זכרונות




(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער קאַמף פֿאַר דער ייִדישער שול

צו וואָס האָבן מיר זיך איצט גענומען, יעפֿרויקין, איך, מענדל [מאַרק] און נאָך אַזעלכע? מיר האָבן זיך גענומען צו איין גרונט־זאַך: די דײַטשישע שול פֿאַר ייִדן, וואָס איז געווען פֿון פֿריִער נאָך און וואָס די דײַטשן האָבן געשטיצט, וואָס האָט געהערט צו דער שטאָט און [איז] אויסגעהאַלטן געוואָרן פֿון דער שטאָט; אַז די שול זאָל ווערן אַ ייִדישע שול, אַ שול וווּ מע לערנט ייִדיש, און אַלע לימודים אויף ייִדיש. דאָס איז געווען אין ליבאַווע, וואָס איז געווען זייער שטאַרק פֿאַרדײַטשט, איבערהויפּט די אייבערשטע שיכט. בײַ אונדז אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש. אָבער אין די אמתע ליבאַווער היימען (מיר זײַנען דאָך געווען צוגעקומענע), אין די אינטעליגענטע [און] האַלב־אינטעליגענטע היימען [האָט מען] גערעדט דײַטש. מיר זײַנען געקומען מיט די דערפֿאַרונגען פֿון ביידע רוסישע רעוואָלוציעס און דאָרטן איז קיין שום רעוואָלוציעס ניט געווען, דאָרטן זײַנען נאָר געווען די דײַטשן די גאַנצע צײַט.
עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ לעגאַלע מלחמה. מע האָט געדאַרפֿט דערווײַזן דער שטאָט, דעם בילדונגס־דעפּאַרטמענט פֿון דער שטאָט, אַז לויט אַלע געזעצן אין דער וועלט, לויט דעם גאַנצן פּרינציפּ פֿון מוטערשפּראַך, לויט די זעלביקע אידעען וואָס זיי האָבן אין זייער פּראָיעקט פֿון אַ קאָנסטיטוציע (זיי האָבן נאָך קיין קאָנסטיטוציע ניט געהאַט, נאָר פּראָיעקטן), מוז עס זײַן אויף ייִדיש. די קהילה, וווּ ס׳איז געווען אַ מערהייט קעגן אונדז, איז געקומען מיט טענות, [אַז] עס קען ניט זײַן אויף ייִדיש. דער לאַנגער קאַמף האָט זיך געצויגן אין אַפּריל, מײַ, יוני, און אין יולי איז ער שוין געווען פֿאַרענדיקט; עס איז געווען באַשטימט, אַז עס הייבט זיך אָן אַן איבערבוי פֿון דער דאָזיקער שטאָטישער שול. עס איז געווען א גוטע שול אין אַ פֿײַנעם בנין, אין אַ פֿײַנער געגנט.
מע האָט באַשטימט לערערס — ווער האָט געקענט זײַן לערערס פֿון ייִדיש פֿאַר אַזאַ שול? נאָר אונדזערע מענטשן. ווײַל די אַנדערע וואָס האָבן גערעדט ייִדיש האָבן גערעדט אַזאַ מין צעקאַליעטשעטן, מיט דײַטשמעריש, און די גאַנצע פּראָבלעם פֿון אַ סטאַנדאַרד־שפּראַך, מיט וועלכער מיר זײַנען שוין אַלע געקומען פֿון די דאָזיקע רעוואָלוציאָנערע יאָרן, איז פֿאַר זיי געווען פֿרעמד. געענדיקט האָט זיך מיט דעם, אַז איך האָב זיך אָפּגעזאָגט צו ווערן אַ לערער, פּשוט צוליב דעם, ווײַל דאָס וואָלט געהייסן, אַז דער גאַנצער טומל וואָס איך האָב אויפֿגעהויבן, איז געווען כּדי צו קריגן אַ שטעלע אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג. איז געוואָרן מענדל אַ לערער, און יעפֿרויקין און אַנדערע, ניט איך. איך האָב די גאַנצע צײַט געהאַט פֿאַר זיך די אַרבעט צווישן די עלטערן. די אַנדערע האָבן געהאַט פֿאַר זיך די אַרבעט די לעגאַלע מיט דער שטאָט, מיט פֿאַרשיידענע אונטערשריפֿטן וואָס מע האָט געקליבן אאַז״וו.
די אַלגעמיינע פּאָליטישע לאַגע איז געווען אין שטאָט זייער אַ שווערע, אַזוי שפּעט ווי 1919: ריגע איז געווען אָפּגעריסן, ליבאַווע איז געווען פֿאַר זיך; אַרום ליבאַווע איז געווען פֿאַרנומען אין דער אמתן פֿון אַ גרויסער באַנדע אָרגאַניזירטע דײַטשישע באַראָנען, און אַלעמען וועמען זיי האָבן געקענט פּשוט קויפֿן. ס׳איז געווען אַזאַ מין פּונקט ווי אין מיטל־עלטער: אַ היפּשע שטיק אַרמיי וואָס איז געווען פֿון לאַנדסקנעכט.


משפּחה־אומגליקן

און דאָ זײַנען געקומען פֿאַרשיידענע אייגענע משפּחה־פֿאַרוויקלענישן. מיר האָבן זיך דערוווּסט דערווײַלע, אַז דער טאַטע איז אין תּפֿיסה און דערפֿאַר קומט ער נישט. און ס׳איז געקומען אַ גרויס אומגליק אויף אונדז; אויב דו געדענקסט, איך האָב דערציילט, אַז איידער מען איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּאַלאָנגע, האָט מען די אַלע בורשטינער וואָס מע האָט געהאַט, אויסגעאַרבעטע און ניט אויסגעאַרבעטע, פֿאַרשלאָסן אין אַ מײַערל וואָס איז געשטאַנען אין גאַס. אין די יאָרן פֿון דער מלחמה, ווען די דײַטשן זײַנען געווען אין דעם שטעטל, האָט קיינער ניט אָנגערירט — ס׳איז געווען אַ פֿאַרמאַכט, אַ פֿאַרשלאָסן מײַערל. ווען די דײַטשן האָבן געזאָלט אַוועקגיין, איז מען געקומען צו זיי און מע האָט געזאָגט, אַז — ווער ווייסט? — קען זײַן, אַז דאָרטן געפֿינט זיך גאָר געווער: באָמבעס, פּולווער, מאַלע וואָס קען זיך דאָרט געפֿינען. האָבן די דײַטשן גענומען און אויפֿגעריסן דאָס מײַערל. אַז זיי האָבן אויפֿגעריסן דאָס מײַערל, האָט ווער עס האָט נאָר געקאָנט אַרויסגעראַבעוועט פֿון דאָרטן וויפֿל מע האָט געקאָנט אַרויסראַבעווען. אויף מאָרגן נאָך דעם, אָדער אפֿשר אויף איבערמאָרגן, האָט זיך די מאַמע דערוווּסט [און] איז אַוועקגעפֿאָרן אַהין. מיט טרערן מער ווי מיט פּאָליציי האָט זי אַ ביסל אַרויסגעקראָגן צוריק פֿון דעם וואָס מע האָט אַוועקגעראַבעוועט. אָבער דאָס רובֿ זאַכן איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן.


פֿאַרליבן זיך אין אַ פֿידלערין

אין דער זעלביקער צײַט ווען דאָס איז געשען בין איך געווען ביז משוגעת טיף פֿאַרליבט. מען האָט געעפֿנט דעם פּרץ־קלוב מיט אַ גרויסער אונטערנעמונג, [וואָס] איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן: איך האָב געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן פּרצן און נאָך דעם האָט אַ מיידל געשפּילט אַ קאָנצערט אויף אַ פֿידל. אין יענעם מיידל האָב איך זיך פֿאַרליבט. איך האָב זי שוין געפֿירט אַהיים נאָך דעם דאָזיקן קאָנצערט. ווען עס האָט זיך אַ ביסל אײַנגעשטעלט די מעשׂה מיט דער שול און ס׳איז געווען קלאָר, אַז די גרויסע, וויכטיקע פּאָזיציע האָבן מיר, די ייִדישיסטן, אײַנגענומען, [זײַנען] מיר געווען גענוג פֿאַרמאַטערט פֿון די דאָזיקע אַלע זאַכן. דער פֿאָטער פֿונעם מיידל איז אויך נישט געווען אין ליבאַווע, ער איז גאָר געווען אין מאָסקווע, די משפּחה איז געווען פֿונאַנדערגעטיילט. זי איז אויך געווען אין רוסלאַנד, זי איז געקומען ערשט פֿון רוסלאַנד צו איר מוטער. דערווײַלע זײַנען געווען געשטאָרבן צוויי פֿון אירע עלטערע שוועסטער — זי איז געווען די דריטע. ס׳איז געווען אַ משפּחה פֿון דרײַ שוועסטער און אַלע דרײַ זײַנען געווען מוזיקערינס: איינע האָט געשפּילט פּיאַנע, די אַנדערע האָט גענומען טשעלאָ, די דריטע האָט געשפּילט פֿידל.
איך האָב זיך פֿאַרליבט אין דעם מיידל מיט דעם פֿידל און צום סוף פֿון יולי, קיינעם ניט זאָגנדיק (נאָר מענדל, וואָס האָט מיך געדאַרפֿט פֿאַרבײַטן האָט עס געוווּסט), האָב איך גענומען דאָס מיידל און מיט איר אַוועקגעפֿאָרן פֿון ליבאַווע, צוגעפֿאָרן ביז אַ סטאַנציע וואָס הייסט מאָזשייק. לעבן מאָזשייק ניט ווײַט איז דאָ אַ וואַלד. מיר זײַנען אַוועק אין דעם וואַלד, מיר האָבן געדונגען בײַ אַ פּויער אַ כאַטקעלע, און מיר זײַנען אָפּגעווען צוויי וואָכן אין דעם דאָזיקן כאַטקעלע בײַ דעם פּויער. אויפֿן וועג צוריק, אַ דאָנערשטיק אין דער פֿרי, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אין מאָזשייק — דאָרטן האָב איך געהאַט אַ באַקאַנטן, אַ פֿרײַנד, עמעצער פֿון דער משפּחה. מיר האָבן אים געבעטן, אַז דעם זעלביקן טאָג זאָל זײַן אַ רבֿ און צען עדות און עס זאָל זײַן אַ חופּה.
כ’האָב נישט געהאַט קיין געלט פֿאַר אַ רינגל פֿאַר זיך און פֿאַר איר, כ’האָב געהאַט געלט נאָר פֿאַר אַ רינגל פֿאַר איר, וואָס איך האָב געקויפֿט דאָרטן גופֿא אין מאָזשייק. מײַן קרובֿ איז געווען אַ זייגער־מאַכער, בײַ אים [האָב איך] געקאָנט קריגן. גערופֿן דעם רבֿ, און די אַנדערע, סתּם ייִדן, צונויפֿגערופֿן און ס׳איז געווען אַ חופּה. יעדער איז געקומען צו זיך אַהיים און געזאָגט: “כ’האָב חתונה געהאַט". ס’איז אַוועק אַ פּאָר וואָכן נאָך דעם וואָס ס׳איז גראָד געקומען דער פֿאָטער פֿון מיידל. ער איז געקומען צו פֿאָרן, פֿאַרשטייט זיך, מיט אַ באַן און פֿון דער באַן געקומען מיט אַ דראָזשקע. איז די טאָכטער אַרויס אַנטקעגן און זי האָט אים פֿאָרגעשטעלט: “דאָס איז מײַן מאַן".


פֿאַרלאָזן ליבאַווע

די גאַנצע תּקופֿה אין ליבאַווע איז געווען ווייניקער ווי אַ האַלב יאָר, די ערשטע העלפֿט פֿון 1919. נאָך דעם האָבן מיר געמוזט פֿאַרלאָזן ליבאַווע און ס׳איז [געקומען] אַ נײַע תּקופֿה אין מײַן לעבן. אין ליבאַווע האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַ אָנשיקעניש. איך בין טאַקע געווען אַ זייער חשובֿער מענטש: אַ מיטגליד פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, אַ מיטגליד פֿון דער קהילה, און אַ צײַטווײַליקער מיטגליד פֿון דער צײַטווײַליקער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. דאָרטן בין איך אַ מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ רוסישער דרשה וועגן דעמאָקראַטיע און פֿרײַהייט און וועגן די טויזנטערליי אַנדערע גליקן פֿון דעם דאָזיקן ענין. אָבער בשעת מע האָט גענומען מענטשן, וואָס זאָלן גיין זיך שלאָגן מיט יענע באַנדיטן, צו פֿאַראייניקן זיך מיט ריגע, אַרויסטרײַבן די דאָזיקע לאַנדסקנעכט פֿון מיטן — האָב איך אייגנטלעך קיין חשק ניט געהאַט. ס׳איז שוין איצט אויף מײַן קאָפּ געווען דער שווער, אויף מײַן קאָפּ געווען מײַן פֿעטער יעקבֿ (מײַן פֿאָטער איז נאָך ניט געווען), די טרערן פֿון דער מאַמען. וואָס הייסט? נאָך די אַלע פֿאַרשיידענע זאַכן, אַז איך האָב שוין חתונה געהאַט און אַלצדינג, זאָל איך איצט גיין דינען?

(המשך אין קומענדיקן נומער)