען בײַ גרוזענבערג און איך האָב אים נישט געבעטן, פֿאַרשטייט זיך, ער זאָל מיר פֿאָרלייענען (דאָס וואָלט געווען די גרעסטע חוצפּה אין דער וועלט). איך האָב מיט אים גערעדט וועגן דעם, אַז אָט איבערמאָרגן וועט ער זײַן אין מאָסקווע און ער וועט אויפֿטרעטן [און רעדן. נעמט ער אַרויס [די רעדע], ווײַל בײַ אים איז [זי] געווען פֿאַרטיקערהייט אָנגעשריבן, און ער האָט עס פֿאָרגעלייענט. ס’איז זייער אַ גוטע, פֿײַנע פֿאָלקיסטישע רעדע מיט די אַלע חכמהלעך, אויך מיט דעם אויסדרוק, וואָס איך האָב דערמאָנט מיט די — “קריגט אונדז ליב שוואַרצינקערהייט".
שפּעטער האָב איך געקענט פֿאַרשטיין, אַז גרוזענבערג פֿלעגט טאַקע רעדן — אַלע מאָל און אויך אויף פּראָצעסן — אָן פּאַפּיר, אָן נאָטיצן, אָן אַפֿילו קורצינקע אָנווײַזונגען וואָס וועט ער טאָן און וואָס וועט ער רעדן, נאָר בײַ אים איז געווען אַלץ אויסגעלערנט. און אויב ער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ ציטאַט פֿון אַ רוסישן פּאָעט (ער פֿלעגט כּמעט אַלע מאָל האָבן פֿון ערגעץ וווּ ציטאַטן פֿון אַ רוסישן פּאָעט), האָט ער דעם ציטאַט שוין אויסגעקליבן און שוין אויסגעלערנט און אַלצדינג געוווּסט אויף אויסנווייניק פּונקט ווי ער דאַרף רעדן. האָב איך געקענט קומען און זאָגן: אָ, בײַ אים איז שוין אַלצדינג פֿאַרטיק און בײַ אים איז שוין אַלצדינג גוט. (דאָס איז פֿאַרבײַגייענדיק.)
די פֿאָלקספּאַרטיי האָט אַפֿילו געהאַט איינעם אַ פּראָפֿעסיאָנאַל, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן פֿאַר די וואַלן אין אוקראַיִנע און געגאַנגען פֿון איין בית־מדרש צו אַ צווייטן און גערעדט צו די ייִדן וועגן דער פֿאָלקספּאַרטיי — אַזוינס איז פֿריִער אין גאַנצן ניט געווען פּאָפּולער. מע האָט אויך אין דער פֿאָלקספּאַרטיי זייער ענערגיש זיך גענומען גרייטן און אָרגאַניזירן די אַלגעמיינע וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען פֿריִער פֿאַר דער אַלגעמיינער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. די ייִדישע נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג האָט געזאָלט אין נאָמען פֿון אַלע ייִדן אין דעם פֿרײַען רוסלאַנד קומען מיט דער פֿאָדערונג פֿון דער פּערסאָנעלער נאַציאָנאַלער אויטאָנאָמיע: אַז אַלע ייִדן אין איינעם זאָלן זײַן אַזאַ מין קערפּערשאַפֿט, אַ יורידיש אָנערקענטע קערפּערשאַפֿט, וואָס האָט אירע צענטראַלע פֿאָרשטייערס. דאָס איז געווען נאָך מער ווי ס׳איז געווען דובנאָווס פּלאַן, דאָס איז געווען גיכער פֿון אַלץ דער פּלאַן פֿון ד"ר זשיטלאָווסקי: אַזאַ מין ייִדישע נאַציאָנאַלע פֿאָרשטייערשאַפֿט.


די אָקאָבער־רעוואָלוציע

דערווײַלע איז די לאַגע געוואָרן אַלץ שווערער אין רוסלאַנד ביז עס איז געקומען די אָקטאָבער־רעוואָלוציע. ווי איז זי געקומען? די אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז געווען אַ רעוואָלוציע אויך ניט פֿון אַרבעטער, [נאָר] פֿון קראָנשטאַטער מאַטראָסן. צו די מאַטראָסן זײַנען צוגעשטאַנען היפּשע עטלעכע טויזנט סאָלדאַטן, וואָס זײַנען סתּם אַוועק פֿון פֿראָנט. אין יענער צײַט האָבן איבער גאַנץ רוסלאַנד זיך אַרומגעדרייט סתּם סאָלדאַטן. פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען, פֿון וועלכע אָפּטיילן זיי האָבן זיך אָפּגעריסן, מיט וועמען זיי זײַנען געווען פֿאַרבונדן — מען האָט קיין מאָל ניט געקענט וויסן. זיי פֿלעגן נעכטיקן אויף די גאַסן, ערגעץ וווּ אין אַ פּאַרק, און אין פֿאַרשיידנסטע לאָקאַלן וואָס זיי פֿלעגן צופֿעליק פֿאַרנעמען.
דרײַ טעג האָט געדויערט אַ קאַמף צווישן יונגע קאַדעטן (קאַדעטן הייסן די וואָס האָבן זיך געגרייט צו ווערן אָפֿיצירן) און די קראָנשטאַטער מאַטראָסן מיט אַנדערע סאָלדאַטן פֿון פֿראָנט. אויפֿן דריטן טאָג האָט די קאַדעטן שוין אויסגעפֿעלט אַמוניציע. זיי זײַנען געווען אַ סך ווייניקער, אַ גרויסע טייל פֿון זיי האָט מען אויסגעהרגעט אין די שלאַכטן. ווען [די באָלשעוויקעס] האָבן פֿאַרנומען דעם ווינטער־פּאַלאַץ איז שוין דער גרעסטער טייל פֿון דער רעגירונג געווען אַנטלאָפֿן. מען האָט ניט אָרגאַניזירט קיין שום קעגן־אויפֿשטאַנד, אַפֿילו פֿון אַרבעטער, אויף וויפֿל זיי זײַנען געווען אין די הענט פֿון די מענשעוויקעס, אָדער זיכער ניט קיין אויפֿשטאַנד פֿון די אַלע וואָס זיי זײַנען געווען אָנהענגער פֿון די “עס־ער". די טענה איז געווען, מע קען ניט אין מיטן פֿון אַ שטאָט פֿירן שלאַכטן. וויבאַלד זיי האָבן פֿאַרנומען דעם ווינטער־פּאַלאַץ, און נאָך דעם נאָך אַנדערע אַזעלכע צענטראַלע פּונקטן, האָט מען ווײַטער קעגן זיי קיין קאַמף ניט געפֿירט און די “עס־ערן" האָבן אָנגעהויבן ביסלעכווײַז זיך גרייטן צו אַ בירגערקריג.


דער בירגערקריג

אָבער די באָלשעוויקעס האָבן זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר זייער גוטע אָרגאַניזאַטאָרן. דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון דעם איז געווען טראָצקי, פּונקט ווי טראָצקי איז שפּעטער געווען דער הויפּט־זיגער אין דעם בירגערקריג. דער בירגערקריג איז געגאַנגען פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין דעם גרויסן רוסלאַנד, מיט פֿאַרשיידנסטע לאָזונגען. אַ גרויסער טייל פֿון דעם בירגערקריג איז געווען אין די הענט פֿון אמתע הונדערט־פּראָצענטיקע רעאַקציאָנערן, וואָס זיי האָט זיך געחלומט אָדער זיי האָבן געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַ מאָנאַרכיע — ניט דווקא אומבאַדינגט ניקאָלײַ, נאָר ווידער אויפֿשטעלן אַ מאָנאַרכיע, און צעשיסן אָדער אויפֿהענגען די רעוואָלוציאָנערן. ס’איז [אויך] געווען אַ קאָנטער־רעוואָלוציע פֿון די רעוואָלוציאָנערן גופֿא. ס׳איז ניט געווען קיין פֿאַראייניקטע קאָנטער־רעוואָלוציע, קיין שותּפֿותדיקע פּלאַנירונג, קיין שותּפֿותדיקע צילן און אידעאַלן איבער וואָס מע דאַרף קעמפֿן. און ביסלעכווײַז האָבן די באָלשעוויקעס אין גאַנצן זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין פּעטראָגראַד. שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין מאָסקווע, און אַזוי ביסלעכווײַז איז עס געגאַנגען.


די נאַציאָלע פֿאַרזאַמלונג

דאָ איז געשען עפּעס וואָס איז געווען זייער שווער פֿאָרויסצוזען: נאָך דעם ווי די באָלשעוויקעס האָבן שוין געהאַט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין די ביידע הויפּטשטעט, אי אין פּעטראָגראַד אי אין מאָסקווע, זײַנען פֿאָרגעקומען אַלגעמיינע געהיימע גלײַכע וואַלן אין דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. און די נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג איז זיך צונויפֿגעקומען אין יאַנואַר 1918, און האָט באַוויזן אויסקלײַבן אַ פֿאָרזיצער און נאָך די אַנדערע וואָס מע דאַרף האָבן אויף צו פֿירן די ענינים. די גרעסטע מערהייט זײַנען געווען סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן [מיט 41%]. די באָלשעוויקעס זײַנען געווען אַ גאַנץ חשובֿע פֿראַקציע, אָבער אַפֿילו נישט קיין דריטל פֿון אַלע, [נאָר 23.5%]. ס׳איז געווען אַ גרויסע נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג, ווייניקסטנס 700 [דעפּוטאַטן].
אָבער ווען עס האָט זיך צונויפֿגעקומען די נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג, האָט מען זי אַרומגערינגלט מיט קראָנשטאַטער מאַטראָסן, סתּם מיט פֿאַרשיידענע סאָלדאַטן וואָס מע האָט געקענט צונויפֿנעמען. און ווי נאָר די נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג האָט אָנגעהויבן באַטראַכטן ענינים (און איינער פֿון די ערשטע ענינים איז געווען די פֿראַגע וועגן קאָנפֿיסקירן ערד פֿון די פּריצים), זײַנען אַרײַנגעקומען קראָנשטאַטער מאַטראָסן און מע האָט זיי פֿאַרטריבן. קיינער האָט ניט געהאַט פֿאַר זיך קיין שום געווער. די גרויסע מערהייט האָט אַפֿילו ניט געהאַט קיין איין אָפּטיילונג פֿון דער אַרמיי וואָס זאָל זי ריין פֿיזיש שטיצן. ס’איז געקומען אַ קליין הײַפֿל באַוואָפֿנטע מענטשן אין מיטן אַ נאַכט און מע האָט אַלעמען פֿונאַנדערגעטריבן.
דאָס איז געווען אפֿשר איינס פֿון די לעצטע מאָל ווען איך אַליין — ניט נאָר איך, גאַנצע גאַסן האָבן געוויינט. פֿון די 1860ער־1870ער יאָרן אָן איז געווען דער גרויסער חלום: עס וועט קומען די נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג און זי וועט אויפֿשטעלן אַ נײַ לעבן מיט אַ נײַער קאָנסטיטוציע מיט [אַ] נײַער פֿירערשאַפֿט, [אַ] רעפּובליקאַנישע, [אַ] פֿרײַע. און דאָ האָט מען זיי דעם חלום אין גאַנצן צעטראָטן. כּמעט אַלע די וואָס האָבן געהערט וועגן דעם, וואָס האָבן מיטגעלעבט די דאָזיקע צעטרײַבונג, האָבן שוין גענומען זען, אַז עס איז אַן ענין נישט פֿון הײַנט אויף מאָרגן, ווי מע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אויב זיי וועלן פֿאַרנעמען די מאַכט, נאָר אַז דאָס איז די איצטיקע רעוואָלוציאָנערע מאַכט.
אמת, מען האָט געהאַלטן אין איין זאָגן: ווי אַזוי וועלן די באָלשעוויקעס קענען הערשן? זיי וועלן אַפֿילו דעם אַפּאַראַט ניט קענען אויפֿשטעלן. זיי [וועלן] אַפֿילו ניט האָבן גענוג באַאַמטע. זיי וועלן ניט קענען בשום־אופֿן אָנפֿירן מיט דער אַרמיי, וואָס איז דערווײַלע אויפֿן פֿראָנט, אָדער וואָס טרעט אָפּ פֿון דעם פֿראָנט. אין יענער צײַט איז בײַ מיר אויך געבאָרן אַזאַ מין ספֿק. נו גוט, זיי זײַנען נישט גערעכט, זיי זײַנען פֿאַלש, דאָקטרינער, זיי פֿאַרשטייען ניט וואָס עס קומט פֿאָר, זיי קענען ניט די עקאָנאָמישע לאַגע, זיי וועלן אין גאַנצן פּלאַצן, אומקומען, אַלצדינג — אָבער אפֿשר דאַרף מען דאָך זײַן מיט זיי? אפֿשר אָן זיי, אָדער אויב זיי וועלן פֿאַלן, וועט פֿאַלן אַלצדינג, נישט נאָר די נײַע, די אָקטאָבער־רעוואָלוציע, נאָר אויך די פֿעברואַר־רעוואָוציע? אפֿשר וועט קומען אַ גוואַלדיקע קאָנטער־רעוואָלוציע?


דער טעראָר

בין איך 3־4 מאָל געווען אין אַ גרויסן בנין פֿון צירק, וואָס האָט געהייסן “ערמיטאַזש", [וווּ] יעדן אָוונט איז געווען אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון די באָלשעוויסטישע פֿירערס, וואָס האָבן גערעדט צום פֿאָלק. דער הויפּט־רעדנער איז געווען טראָצקי, [וואָס] האָט שוין געטראָגן אַזעלכע האַלב־סאָלדאַטישע קליידער. פֿון טראָצקי איז געווען די רייד: “מיר שטעלן איצט אויף אַ סיסטעם פֿון טעראָר. זיי זײַנען קעגן אונדז" — און ער גיט אַ שפּײַ און ער גיט אַזאַ רײַב — “אָט אַזוי וועלן מיר זיי צערײַבן! וואָס הייסט מיר האָבן ניט גענוג מענטשן? מיר נעמען זייערע מענטשן, אַוועקשטעלן אונדזערן אַ חבֿר מיט אַ רעוואָלווער אין האַנט. זאָל ער נאָר פּרוּוון ניט טאָן וואָס מע וועט אים הייסן טאָן". אָט אַזעלכע רייד וועגן טעראָר.
די מערהייט האָבן אַפֿילו ניט גענוג גוט און קלאָר געוווּסט וואָס דאָס איז טעראָר. אָבער דער כאַראַקטער פֿון טעראָר איז שוין געווען קלאָר. עס זענען אַרומגעגאַנגען האַלב־שיכּורע סאָלדאַטן און, דער עיקר, מאַטראָסן פֿון קראָנשטאַט, וואָס האָבן געהאַט איין לאָזונג — און דער לאָזונג איז געווען אַן אָפֿענער און אַן ערלעכער און אַ בלוטיקער: — “מען האָט געטרונקען אונדזער בלוט, איצט וועלן מיר טרינקען אײַער בלוט". דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, די דרויסנדיקע, די פֿאַרשטענדלעכע פֿאָרמולירונג, וואָס וועט מען איצט טאָן.

(המשך אין קומענדיקן נומער)