פֿאַרלאָזן פּעטערבורג
עס האָט גענומען ווערן אונדז אַלעמען קלאָר, אַז ס׳איז נישט קיין אָרט פּעטערבורג, מע דאַרף פֿון פּעטערבורג אַוועקפֿאָרן — ניט אַזאַ פּשוטע זאַך. אָבער ס’איז שוין געוואָרן אַ ליטווישע רעפּובליק און אַ לעטישע רעפּובליק. מיר זײַנען געווען פֿריִער אין ליבאַווע, איידער מיר זײַנען געווען אין פּאַלאָנגע, און פּאַלאָנגע איז דעמאָלט דאָך אויך געווען קורלאַנדער גובערניע. הכּלל, אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געקראָגן אַ דערלויבעניש אַוועקצופֿאָרן. איך האָב ניט געוואָלט אַוועקפֿאָרן, מײַן טענה איז געווען: איך האָב כּמעט אַלצדינג וואָס מע האָט פֿאַרלאַנגט, [כּדי צו] ענדיקן אוניווערסיטעט. איך קען געפֿינען נאָך אַ צוויי אָדער דרײַ פּראָפֿעסאָרן אויף די עקזאַמענס וואָס איך דאַרף האָבן איצט צום סוף, קריג איך אַן אַטעסטאַט, אַז איך האָב געענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איך וועל מער וועגן דעם ניט דאַרפֿן זאָרגן.
דער טאַטע האָט באַשלאָסן ניט אַוועקצופֿאָרן, מיט זייער אַ פּשוטער סיבה: ער האָט געהאַט אַ סך קונדן, וועמען ער האָט פֿאַרקויפֿט סחורה אין משך פֿון די יאָרן וואָס מיר האָבן [דאָרט] געוווינט; די קונים זײַנען געווען ערלעכע מענטשן, כּמעט אַלע קאַראַיִמער (אינטערעסאַנט: עס איז געווען אַ באַשעפֿטיקונג פֿון קאַראַיִמער, האַנדלען מיט טאַבאַק און מיט פּיפּקעס און נאָך אַזעלכע זאַכן). האָט ער באַשלאָסן: וואָס הייסט, ער וועט קומען [אַהיים] גאָר אין גאַנצן אָן געלט אאַז"וו? ער וועט אויפֿמאָנען כאָטש אַ טייל פֿון די חובֿות, וועט ער [אַהיים] קומען אַ האַלב יאָר שפּעטער, אַ יאָר שפּעטער [ווי די משפּחה]. איך האָב ניט געקענט [טאָן אַזוי]: איך מוז פֿאָרן, צוליב דער מאַמען, וואָס איז שוין געווען ניט געזונט, מיט די אַלע קינדער, נאָך מיט דעם קליינינקן, וואָס איז געווען נאָך אַ קליין ייִנגעלע. פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך געטראַכט: ווער וועט ווען ניט איז אָנערקענען אַן אַטעסטאַט, וואָס וועט זײַן אונטערגעשריבן [פֿון] אַ קאָמיסאַר? בין איך געפֿאָרן מיט דער משפּחה.
מיר זײַנען געפֿאָרן ניט אין קיין [אמתן] וואַגאָן, נאָר דאָרטן וווּ מע פֿירט פֿערד — וווּ ס׳איז דאָ אַן אויפֿשריפֿט: "8 פֿערד אָדער 40 מענטשן". ס’האָט געהייסן “טיפּלושקע" ; דאָרטן האָט מען איבערגעפֿירט סחורות אַלע מאָל, און אין מיטן איז געווען אַן אייוועלע וואָס מע האָט געקאָנט הייצן (דערפֿאַר האָט עס געהייסן , פֿון וואָרט — אַ וואַרעמער). מיר אַליין האָבן אַרײַנגעפּאַקט אַלע אונדזערע זאַכן, אונדז צוזאַמען מיט דעם פֿעטערס משפּחה, וואָס איז געווען אַ טייל פֿון אונדז, [און] נאָך עטלעכע משפּחות (ווי עס איז געוואָרן די 40 מענטשן), און מע האָט אונדז דערלויבט אַרויספֿאָרן.
אַ פֿאַרלוירענע ביבליאָטעק
איידער מיר זײַנען אַרויסגעפֿאָרן איז געקומען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר מיר פּערזענלעך. מע האָט געלאָזט אַלצדינג אַרויספֿירן — דעמאָלט איז ניט געווען אַזאַ פֿאָרשטעלונג [אַז מע טאָר ניט אַרויספֿירן דאָס אייגענע האָב־און־גוטס פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד]. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן ניט געקענט פֿירן מעבל, די מעבל איז געבליבן. (מיר האָבן [סײַ ווי] ניט געהאַט אין פּעטערבורג אַזעלכע גוטע מעבל.) אָבער אַלע וועש, אַלע כּלים, די אַלע זאַכן האָט מען געקענט מיטנעמען, מיטפֿירן — דאָס אַלץ איז געווען אײַנגעפּאַקט.
און עס זײַנען געווען 11 גרויסע קאַסטנס מיט מײַנע ביכער, וואָס איך האָב אָנגעקויפֿט אין משך פֿון דעם לעצטן יאָר אָדער אָנדערטהאַלבן יאָר — אַ גאַנצע ביבליאָטעק, נאָענט צו צוויי טויזנט ביכער. איידער מע האָט געדאַרפֿט אַוועקפֿאָרן, [ווען] די קאַסטנס זײַנען שוין געווען (מיט גענוג שוועריקייטן) אַרײַנגעפּאַקט אין דעם וואַגאָן, זײַנען געקומען פֿאָרשטייערס פֿון עפּעס אַ קאָמיסאַריאַט קאָנטראָלירן וואָס מע פֿירט מיט זיך. געזען די קאַסטנס מיט די ביכער, האָבן זיי געזאָגט, [אַז] זיי דערלויבן ניט מע זאָל אַרויספֿירן ביכער פֿון רוסלאַנד. איצט איז געקומען די צײַט פֿאַר מענטשן צו זײַן פֿרײַ און צו שטודירן — וועט אויספֿעלן ביכער פֿאַר זיי! טאָר מען קיין ביכער ניט אַרויספֿירן. זיי האָבן ניט געטראַכט וועגן דעם, צי דאָס איז אַ פּאָפּולער בוך אָדער אַ בוך וואָס אַלע קענען — “ביכער טאָרסטו ניט אַרויספֿירן".
[איך האָב] געפּרוּווט זיך נעמען דינגען מיט זיי, איז געווען [דער ענטפֿער]: “אַ, דו ווילסט ניט? קום מיט אונדז אין קאָמיסאַריאַט מיט די אַלע קאַסטנס, מ’עט זיך שוין פֿונאַנדערקלײַבן וואָס פֿאַר אַ פֿויגל דו ביסט". הכּלל, זיי האָבן צוגענומען די דאָזיקע אַלע קאַסטנס מיט די ביכער. עס זײַנען געבליבן פֿון יענער תּקופֿה בײַ מיר 3־4 ביכער — די וואָס זײַנען צופֿעליק אַרײַנגעפּאַקט געוואָרן צווישן וועש אָדער צווישן כּלים. אָבער די גרויסע קאַסטנס וואָס האָבן געהאַט נאָר ביכער — נישט נאָר די ביכער וואָס איך האָב געהאַט בײַם שטודירן, נאָר סתּם כּלערליי ביכער, אַ [גאַנצע] ביבליאָטעק — אויס.
אַ נײַער נאָמען
זיך געזעגענען מיט מענטשן האָט מען שוין ניט געקאָנט. כּמעט אַלע פֿון מײַנע פֿרײַנד זײַנען געווען אַוועקגעפֿאָרן, דער עיקר קיין קיִעוו, צו דער נאַציאָנאַלער אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע. אין די ערשטע טעג פֿון דעצעמבער 1918 זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן; דאַכט זיך, דעם וועג, וואָס מע דאַרף מאַכן אין איין נאַכט, זײַנען מיר געפֿאָרן אַ גאַנצע וואָך. מיר זײַנען געקומען אין ריגע, [וווּ עס] איז שוין געווען אַ מאַכט אַ לעטישע. מע האָט צוגענומען פֿון אונדז די אַלע פּעסער וואָס מיר האָבן געהאַט, די רוסישע, און מע האָט אונדז אַלעמען געגעבן לעטישע פּעסער. איך האָב אויפֿגעהערט צו הייסן “מאַרק" און איך בין געוואָרן “מאַרקס", ווײַל אויף לעטיש קען [קיין] פֿאַמיליע־נאָמען, בכלל קיין איין סובסטאַנטיוו, קיין איין וואָרט זיך ניט ענדיקן אויף אַ , אויף אַ , אויף אַ . שפּעטער, אַז איך בין פֿון לעטלאַנד געקומען אין ליטע, בין איך ניט געוואָרן “מאַרקאַס"; איך בין געקומען מיט מײַנע לעטישע דאָקומענטן, בין איך געוואָרן “מאַרקסאַס". ביז איך בין געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע איז מײַן אָפֿיציעלער נאָמען געווען מאַרקסאַס.
דער טאַטע אַרעסטירט
די מאַמע [און דער] פֿעטער [זײַנען] געקומען אָן דעם טאַטן. דער פֿעטער האָט געהאַט אַ הויז מיט 4 זייער גרויסע דירות, האָט אונדזער משפּחה זיך באַזעצט אין אַ דירה פֿון דעם פֿעטער. מיר האָבן שפּעטער זיך באַזעצט אין אַן אַנדער דירה — ס׳איז געווען זייער גרינג דעמאָלט צו קריגן דירות. אייגנטלעך האָט די גאַנצע משפּחה געוואַרט אויף דעם טאַטן, וואָס וועט אויך אָט באַלד קומען. [אָבער] דער טאַטע איז אַזוי גיך נישט געקומען, ווײַל ער איז אַרעסטירט געוואָרן און ער איז כּמעט גאַנצע צוויי יאָר אָפּגעזעסן אין דער סאָוועטישער תּפֿיסה.
סך־הכּל פֿון די יאָרן אין פּעטערבורג
מיר זײַנען געקומען אין ליבאַווע אָנהייב 1919. דער וועג האָט זיך געצויגן מסתּמא 10 טעג, אפֿשר מער, און איך האָב געהאַט גענוג צײַט צו באַטראַכטן מיט וואָס איך בין געקומען קיין פּעטראָגראַד און מיט וואָס איך פֿאָר אַוועק פֿון פּעטראָגראַד. אין אַלגעמיין בין איך געווען צופֿרידן: מיט דעם, וואָס איך האָב אַ סך זיך צוגעלערנט אויף פֿאַרשיידענע געביטן, אַפֿילו אויפֿן געביט פֿון תּלמוד, וואָס איז אין מײַנע פּלענער קיין מאָל נישט געווען. נאָך מער בין איך געווען צופֿרידן וואָס איך האָב געהאַט אַ געלעגנהייט פּשוט זיך צו באַקענען און קוקן פֿון אַ ביסל אין אַ זײַט (ווײַל איך בין געווען דער ייִנגערער, און דער וואָס איז ניט געווען אין גאַנצן אַ חבֿר) אין דער טעטיקייט פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע מענטשן פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע קרײַזן, די פֿאַרשיידנסטע שאַרפֿזיניקע מענטשן. אַ קרײַז וואָס פֿון איין זײַט איז דאָ נחום שטיף, וואָס איז געווען דער סאַמע פֿאַרברענטער ייִדישיסט, און אַ צווייטע גאַס, וווּ ס׳איז געווען גרוזענבערג, וואָס האָט קוים־קוים פֿאַרשטאַנען ייִדיש, אָבער ריידן ייִדיש האָט ער נישט געקאָנט. שטיף האָט פֿאַר זיך אַליין אויסגעאַרבעט אַזאַ שיינעם סטיל אין ייִדיש, וואָס איז גאָר ניט געווען אַזוי פּשוט דעמאָלט דאָס צו טאָן.
איך האָב אויך אַ סך ניט דערמאָנט: אַ קרײַז פֿון די יונגער עס־ערן; אַפֿילו נישט דערמאָנט אַזאַ קרײַז פֿון דער גרופּע וואָס האָט געפּרוּווט מאַכן די ערשטע טעראָריסטישע אַקטן קעגן די באָלשעוויקעס. [איך האָב] זיך באַקענט מיט אַ וועלט, געווען אַן עדות פֿון אַזעלכע גרויסע געשעענישן. איך האָב זיך אַליין געפֿילט, אַז מײַנע לערן-יאָרן קענען שוין זײַן פֿאַרבײַ, אויב איך וואָלט וועלן. איך האָב זיך צוגעקוקט צו די פֿאַרשיידנסטע זאַכן: ווי מע פֿירט אַ זיצונג, ווי מע פֿירט אַ דעבאַטע, ווי מע פּרוּווט באַווײַזן אַן אייגענעם ריכטיקן שטאַנדפּונקט. עס איז געווען פֿאַר מיר יאָרן נישט נאָר פֿון לערנען זיך וואָס מע מיינט פֿון ביכער, נאָר לערנען זיך פֿון מענטשן און לערנען זיך פֿון לעבן.
קלמנאָוויטש
[איך האָב] געטראָפֿן אַזאַ אינטערעסאַנטן מענטש ווי ס׳איז געווען קלמנאָוויטש; וועגן קלמנאָוויטשן איז גענוג צו דערציילן אַלע קוריאָזן פֿון דער וועלט. ווי אַ בײַשפּיל: אונדזער גרופּע האָט אַ מאָל גערופֿן קלמנאָוויטשן ער זאָל האַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע (וואָס איז געווען איינע פֿון די גרונט־טעמעס פֿון דעם דובנאָוויזם) וועגן דער איינהייטלעכקייט פֿון דער ייִדישער געשיכטע — אַז ס׳איז איין ליניע, איין אַנטוויקלונג. דאָס איז אויך ניט אַזוי פּשוט, מע קען קומען מיט פֿאַרשיידענע שטאַנדפּונקטן: איז ער געקומען און געהאַלטן אַ לעקציע פּונקט פֿאַרקערט! פֿאַר וואָס? ער זאָגט, ער איז געגאַנגען און געטראַכט, וואָס ער וועט ריידן, האָט ער זיך צו דעם דערטראַכט. דאָס הייסט ניט, אַז מאָרגן וואָלט ער געטראַכט אַנדערש, אָבער דאָס הייסט, אַז ער האָט שטענדיק געטראַכט. און ער איז געווען אַ מענטש פֿון אויסערגעוויינטלעכער אויפֿריכטיקייט און ערלעכקייט און אָפֿנקייט און אַלערליי פֿאַרשיידנסטע מעלות.
די פֿאָלקספּאַרטיי אין לעטלאַנד
איך בין געווען צופֿרידן מיט דעם, מיט וואָס איך פֿאָר אַוועק און איך האָב געטראַכט, אַז אָט הייבט זיך אָן פֿאַר מיר אַ נײַע תּקופֿה אין אַ נײַ לאַנד, וואָס האַלט זיך ערשט איצט אין בויען. אויפֿן אַנדערן טאָג, איידער מיר האָבן זיך אויסגעפּאַקט, האָב איך אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרנעמען מיט אָרגאַניזירן אַ פֿאָלקספּאַרטיי. ווי אָרגאַניזירט מען אַ פֿאָלקספּאַרטיי אין אַ שטאָט ווי ליבאַווע, וווּ ס’איז געווען אַן ערך 9־10 טויזנט ייִדן? (ניט מער ווי דאָ [אין מעמפֿיס], אָבער ס׳איז געווען קאָנטיקער, [אַזוי ווי] די גאַנצע שטאָט האָט געהאַט נאָר הונדערט טויזנט מענטשן.) די שטאָט האָט זייער אַ סך געליטן פֿון דער מלחמה, ווײַל זי איז דאָך געווען אַ האַפֿנשטאָט. זי איז נאָך פֿאַרנומען געוואָרן פֿון די דײַטשן און האָט מער ניט געקענט שפּילן יענע ראָלע וואָס זי האָט געשפּילט.
איך בין אַוועק אין אַ בית־מדרש פֿון די בעל־מלאָכות, דער עיקר פֿון שנײַדער. געקומען צו זיי, [האָב איך] געקאָנט ריידן מיט זיי מיט דעם לשון פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים: אַז זיי זײַנען די קליאַטשע, אויף וועלכער מע רײַט, אַז זיי ווערן אונטערדריקט פֿון דער צאַרישער רעגירונג, פֿון דער גוייִשער מאַכט, פֿון דעם וואָס ייִדן האָבן ניט די זעלביקע רעכט; און גלײַכצײַטיק אונטערדריקט פֿון די בעל־הבתּים, פֿון די געלטזעק, פֿון די גרויסע סוחרים אאַז"וו. איך האָב זיי געזאָגט: “אָט איך בין געקומען צו אײַך, אַז מיר צוזאַמען זאָלן עס בײַטן; מיר זאָלן אויפֿבויען אַ ייִדישע קהילה, וווּ איר וועט פֿירן". ס׳איז געווען אַ באַזונדער אָפּטיילונג פֿון די קצבֿים, בין איך אַוועק צו די קצבֿים און גערעדט. איך האָב אויף מײַן אייגענעם קערפּער איצט דערפֿילט, ווי מאַכט מען אַ פּאַרטיי. [איך האָב] געהאַט אָנהענגער, גענומען פֿון זייערע אייגענע פֿירער און זיי געמאַכט אַזוי ווי לייטענאַנטן פֿאַר זיך.
אין דער זעלביקער צײַט איז אויך אַהין געקומען זלמן יעפֿרויקין, וואָס איך האָב אים אַ ביסל געקענט אין פּעטראָגראַד. ער האָט געפֿונען שוין אַ שטיקל בונד און צוזאַמען מיט די פֿריִערדיקע וואָס זײַנען דאָרטן געווען געשאַפֿן אַ גרויסע גרופּע פֿון "בונד". אַ קורצע צײַט נאָך דעם, אַ פּאָר [טעג], אַ וואָך נאָך דעם, האָבן מיר צוזאַמען געשאַפֿן אַ קלוב, וואָס מיר האָבן אָנגערופֿן “פּרץ־קלוב". דאָס איז געווען אין זייער אַ פֿײַנעם, שיינעם אָרט לעבן ים.
מיר האָבן דורכגעפֿירט און איך האָב זיך באַטייליקט אין די ערשטע וואַלן וואָס זײַנען געווען צו דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג. דעמאָלט איז שוין געווען די דײַטשע רעוואָלוציע, די דײַטשע סאָלדאַטן האָבן [געהאַלטן אין] אַוועקגיין — אַנדערע זײַנען אַוועקגעגאַנגען און אַנדערע זײַנען נאָך געבליבן. דאָרטן איז אויך געווען אַ היפּש ביסל אומאָרדענונג צום סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.
דער ערשטער אויף אונדזער צעטל איז געווען איינער אַ ייִד אַ בעקער, [וואָס] מיר האָבן אים גענומען דערפֿאַר, ווײַל ער איז געווען בײַ אונדז דער איינציקער וואָס האָט גוט געקענט לעטיש. דער צווייטער אויפֿן צעטל בין איך געווען. ס׳איז געווען ערשט אַפּריל, אויב איך האָב נישט קיין טעות, און איך בין צוזאַמען מיט יענעם געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג. [דאָס] איז דעמאָלט געווען זייער אַ סך, שוין צוליב דעם, וואָס ריגע איז געווען אָפּגעריסן און ליבאַווע איז געווען אַ שטיק מלוכה פֿאַר זיך, און קיין ליבאַווע זײַנען דעמאָלט געקומען די רעשטלעך פֿון אַ נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס די לעטן האָבן געוואָלט שאַפֿן.
אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג
הכּלל, איך בין געווען אַ מיטגליד פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג. פֿאַרשטייט זיך, די אַלע זאַכן, וואָס מע האָט געדאַרפֿט ריידן, פֿלעג אָדער איך ריידן אויף רוסיש, אָדער דער דאָזיקער [בעקער אויף לעטיש]. דעמאָלט האָבן נאָך זייער אַ סך לעטן אויך ניט געקענט ווי עס דאַרף צו זײַן ריידן אויף לעטיש, [ספּעציעל] זייער אינטעליגענץ וואָס איז געווען אין ליבאַווע. יענער בעקער, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ גאַנצער קנאַקער אין אורוגווײַ, איז געווען אונדזער הויפּט־רעדנער.
מיר האָבן געמאַכט זייער אַ גיכע רעוואָלוציע אויף דער ייִדישער גאַס און דורכגעפֿירט אַלגעמיינע געהיימע גלײַכע וואַלן אין דער קהילה. [מיר האָבן] געקראָגן אַ פֿראַקציע, מיר דאַכט זיך, אַ 5 מענטשן אין דער קהילה. דער "בונד" האָט געהאַט אַ ביסל מער, מיר — אַ ביסל ווייניקער. דער "בונד" איז צו די וואַלן אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג ניט געגאַנגען, זיי זײַנען געגאַנגען אויפֿן צעטל פֿון די לעטישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן. [אַזוי ווי] די לעטישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן זײַנען געוואָרן די מערהייט, איז דער "בונד" פֿאַקטיש געווען אַ מיט־בעל־הבית איבער דער שטאָט ליבאַווע.
אַ קלוב האָבן מיר געהאַט, אַ פּאַרטיי האָבן מיר שוין געהאַט, פֿאָרשטייערס אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, פֿאָרשטייערס אין דער קהילה. אין קהילה זײַנען כּסדר [געווען] טומעלנישן; מיר צוזאַמען מיטן "בונד" זײַנען געווען די אָפּאָזיציע. מײַן פֿעטער איז געווען אין דעם עסטאַבלישמענט און ס’איז אָפֿט אַרויסגעקומען אויך גאַנץ קאָמישע סיטואַציעס, ווען דער פּלימעניק האָט געדאַרפֿט פֿירן דעבאַטעס מיט דעם פֿעטער זײַנעם, וואָס איז געווען אויך זײַן לערער.