זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

שול־טערמינאָלאָגיע

איך וועל גיין גיכער, כּדי צו פֿאַרנעמען אַ גרעסערן שטח צײַט. איך וועל נאָר דערציילן, אַז אין דעם ערשטן לערניאָר בין איך געווען דער וואָס איז געווען פֿאַרנומען די גאַנצע צײַט מיט שאַפֿן די נייטיקע אויסדרוקן און די בינדונגען פֿון ווערטער וואָס אָן דעם האָט מען ניט געקאָנט לערנען. אונדזער גרופּע האָט יעדע וואָך געהאַט אַ זיצונג, וואָס פֿלעגט זיך פֿאַרציִען ביז שפּעט אין אָוונט. אָבער חוץ דעם זײַנען געווען קאָמיסיעס. וואָס איז געווען די קאָמיסיע? דער לערער פֿון כעמיע און איך, דער לערער פֿון פֿיזיק און איך, און אַזוי כּסדר. און מיר פֿלעגן זיצן טעג און נעכט אַלע פֿרײַע שעהען צו קענען צוגרייטן.


די שול־גראַמאַטיק

נאָך דעם איז געווען זייער אַ שווערע זאַך: ווי מאַכט מען די פּראָגראַם פֿון ליטעראַטור? ווי מאַכט מען די פּראָגראַם פֿון גראַמאַטיק? ס׳איז דאָך ניט געווען עפּעס וואָס מיר האָבן געקענט נאָכקוקן און איבערמאַכן — איך האָב זיך געהאַט אָפּגעזאָגט צו קוקן ערגעץ וווּ אין אַנדערע שפּראַכן. מיר זײַנען געווען פֿאַר דער מאָדערנסטער שול, פֿאַר אַן אַרבעטס־שול, פֿאַר אַן עקספּערימענטאַלער שול. [קיינער וועט] ניט גיין קוקן [וואָס מיר טוען]. און צום סוף פֿון לערניאָר איז מיר געוואָרן קלאָר, אַז איך מוז, אָט פֿאַר דעם לעאָ לעפּקאָווסקי, האָבן אַ בוך פֿון גראַמאַטיק, אַניט לערנט ער אויפֿן ווילדסטן אופֿן. ער פֿאַרנעמט זיך מיט לערנען: “איך שרײַב, דו שרײַבסט, ער שרײַבט" מיט נאָך אַזעלכע זאַכן, וואָס די קינדער קענען במילא. אָדער ער פֿאַרנעמט זיך מיט בייגן זאַכן, וואָס די קינדער קענען במילא. און ער לערנט ניט אויס דערווײַלע די קינדער די טערמינען, די גרונט־באַגריפֿן פֿון יעדער מין גראַמאַטיק.
עס איז געקומען די צײַט פֿון וואַקאַציע פֿונעם ערשטן יאָר. איך האָב שוין געהאַט פֿאַרטיק פֿאַר זיך דעם פּלאַן און איך בין געזעסן טאָג און נאַכט, אַזוי ווי אין אַמאָליקע צײַטן; יעדע נאַכט פֿון 12 ביז 4 — ווײַל דאָס איז געווען כּמעט די איינציקע פֿרײַע צײַט וואָס איך האָב געהאַט. מע פֿלעגט קומען צו מיר, צוליב דעם וואָס איך האָב געהאַט אַ שיין ווײַב, און צוליב דעם וואָס איך האָב זיך מיט קיינעם ניט געקריגט, פֿלעגט מען קומען סתּם — די לערער, און אַנדערע מענטשן, עלטערן — שמועסן, ריידן, און מע האָט ניט געקענט דאָך פֿאַרטרײַבן און זאָגן: “אַנטשולדיקט, איך האָב קיין צײַט ניט". פֿלעג איך שלאָפֿן פֿון 4 ביז 8, און אַרבעטן, דער עיקר, פֿון 12 ביז 4. און אין אַ קורצער צײַט, אין 6 וואָכן אומגעפֿער, נאָך דעם ווי דעם פּלאַן האָב איך געהאַט געמאַכט, האָב איך צונויפֿגעשטעלט “ייִדישע שול־גראַמאַטיק אין בײַשפּילן און אויפֿגאַבעס" — אַזוי האָט עס געהייסן.
איך בין געקומען מיט דעם אין ווילנע, [וווּ עס] איז שוין דעמאָלט געווען קלמנאָוויטש. אין ווילנע איז דעמאָלט געווען, אָדער שוין געדאַרפֿט קומען, שטיף — נאָר שטיף האָט מיר געגעבן אַן עצה, אַז קלמנאָוויטש האָט זיך מער אין זײַן לעבן פֿאַרנומען מיט ייִדישער גראַמאַטיק; איך זאָל אַוועק צו קלמנאָוויטשן און צוזאַמען מיט קלמנאָוויטשן דורכקוקן דעם גאַנצן טעקסט פֿון אָנהייב ביזן סוף, וואָס איך האָב צוגעגרייט ווי אַ לערנבוך פֿאַר ייִדישער גראַמאַטיק. עס זײַנען געווען אַ פּאָר לערנביכער פֿאַר ייִדישער גראַמאַטיק, נאָר זיי האָבן קיין שום ממשות ניט געהאַט; ס׳איז געווען אַלערליי ווילדע זאַכן: “דער טיש, דעם טישס" און נאָך אַזעלכע פֿאָרמען, וואָס זײַנען פֿאַקטיש ניט געווען.
בײַ מיר איז געווען בכלל איבערגעבויט, איבערגעשטעלט אויף אַן אַנדער אופֿן, אָנגעהויבן פֿון זאַץ און ניט פֿון אַ באַזונדער וואָרט. כ’האָב ניט געהאַט פֿאַר זיך קיין מוסטערן, נאָר אַלצדינג וואָס איך האָב, ווען עס איז געהערט אויף לעקציעס וואָס האָבן צו טאָן מיט לינגוויסטיק, וואָס איך האָב געלערנט [און] געלייענט וועגן לינגוויסטיק, האָב איך געפּרוּווט אָפּשפּיגלען אין אַן אַנדער מין גראַמאַטיק. ניט די [מוסטערן] וואָס איך האָב געקענט פֿון רוסיש, דײַטש, אָדער אַפֿילו פֿון פֿראַנצויזיש, און אַוודאי ניט די אַלטע קלאַסישע מוסטערן.


קלמנאָוויטש
גיט זײַן ברכה

איך בין אַוועק. קלמנאָוויטש איז דעמאָלט געווען שוין אַ חתונה־געהאַטער, שוין געהאַט אַ קינד, און געלעבט אויף אַ דאַטשע לעבן טײַך ניעמאַן ניט ווײַט פֿון קאָוונע. איך בין געקומען פֿרי. מע פֿלעגט פֿאָרן מיט אַן אויטאָבוס פֿון ווילקאָמיר קיין קאָוונע — ס׳איז שוין געווען מאָדערנער. בין איך געקומען צו אים אַן ערך מיטאָג־צײַט אָדער נאָך מיטאָג, און מיר האָבן זיך אַוועקגעזעצט לייענען די גראַמאַטיק פֿון אָנהייב ביזן סוף, от доски до доски (פֿון טאָוול ביז טאָוול), ווי מע זאָגט; [געקלערט] וועגן יעדן אויסדרוק, וועגן יעדן בײַשפּיל. ס’איז כּמעט ניט געווען קיין דעפֿיניציעס און כּמעט ניט געווען קיין כּללים; עס זײַנען געווען בײַשפּילן און אויפֿגאַבעס, געניטונגען ווי אַזוי צו טאָן אַ געוויסע קאָנקרעטע זאַך: ווי געפֿינט מען דעם סוביעקט, דעם פּרעדיקאַט, דעם אונטערשייד פֿון אַ זאַכוואָרט ביז אַ צײַטוואָרט אאַז"וו. (ניט “זאַכוואָרט", ווײַל “זאַכוואָרט" איז געווען אין מײַן צווייטער טייל פֿון גראַמאַטיק — “הויפּטוואָרט" האָט עס דעמאָלט געהייסן, לויט דעם דײַטשישן נוסח.)
זײַנען מיר געזעסן, ס׳איז געקומען אין אָוונט, ס׳איז געקומען בײַ נאַכט, ס׳איז געווען אַ קאַלטע נאַכט, ס’האָט געבלאָזן אַ ווינט. שוין געווען די לעצטע העלפֿט פֿון אויגוסט, אויב איך האָב נישט קיין טעות. אָט ס׳איז שוין געווען 1921. מיר האָבן דורכגעלייענט אַלצדינג. עפּעס וואָס קלמנאָוויטש האָט אָנגעוויזן — דער עיקר, אַז בײַ [משל־]זאַצן, וואָס האָבן ניט קיין שום פּערזענלעכן כאַראַקטער, דאַרפֿן ניט האָבן אָנווײַזן, אַז דאָס איז סעגאַלאָוויטש אָדער דאָס איז פּרץ אאַז״וו. ווײַל אַלצדינג איז געווען: געגעבן זאַצן און ס׳איז קיין מאָל ניט געווען מײַנער אַ זאַץ, ס׳איז געווען אַ זאַץ פֿון דער ליטעראַטור, אָדער אַ שפּריכוואָרט. דאָס איז געווען דער מאַטעריאַל. האָב איך אים געפֿאָלגט און אַ סך ערטער אויסגעמעקט.
ס׳זײַנען געווען פֿאַרשיידענע טשיקאַווע זאַכן דעמאָלט, ניט מיט קלמנאָוויטשן, נאָר מיט קלמנאָוויטשעס ווײַבל: ס׳איז איר געווען קאַלט. קלמנאָוויטש איז געזעסן מיט מיר ביז טיף אין נאַכט, כּמעט ביז פֿרימאָרגן. מיר האָבן אַלצדינג דורכגעלייענט, פֿון אָנהייב ביזן סוף. קלמנאָוויטש איז ניט אַזאַ צו סענטימענטאַלער, נאָר ער האָט מיך אַרומגענומען, געבענטשט מיך, באַוווּנדערט געוויסע זאַכן — איך האָב געקראָגן זײַן ברכה. ער איז געגאַנגען שלאָפֿן.


מאַרקס ציל אין לעבן

איך בין כּלומרשט געגאַנגען שלאָפֿן, [אָבער] איך האָב יענע נאַכט ניט געקענט שלאָפֿן. יענע נאַכט... כ’האָב געטראַכט אַ היפּש ביסל פֿון די אַלע מעשׂיות: איצט ווייס איך, וואָס וועט זײַן דער ציל פֿון מײַן לעבן. איך וועל אין מײַן לעבן אויפֿבויען די אמתע און די פּינקטלעכע און די גרויסע און די וויסנשאַפֿטלעכע גראַמאַטיק פֿון דער לעבעדיקער גערעדטער ייִדישער שפּראַך — ס׳האָט מיך ניט פֿאַראינטערעסירט די ייִדישע שפּראַך פֿון די פֿריִערדיקע יאָרהונדערטער — פֿון דער איצטיקער צײַט, פֿון דעם לעבעדיקן לשון, איך זאָל זיך קענען לערנען פֿון מײַנע תּלמידים, פֿון מײַנע חבֿרים, פֿון יעדער פֿאַרזאַמלונג פֿון בעל־מלאָכות צו וועלכע איך קום. [איך האָב] גענומען חלומען, פֿון וויפֿל בענד וועט באַשטיין די דאָזיקע גראַמאַטיק, וואָס איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, ניט אָנגעשריבן אין מײַן לעבן, נאָר וואָס פֿון דעם זײַנען אַרויסגעקומען די צענדליקער אַרטיקלען אין גראַמאַטיק, וואָס זײַנען געווען נאָך דעם געשאַפֿן אין ניו־יאָרק צווישן 1941 ביז 1968, אין משך פֿון די 28 יאָר, ווען איך בין געווען דער רעדאַקטאָר און כּמעט דער אויספֿילער פֿון דעם זשורנאַל “ייִדישע שפּראַך".


ביאַליקס דרוקערײַ

די דאָזיקע גראַמאַטיק האָט געמאַכט מײַן נאָמען פּאָפּולער אומעטום וווּ עס זײַנען געווען ייִדישע שולן: פֿריִער פֿון אַלץ אין ווילנע, שפּעטער אין וואַרשע, און שפּעטער — אין אַנדערע שטעט. אַ יאָר שפּעטער איז אַרויס אַ צווייטע אויפֿלאַגע, [וואָס] האָט זיך געדרוקט שוין אין בערלין. די ערשטע אויפֿלאַגע, וואָס האָט זיך געדרוקט אין קאָוונע — דער אַרויסגעבער איז געווען מײַנער אַ חבֿר, ראַפֿאַלאָווישט — איז ממש שווער געווען צו לייענען; דאָס פּאַפּיר האָט ניט געטויגט. אין בערלין האָט זיך עס געדרוקט אין ביאַליקס דרוקערײַ.
אין בערלין האָט ביאַליק געהאַט אַ דרוקערײַ, אַ שותּפֿות מיט נאָך עמעצן. ביאַליק איז געווען אַלע מאָל אין זײַן לעבן אַן אונטערנעמער — ער האָט גאָר ניט געקענט אַזוי גרינג לעבן פֿון זײַן באַרימטער גרויסער העברעיִשער פּאָעזיע. און איך האָב באַקומען פֿון ביאַליקן דעמאָלט אַ בריוו. מיט ביאַליקן האָב איך געהאַט זיך צופֿעליק באַקאַנט שוין אין 1916. מײַן פֿעטער האָט מיך דעמאָלט באַקאָנט. (ווײַל וועגן פּעטראָגראַד קען איך דאָך אויך ניט אַלצדינג דערציילן).
ביאַליק איז געווען דורכגענומען פֿון דעם, וואָס ער האָט געפֿונען דאָרטן זײַן באַרימט לידעלע “אונטער די גרינינקע ביימעלעך שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך". איך האָב געדאַרפֿט מיט די קינדער לערנען די ענדונגען “־עלע" פֿון די צערטל־נעמען, פֿון די פֿאַרצויגענע נעמען. דאָס איז געווען מײַן דרך: די קינדער האָבן געלערנט דאָס לידל און נאָך דעם האָט מען גערעדט וועגן דעם: וואָס איז דאָס אַזעלכע משהלע אַנשטאָט משה? וואָס איז דאָס גרינינקע אַנשטאָט גרינע? ביאַליק איז געווען זייער אַנטציקט. ער איז גאָר ניט געווען קיין פֿרײַנד פֿון ייִדיש, אָבער ער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער קענער פֿון ייִדיש און אַ וווּנדערלעכער רעדנער פֿון ייִדיש. ער האָט מיר אָנגעשריבן זייער אַ האַרציקן, זייער אַ באַגײַסטערטן בריוו, [וואָס] איך האָב שפּעטער אַוועקגעשיקט אין ווילנע, אין דעם ווילנער וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — און פֿאַרשטייט זיך, אַז דער בריוו איז פֿאַרלאָרן געגאַנגען.


מלחמה מיט די העברעיִסטן

נאָך דעם האָט זיך געהאַט אָנגעהויבן אַ מלחמה אין ווילקאָמיר פֿון העברעיִסטן און ציוניסטן, וואָס זיי האָבן געוואָלט איך זאָל אַוועק פֿון ווילקאָמיר, ווײַל איך בין דער וואָס האָט אַרײַנגעפֿירט די גאַנצע ייִדישיסטישע קרעמאָנע און מיט די דרשות וואָס איך האַלט, און די אונטערנעמונגען וואָס מיר מאַכן דאָרטן אַלע. זיי האָבן געסטראַשעט, אַז זיי וועלן עפֿענען אַ העברעיִשע גימנאַזיע, אויב איך וועל ניט אַוועק פֿון ווילקאָמיר. האָב איך באַשלאָסן: איך גיי אַוועק איך וועל פֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָט. וווּ פֿאָרן? וווּ מע דאַרף מאַכן נאָך אַ ייִדישע גימנאַזיע.
איז אָבער געווען עפּעס אַזוינס וואָס פֿאַר אַ לערער איז דאָס אַ קאָלאָסאַלע זאַך. די תּלמידים פֿון די עלטערע צוויי קלאַסן — די וואָס האָבן געענדיקט דעם 5טן קלאַס און אַריבער אין 6טן, געענדיקט דעם 4טן און אַריבער אין 5טן — זײַנען געקומען מיט אַ שריפֿט. (די שריפֿט איז געבליבן בײַ מיר, איך האָב עס נאָך ערגעץ וווּ.) [אַ שריפֿט] וווּ זיי בעטן מיך איך זאָל אומבאַדינגט בלײַבן. און איך האָב געזען, אַז טאָמער פֿאָר איך אַוועק און די גימנאַזיע איז נאָך ניט אַזוי פֿאַרפֿעסטיקט, קען זי זיך, חלילה, פֿונאַנדערפֿאַלן.


* * *

[מאַרק דערציילט מער פּרטים וועגן דעם קאָנפֿליקט מיט די העברעיִסטן אין אַ בריוו פֿון דעם 22סטן נאָוועמבער 1926 (?), וואָס ער האָט געשיקט צו יעקבֿ שאַצקין אין ניו־יאָרק. דערבײַ מאָלט ער דעם קאַמף אָפּ זייער דראַמאַטיש, ווײַל ער וויל שאַצקי זאָל בעטן אַ סובסידיע פֿאַר דער ווילקאָמירער גימנאַזיע בײַ דער אַמעריקאַנער הילף־אָרגאַניזאַציע “פּיפּל רעליעף" (פֿון דער שאַצקי־זאַמלונג אין ייִוואָ, RG 356, טעקע 14)].
[...] דאָס איז די איינציקע ייִדישע גימנאַזיע אין ליטע מיט דער ייִדישער אונטערריכט־שפּראַך, אַלע איבעריקע גימנאַזיעס זײַנען העברעיִשע. אין דער צײַט אָבער, וואָס די אַנדערע ייִדישע שולן פֿון דער געוועזענער קולטור־ליגע באַציִען זיך פֿײַנדלעך צו דער העברעיִשער שפּראַך און צו דער קולטור אין דער דאָזיקער שפּראַך, איז אונדזער באַציִונג צו העברעיִש אַ פּאָזיטיווע. אין אונדזער גימנאַזיע ווערט געלערנט תּנ"ך אויף העברעיִש אין זייער אַ גרויסן פֿאַרנעם. מחמת דעם, האָבן מיר זיך אין ליטע געפֿונען אין אַן איזאָלירטן מצבֿ: פֿון איין זײַט זײַנען צו אונדז געווען קעגנעריש געשטימט די עקסטרעמע לינקע, די בעלי־בתּים איבער די פֿאָלקשולן פֿון דער קולטור־ליגע, פֿון דער אַנדערער זײַט האָט קעגן אונדז געמלחמהוועט די העברעיִשע “תּרבות"; פֿון דריטן צד, האָבן די אָרטאָדאָקסן אויך ניט געקענט זײַן אונדזערע גוטע פֿרײַנד.
אונדזער שוואַכקייט און אונדזער מאָראַלישער כּוח איז געווען די דאָזיקע איזאָלירטקייט, וואָס זאָגט עדות אויף אונדזער אומפּאַרטיייִשקייט, אויף אונדזער אָפּוואַרפֿן פֿאַרטיקע שאַבלאָנען, אויף דעם באַטראַכטן באַציִען זיך צו דער שפּראַך־ און קולטור־פֿראַגע בײַ אונדז. מיר זײַנען זיכער, אַז יעדער דערקענענדיקער קולטורעלער ייִד מוז זיך שטעלן אויף אַזאַ שטאַנדפּונקט בנוגע צו דער שול: ייִדיש — די אונטערריכט־שפּראַך, ווײַל דאָס איז אַ געבאָט הן פֿון פּעדאַגאָגישן, הן פֿון נאַציאָנאַלן שטאַנדפּונקט; העברעיִש — אַ גוט אַוועקגעשטעלטער לימוד, ווײַל דאָס איז דער שליסל צו דער פֿריִערדיקער קולטור און אַן עלעמענט פֿון דער איצטיקער. נאָר ליידער זײַנען דערקענענדיקע קולטורעלע ייִדן פֿאַראַן ווינציק אין ליטע, און שוין דאָס זעקסטע יאָר ווי מיר ראַנגלען זיך פֿאַר אונדזער עקזיסטענץ.
איידער די גימנאַזיע האָט זיך נאָך געעפֿנט, האָבן מיר געהאַט אויסצושטיין אַ קאַמף מיט דעם פֿאַרביסענעם טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסיע, אָבער פֿון דעמאָלט אָן באַציט זיך די אָרדאָדאָקסיע צו אונדז פֿײַנדזעליק־נייטראַל, ניט דערקלערנדיק קיין מלחמת־השם קעגן אונדז. די קאָמוניסטן זײַנען קעגן אונדז, אָבער די פֿאַרהעלטענישן אין לאַנד, די פּאָליטישע, דערלויבן זיי ניט אָפֿן קעגן אונדז אַרויסצוטרעטן.
אונדזער אָפֿענער, באַשטענדיקער שׂונא איז געווען די גאָרע צײַט דער פֿאַנאַטישער העברעיִסטישער טייל פֿון ליטווישן ייִדנטום. אין דער צײַט ווען די העברעיִסטן האָבן גרינג געקאָנט גובֿר זײַן די עקסטרעמע ייִדישיסטן, פֿאָרוואַרפֿנדיק זיי אומקולטורעלע באַציִונג צום ייִדישן עבֿר און פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, זײַנען מיר געווען ריין פֿון אַזוינע פּגימות — איז דער קאַמף קעגן אונדז געווען פֿאַר די העברעיִסטן פּרינציפּיעל אַ טויזנט מאָל שווערער. לכן, האָט מען זיך געקליגט און געפֿירט דעם קאַמף קעגן אונדז מיט די סאַמע שענדלעכע מיטלען — און מען פֿירט אים נאָך הײַנט, ניט געקוקט אויף דעם וואָס ביז איצט איז ער געבליבן רעזולטאַטלאָז.
מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן די היגע העברעיִסטן געעפֿנט אין ווילקאָמיר אַ צווייטע גימנאַזיע, אַ העברעיִשע קאָנקורענץ־גימנאַזיע, מיינענדיק מיט דעם אָפּצוציִען די קינדער פֿון אונדזער שול. מען האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס וועט זײַן אַ טויטקלאַפּ פֿאַר אונדז, אַז נאָר בלית־ברירה שיקט אַ ייִדישער טאַטע זײַן קינד בײַ אַזוינע “כּופֿרים" ווי מיר זײַנען. עס האָט זיך אָבער אַנטפּלעקט די הייסע איניקסטע צוגעבונדנקייט פֿון אונדזערע שילערס צו זייערע לערערס און צו זייער שול, און דער געזונטער חוש פֿון די עלטערן. די העברעיִשע גימנאַזיע, וואָס איז געווען געשטיצט פֿון פּאַרטיייִשן ייִדישן מיניסטעריום מיטן פּאָליטיקאַנער ד"ר סאָלאָווייטשיק בראָש, האָט כּמעט ניט אַריבערגעצויגן קיין קינדער פֿון אונדז. האָט מען זיך געלאָזט אויף אַזאַ מין שענדלעכן עקספּערימענט: מען האָט פֿאַקטיש אײַנגעפֿירט פֿאַר דער אונטערריכט־שפּראַך רוסיש, כּדי צו ווירקן אויף דער פּסיכאָלאָגיע פֿון די אָפּגעשטאַנענע עלטערן, וואָס בײַ זיי איז נאָך פֿון פֿריִערדיקע צײַטן געווען צונויפֿגעבונדן רוסיש מיטן באַגריף פֿון בילדן זיך. מען האָט געזען, אַז מיט העברעיִש אין דער ספֿרדישער הבֿרה קען מען ניט פֿאַרקאָנקורירן ייִדיש. האָט מען דאָס געוואָלט טאָן מיט דער הילף פֿון רוסיש, ווי דאָס פּאַסט טאַקע על־פּי דער אַסימילאַטאָרישער פֿאָרמולירונג “עבֿרית און רוסית". דער פּרוּוו האָט זיך אויך ניט אײַנגעגעבן.
אַגבֿ, האָט דאָס ליטווישע בילדונגס־מיניסטעריום געצוווּנגען זיך אומצוקוקן צו העברעיִש (דאָס ליטווישע בילדונגס־מיניסטעריום זוכט אומעטום, ווי ווײַט מעגלעך, אויסצוראָטן רוסיש). די גאָרע ייִדישע דעמאָקראַטיע אין ליטע מיט דער קאָוונער צײַטונג “נײַס" בראָש (רעדאַקטאָר ד"ר מוקדוני, מיטאַרבעטער: נחום שטיף, בן־אַדיר און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע זשורנאַליסטן, וואָס זײַנען דעמאָלט געווען אין ליטע) איז אונדז בײַגעשטאַנען אין אונדזער קאַמף. מיר זײַנען געבליבן די פֿאַקטישע און די מאָראַלישע זיגער.
כּדי ניט צו זײַן געצוווּנגען צו פֿאַרמאַכן די העברעיִשע גימנאַזיע, וואָס האָט געזאָלט אונדז ליקווידירן, כּדי ניט צו דעמאָנסטרירן עפֿנטלעך דעם גײַסטיקן באַנקראָט פֿון ‘תּרבות’, האָבן די העברעיִסטן פֿון גאַנץ ליטע אײַנגעשטעלט אַ געלטלעכע סובסידיע פֿאַר דער ווילקאָמירער העברעיִשער גימנאַזיע. גײַסטיק איז אָבער דער דאָזיקער אַנשטאַלט געזונקען; עס איז דערגאַנגען צו אַזאַ מדרגה, אַז די היגע העברעיִשע גימנאַזיע איז געוואָרן אַ מין קלאָאַקאַ פֿאַר אַלע טאַטעס קינדער פֿון גאָר דער ליטע, וואָס ווילן ניט זיך לערנען, וואָס זוכן דורך געלט צו באַקומען אַטעסטאַטן; עס איז געקומען צו דעם, אַז מיר האָבן אין אונדזערע הענט די קלאָרסטע ראַיות, אַז דאָס אָנקומען אין דער העברעיִשער גימנאַזיע איז געווען אָפֿט באַדינגט ניט דורך אויסהאַלטן די פֿעסטגעשטעלטע עקזאַמענס, נאָר דורך געבן שוחד.
מיר דערציילן וועגן די דאָזיקע אַלע שענדלעכע זאַכן ניט כּדי צו טרײַבן רכילות, ניט כּדי אָנצוקלאָגן די היגע העברעיִשע גימנאַזיע, נאָר כּדי איר זאָלט האָבן כאָטש אַ בלאַסע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, וואָסער פֿאָרעם עס האָט אָנגענומען דער קאַמף קעגן דער איינציקער ייִדישער גימנאַזיע אין ליטע, וואָס האָט געוואָלט שאַפֿן דעם געזונטן סינטעז אין דער שפּראַך־ און קולטור־פֿראַגע; כּדי איר זאָלט אײַנזען, אַז דאָ איז דער קאַמף צווישן אונדז מיט די העברעיִסטן געוואָרן גלײַכצײַטיק אַ שטרײַט פֿון פּרינציפּיעלקייט און קולטורקייט מיט דעמאַגאָגישקייט און מאָראַלישער געזונקענקייט. נאָר פֿון ווײַטן וועט מען סײַ ווי זיך דאָס ניט קענען פֿאָרשטעלן גענוג בולט...
דעם לעצטן זומער האָט שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרמאַכן די העברעיִשע גימנאַזיע. דאָס וואָלט געווען דער גרעסטער קלאַפּ פֿאַר דעם אויפֿגעבלאָזענעם און פֿון אינעווייניק צעפֿוילטן העברעיִסטישן שולוועזן. דאָס וואָלט געווען אַ מין momento mori פֿאַר דעם איצט זיגרײַכן העברעיִזם אין ליטע. האָט מען געמאַכט די לעצטע אָנשטרענגונגען און מען איז אַריבער אין אַ פֿאַרביסענער אָפֿענסיווע קעגן אונדז. אין ליטע איז פֿאַראַן בלויז איין ייִדישע צײַטונג; דאָס איז די “ייִדישע שטימע", וואָס אירע בעלי־בתּים זײַנען ציוניסטן־העברעיִסטן. האָט אין משך פֿון לעצטן זומער די “ייִדישע שטימע" געפֿירט אַ קאַמפּאַניע קעגן אונדז, דרוקנדיק אומפֿאַרשעמט־ליגנערישע אַרטיקלען, פֿאַרשיידענע אויסגעקלערטע קאָרעספּאָנדענציעס מיט שקרים וכדומה.
אין משך פֿון דעם זומער איז כּמעט יעדן שבת געווען אין ווילקאָמיר אַ ליטווישער ציוניסטישער גדול, און מעלדנדיק רעפֿעראַטן אויף אַזוינע כּשרע טעמעס ווי: “די איצטיקע לאַגע אין פּאַלעסטינע", אָדער “ווער בויט פּאַלעסטינע?" און נאָך אַזוינע ענלעכע — האָבן זיי זיך פֿאַרנומען מיט שיטן פּעך און שוועבל אויף אונדזער גימנאַזיע. מען האָט געדונגען ספּעציעלע אינסטרוקטאָרן, וואָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעטלעך אַרום ווילקאָמיר צו אַגיטירן קעגן שיקן אונדז שילערס. איצט, דעם זומער, האָבן מיר ניט געהאַט גענוג כּוחות, כּדי ווי געהעריק אָפּצושלאָגן דעם אָנגריף. אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַר־דרײַ־יאָרן איז די ייִדישע דעמאָקראַטיע אָפּגעשוואַכט, קיין אייגענע פּרעסע איז ניטאָ. אין לאַנד ווילדעוועט די קלעריקאַלע רעאַקציע, און ווי עס קריסטלט זיך — אַזוי ייִדלט זיך אויך. דאָך האָבן מיר אַלץ געטאָן וואָס מעגלעך אויפֿצוקלערן דעם עולם, ווי מיאוס און לעכערלעך עס זײַנען אַזוינע רייד, אַז מיר לערנען לאַכן פֿון רעליגיע (העברעיִסטן האָבן שטענדיק האָלט זיך אָנצונעמען די קריוודע פֿון רבונו של עולם), אַז מיר זײַנען אַנטיסעמיטן, אַז מיר, “ז’רגונים־חזירים", זײַנען במילא קאָמוניסטן און עוכרי־ישׂראל. מיר האָבן אויפֿגעהאַלטן די גימנאַזיע אונדזערע. די עלטערן און די קינדער זײַנען אונדז געבליבן טרײַ. דערפֿאַר אָבער האָט מען אונדז געבראַכט אַ גרויסן מאַטעריעלן שאָדן.
היות ווי די אַלליטווישע “תּרבות"־אָרגאַניזאַציע האָט פֿאַרדאָפּלט די סובסידיע פֿאַר דער אָרטיקער העברעיִשער גימנאַזיע, איז די קאָנקורענץ־גימנאַזיע געוואָרן מאַטעריעל פֿעסטער. מיר האָבן ניט געקענט שטעלן קיין העכערן שׂכר־לימוד ווי אין דער העברעיִשער גימנאַזיע, ווײַל אונדזערע שילער ווערבירן זיך פֿון ווייניק־פֿאַרמעגלעכע שיכטן, פֿון אַרבעטער, בעל־מלאָכות און קרעמערלעך (די רײַכערע זײַנען פֿון שטענדיק מער נוטה צום העברעיִזם). די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון ליטווישן ייִדנטום איז כּמעט אַ קאַטאַסטראָפֿאַלע. [...]

(המשך אין קומענדיקן נומער)