זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

* * *

[מאַרק דערציילט מער פּרטים וועגן דעם קאָנפֿליקט מיט די העברעיִסטן אין אַ בריוו פֿון דעם 22סטן נאָוועמבער 1926 (?), וואָס ער האָט געשיקט צו יעקבֿ שאַצקין אין ניו־יאָרק. דערבײַ מאָלט ער דעם קאַמף אָפּ זייער דראַמאַטיש, ווײַל ער וויל שאַצקי זאָל בעטן אַ סובסידיע פֿאַר דער ווילקאָמירער גימנאַזיע בײַ דער אַמעריקאַנער הילף־אָרגאַניזאַציע “פּיפּל רעליעף" (פֿון דער שאַצקי־זאַמלונג אין ייִוואָ, RG 356, טעקע 14)].
[...] דאָס איז די איינציקע ייִדישע גימנאַזיע אין ליטע מיט דער ייִדישער אונטערריכט־שפּראַך, אַלע איבעריקע גימנאַזיעס זײַנען העברעיִשע. אין דער צײַט אָבער, וואָס די אַנדערע ייִדישע שולן פֿון דער געוועזענער קולטור־ליגע באַציִען זיך פֿײַנדלעך צו דער העברעיִשער שפּראַך און צו דער קולטור אין דער דאָזיקער שפּראַך, איז אונדזער באַציִונג צו העברעיִש אַ פּאָזיטיווע. אין אונדזער גימנאַזיע ווערט געלערנט תּנ"ך אויף העברעיִש אין זייער אַ גרויסן פֿאַרנעם. מחמת דעם, האָבן מיר זיך אין ליטע געפֿונען אין אַן איזאָלירטן מצבֿ: פֿון איין זײַט זײַנען צו אונדז געווען קעגנעריש געשטימט די עקסטרעמע לינקע, די בעלי־בתּים איבער די פֿאָלקשולן פֿון דער קולטור־ליגע, פֿון דער אַנדערער זײַט האָט קעגן אונדז געמלחמהוועט די העברעיִשע “תּרבות"; פֿון דריטן צד, האָבן די אָרטאָדאָקסן אויך ניט געקענט זײַן אונדזערע גוטע פֿרײַנד.
אונדזער שוואַכקייט און אונדזער מאָראַלישער כּוח איז געווען די דאָזיקע איזאָלירטקייט, וואָס זאָגט עדות אויף אונדזער אומפּאַרטיייִשקייט, אויף אונדזער אָפּוואַרפֿן פֿאַרטיקע שאַבלאָנען, אויף דעם באַטראַכטן באַציִען זיך צו דער שפּראַך־ און קולטור־פֿראַגע בײַ אונדז. מיר זײַנען זיכער, אַז יעדער דערקענענדיקער קולטורעלער ייִד מוז זיך שטעלן אויף אַזאַ שטאַנדפּונקט בנוגע צו דער שול: ייִדיש — די אונטערריכט־שפּראַך, ווײַל דאָס איז אַ געבאָט הן פֿון פּעדאַגאָגישן, הן פֿון נאַציאָנאַלן שטאַנדפּונקט; העברעיִש — אַ גוט אַוועקגעשטעלטער לימוד, ווײַל דאָס איז דער שליסל צו דער פֿריִערדיקער קולטור און אַן עלעמענט פֿון דער איצטיקער. נאָר ליידער זײַנען דערקענענדיקע קולטורעלע ייִדן פֿאַראַן ווינציק אין ליטע, און שוין דאָס זעקסטע יאָר ווי מיר ראַנגלען זיך פֿאַר אונדזער עקזיסטענץ.
איידער די גימנאַזיע האָט זיך נאָך געעפֿנט, האָבן מיר געהאַט אויסצושטיין אַ קאַמף מיט דעם פֿאַרביסענעם טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסיע, אָבער פֿון דעמאָלט אָן באַציט זיך די אָרדאָדאָקסיע צו אונדז פֿײַנדזעליק־נייטראַל, ניט דערקלערנדיק קיין מלחמת־השם קעגן אונדז. די קאָמוניסטן זײַנען קעגן אונדז, אָבער די פֿאַרהעלטענישן אין לאַנד, די פּאָליטישע, דערלויבן זיי ניט אָפֿן קעגן אונדז אַרויסצוטרעטן.
אונדזער אָפֿענער, באַשטענדיקער שׂונא איז געווען די גאָרע צײַט דער פֿאַנאַטישער העברעיִסטישער טייל פֿון ליטווישן ייִדנטום. אין דער צײַט ווען די העברעיִסטן האָבן גרינג געקאָנט גובֿר זײַן די עקסטרעמע ייִדישיסטן, פֿאָרוואַרפֿנדיק זיי אומקולטורעלע באַציִונג צום ייִדישן עבֿר און פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, זײַנען מיר געווען ריין פֿון אַזוינע פּגימות — איז דער קאַמף קעגן אונדז געווען פֿאַר די העברעיִסטן פּרינציפּיעל אַ טויזנט מאָל שווערער. לכן, האָט מען זיך געקליגט און געפֿירט דעם קאַמף קעגן אונדז מיט די סאַמע שענדלעכע מיטלען — און מען פֿירט אים נאָך הײַנט, ניט געקוקט אויף דעם וואָס ביז איצט איז ער געבליבן רעזולטאַטלאָז.
מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן די היגע העברעיִסטן געעפֿנט אין ווילקאָמיר אַ צווייטע גימנאַזיע, אַ העברעיִשע קאָנקורענץ־גימנאַזיע, מיינענדיק מיט דעם אָפּצוציִען די קינדער פֿון אונדזער שול. מען האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס וועט זײַן אַ טויטקלאַפּ פֿאַר אונדז, אַז נאָר בלית־ברירה שיקט אַ ייִדישער טאַטע זײַן קינד בײַ אַזוינע “כּופֿרים" ווי מיר זײַנען. עס האָט זיך אָבער אַנטפּלעקט די הייסע איניקסטע צוגעבונדנקייט פֿון אונדזערע שילערס צו זייערע לערערס און צו זייער שול, און דער געזונטער חוש פֿון די עלטערן. די העברעיִשע גימנאַזיע, וואָס איז געווען געשטיצט פֿון פּאַרטיייִשן ייִדישן מיניסטעריום מיטן פּאָליטיקאַנער ד"ר סאָלאָווייטשיק בראָש, האָט כּמעט ניט אַריבערגעצויגן קיין קינדער פֿון אונדז. האָט מען זיך געלאָזט אויף אַזאַ מין שענדלעכן עקספּערימענט: מען האָט פֿאַקטיש אײַנגעפֿירט פֿאַר דער אונטערריכט־שפּראַך רוסיש, כּדי צו ווירקן אויף דער פּסיכאָלאָגיע פֿון די אָפּגעשטאַנענע עלטערן, וואָס בײַ זיי איז נאָך פֿון פֿריִערדיקע צײַטן געווען צונויפֿגעבונדן רוסיש מיטן באַגריף פֿון בילדן זיך. מען האָט געזען, אַז מיט העברעיִש אין דער ספֿרדישער הבֿרה קען מען ניט פֿאַרקאָנקורירן ייִדיש. האָט מען דאָס געוואָלט טאָן מיט דער הילף פֿון רוסיש, ווי דאָס פּאַסט טאַקע על־פּי דער אַסימילאַטאָרישער פֿאָרמולירונג “עבֿרית און רוסית". דער פּרוּוו האָט זיך אויך ניט אײַנגעגעבן.
אַגבֿ, האָט דאָס ליטווישע בילדונגס־מיניסטעריום געצוווּנגען זיך אומצוקוקן צו העברעיִש (דאָס ליטווישע בילדונגס־מיניסטעריום זוכט אומעטום, ווי ווײַט מעגלעך, אויסצוראָטן רוסיש). די גאָרע ייִדישע דעמאָקראַטיע אין ליטע מיט דער קאָוונער צײַטונג “נײַס" בראָש (רעדאַקטאָר ד״ר מוקדוני, מיטאַרבעטער: נחום שטיף, בן־אַדיר און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע זשורנאַליסטן, וואָס זײַנען דעמאָלט געווען אין ליטע) איז אונדז בײַגעשטאַנען אין אונדזער קאַמף. מיר זײַנען געבליבן די פֿאַקטישע און די מאָראַלישע זיגער.
כּדי ניט צו זײַן געצוווּנגען צו פֿאַרמאַכן די העברעיִשע גימנאַזיע, וואָס האָט געזאָלט אונדז ליקווידירן, כּדי ניט צו דעמאָנסטרירן עפֿנטלעך דעם גײַסטיקן באַנקראָט פֿון ‘תּרבות’, האָבן די העברעיִסטן פֿון גאַנץ ליטע אײַנגעשטעלט אַ געלטלעכע סובסידיע פֿאַר דער ווילקאָמירער העברעיִשער גימנאַזיע. גײַסטיק איז אָבער דער דאָזיקער אַנשטאַלט געזונקען; עס איז דערגאַנגען צו אַזאַ מדרגה, אַז די היגע העברעיִשע גימנאַזיע איז געוואָרן אַ מין קלאָאַקאַ פֿאַר אַלע טאַטעס קינדער פֿון גאָר דער ליטע, וואָס ווילן ניט זיך לערנען, וואָס זוכן דורך געלט צו באַקומען אַטעסטאַטן; עס איז געקומען צו דעם, אַז מיר האָבן אין אונדזערע הענט די קלאָרסטע ראַיות, אַז דאָס אָנקומען אין דער העברעיִשער גימנאַזיע איז געווען אָפֿט באַדינגט ניט דורך אויסהאַלטן די פֿעסטגעשטעלטע עקזאַמענס, נאָר דורך געבן שוחד.
מיר דערציילן וועגן די דאָזיקע אַלע שענדלעכע זאַכן ניט כּדי צו טרײַבן רכילות, ניט כּדי אָנצוקלאָגן די היגע העברעיִשע גימנאַזיע, נאָר כּדי איר זאָלט האָבן כאָטש אַ בלאַסע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, וואָסער פֿאָרעם עס האָט אָנגענומען דער קאַמף קעגן דער איינציקער ייִדישער גימנאַזיע אין ליטע, וואָס האָט געוואָלט שאַפֿן דעם געזונטן סינטעז אין דער שפּראַך־ און קולטור־פֿראַגע; כּדי איר זאָלט אײַנזען, אַז דאָ איז דער קאַמף צווישן אונדז מיט די העברעיִסטן געוואָרן גלײַכצײַטיק אַ שטרײַט פֿון פּרינציפּיעלקייט און קולטורקייט מיט דעמאַגאָגישקייט און מאָראַלישער געזונקענקייט. נאָר פֿון ווײַטן וועט מען סײַ ווי זיך דאָס ניט קענען פֿאָרשטעלן גענוג בולט...
דעם לעצטן זומער האָט שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרמאַכן די העברעיִשע גימנאַזיע. דאָס וואָלט געווען דער גרעסטער קלאַפּ פֿאַר דעם אויפֿגעבלאָזענעם און פֿון אינעווייניק צעפֿוילטן העברעיִסטישן שולוועזן. דאָס וואָלט געווען אַ מין momento mori פֿאַר דעם איצט זיגרײַכן העברעיִזם אין ליטע. האָט מען געמאַכט די לעצטע אָנשטרענגונגען און מען איז אַריבער אין אַ פֿאַרביסענער אָפֿענסיווע קעגן אונדז. אין ליטע איז פֿאַראַן בלויז איין ייִדישע צײַטונג; דאָס איז די “ייִדישע שטימע", וואָס אירע בעלי־בתּים זײַנען ציוניסטן־העברעיִסטן. האָט אין משך פֿון לעצטן זומער די “ייִדישע שטימע" געפֿירט אַ קאַמפּאַניע קעגן אונדז, דרוקנדיק אומפֿאַרשעמט־ליגנערישע אַרטיקלען, פֿאַרשיידענע אויסגעקלערטע קאָרעספּאָנדענציעס מיט שקרים וכדומה.
אין משך פֿון דעם זומער איז כּמעט יעדן שבת געווען אין ווילקאָמיר אַ ליטווישער ציוניסטישער גדול, און מעלדנדיק רעפֿעראַטן אויף אַזוינע כּשרע טעמעס ווי: “די איצטיקע לאַגע אין פּאַלעסטינע", אָדער “ווער בויט פּאַלעסטינע?" און נאָך אַזוינע ענלעכע — האָבן זיי זיך פֿאַרנומען מיט שיטן פּעך און שוועבל אויף אונדזער גימנאַזיע. מען האָט געדונגען ספּעציעלע אינסטרוקטאָרן, וואָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעטלעך אַרום ווילקאָמיר צו אַגיטירן קעגן שיקן אונדז שילערס. איצט, דעם זומער, האָבן מיר ניט געהאַט גענוג כּוחות, כּדי ווי געהעריק אָפּצושלאָגן דעם אָנגריף. אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַר־דרײַ־יאָרן איז די ייִדישע דעמאָקראַטיע אָפּגעשוואַכט, קיין אייגענע פּרעסע איז ניטאָ. אין לאַנד ווילדעוועט די קלעריקאַלע רעאַקציע, און ווי עס קריסטלט זיך — אַזוי ייִדלט זיך אויך. דאָך האָבן מיר אַלץ געטאָן וואָס מעגלעך אויפֿ–צוקלערן דעם עולם, ווי מיאוס און לעכערלעך עס זײַנען אַזוינע רייד, אַז מיר לערנען לאַכן פֿון רעליגיע (העברעיִסטן האָבן שטענדיק אָנגענומען די קריוודע פֿון רבונו של עולם), אַז מיר זײַנען אַנטיסעמיטן, אַז מיר, “ז’רגונים־חזירים", זײַנען במילא קאָמוניסטן און עוכרי־ישׂראל. מיר האָבן אויפֿגעהאַלטן די גימנאַזיע אונדזערע. די עלטערן און די קינדער זײַנען אונדז געבליבן טרײַ. דערפֿאַר אָבער האָט מען אונדז געבראַכט אַ גרויסן מאַטעריעלן שאָדן.
היות ווי די אַלליטווישע “תּרבות"־אָרגאַניזאַציע האָט פֿאַרדאָפּלט די סובסידיע פֿאַר דער אָרטיקער העברעיִשער גימנאַזיע, איז די קאָנקורענץ־גימנאַזיע געוואָרן מאַטעריעל פֿעסטער. מיר האָבן ניט געקענט שטעלן קיין העכערן שׂכר־לימוד ווי אין דער העברעיִשער גימנאַזיע, ווײַל אונדזערע שילער ווערבירן זיך פֿון ווייניק־פֿאַרמעגלעכע שיכטן, פֿון אַרבעטער, בעל־מלאָכות און קרעמערלעך (די רײַכערע זײַנען פֿון שטענדיק מער נוטה צום העברעיִזם). די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון ליטווישן ייִדנטום איז כּמעט אַ קאַטאַסטראָפֿאַלע. [...]


דאָיִקייט

דעמאָלט האָט מען אויך געשאַפֿן אַ טאָגלעכע צײַטונג, “די טעגלעכע צײַטונג" — דער רעדאַקטאָר איז געווען מוקדוני. די צײַטונג איז נאָך דעם אונטערגעגאַנגען, און אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם אונטערגאַנג [און] מיט דעם קאַמף צווישן “ייִדישער שטים" און “דער טעגלעכער צײַטונג" זײַנען געוואָרן צוויי ווערטער, וואָס איך האָב זיי געשאַפֿן און וואָס זיי זײַנען נאָך דעם געוואָרן זייער פּאָפּולער: די דאָרטיקע און די דאָיִקע, דאָרטיקייט און דאָיִקייט. דו פֿאַרשטייסט וואָס דאָס איז? די דאָרטיקע און דאָרטיקייט איז געווען דער ציוניזם און די דאָיִקע, די דאָיִקייט, דאָס זײַנען געווען די ניט־ציוניסטן, לאָמיר זאָגן. מיר האָבן אין 1922 די צײַטונג אונדזערע אַ נאָמען געגעבן “נײַס", און נאָך דעם, אין 1923 — אין צוזאַמענהאַנג מיט די וואַלן אין דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג — איז “נײַס" [געוואָרן] אַ וואָכנבלאַט.


אין ייִדישן נאַציאָנאַל־ראַט

אין דער זעלביקער צײַט ווען איך בין געבליבן דאָרטן איז אויסגעקומען צו שאַפֿן אין קאָוונע און אין אַנדערע [ערטער] די פֿאָלקספּאַרטיי, אַפֿילו צוליב דעם כּדי צו קריגן אונטערשטיצונג פֿאַר דער גימנאַזיע, וואָס האָט ניט געקענט קיין מאָל לעבן אַליין און געדאַרפֿט האָבן אונטערשטיצונג פֿון אַנדערע. איך האָב שוין דעמאָלט אָנגעהויבן אַרומפֿאָרן אין דער ליטע מיט רעפֿעראַטן. איך בין ביסלעכווײַז געוואָרן זייער פּאָפּולער און עס האָט זיך שוין אָנגעהויבן, אַז די ציוניסטן האָבן מיך גערופֿן דאָס “מאַרקייִדל".
איך וועל גיין איצט זייער גיך. אין 1923 איז געשאַפֿן געוואָרן אַ קאָאַליציע צווישן די ציוניסטן און פֿאָלקיסטן. דער ערשטער ייִדישער מיניסטער, סאָלאָווייטשיק — וואָס איז, אַגבֿ, געווען איינער פֿון דער גרופּע פֿון די אַן ערך 100 אינטעלעקטואַלן אין פּעטראָגראַד — איז אַוועק, אָדער האָט געמוזט אַוועק. דער פֿאָרזיצער פֿון דעם נאַציאָנאַל־ראַט איז געווען אַ ציוניסט, אָבער זייער אַ פֿײַנער עלטערער מענטש, אַן אַדוואָקאַט. און מע האָט געמאַכט אַ קאָאַליציע וואָס איז באַשטאַנען אין דעם, אַז ער איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון נאַציאָנאַל־ראַט און איך בין געוואָרן דער סעקרעטאַר פֿון נאַציאָנאַל־ראַט. איך האָב אויף מער ווי אויף אַ האַלב יאָר פֿאַרלאָזן ווילקאָמיר און אַריבער קיין קאָוונע [ווי] סעקרעטאַר פֿון נאַציאָנאַל־ראַט.
דאָס איז געווען אין אָנהייב 1923 און איך בין דעמאָלט געווען צווישן 25 און 26 יאָר אַלט. מײַנע אַלע אָנגעשטעלטע (איך האָב געהאַט איבער 40 אָנגעשטעלטע, דערנאָך מער), [זיי] זײַנען געווען אַלטע ייִדן אָדער פֿאַרשיידענע גרויסע מאַכערס — איינער איז געווען פֿון יענער אָפּטיילונג, פֿון דער אַנדערער אָפּטיילונג. איך האָב געהאַט פֿון אָנהייב פֿון זיי היפּש ביסל שוועריקייט ביז וואַנעט איך האָב זיי דיסציפּלינירט. און דורכגעפֿירט וואַלן, וואָס זײַנען דאָס ערשטע מאָל געווען אין די ייִדישע תּפֿוצות, און דאָס איינציקע מאָל. אַזעלכע וואַלן זײַנען געווען אין ארץ־ישׂראל שפּעטער: אַלגעמיינע, גלײַכע, געהיימע, דירעקטע און פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. אָט דער חלום וואָס איז געווען אין 1917, אַזאַ מין זאַך איז פֿאָרגעקומען.
אָבער דעמאָלט זײַנען שוין די ציוניסטן געווען זייער שטאַרק אין ליטע. [עס זײַנען] געווען גרויסע צרות מיטן גאַנצן לינקן פֿליגל: דער "בונד" האָט שוין ניט עקזיסטירט; אַ גרויסע טייל פֿון זיי זײַנען געוואָרן קאָמוניסטן. עס זײַנען געווען אַזעלכע פֿראַקציעס: בונדיסטן, לינקע פּועלי־ציון, פֿאָלקיסטן, עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מינים ציוניסטן, ביז די רעכטע, וואָס זײַנען געווען די מזרחי. ווײַטער ווי די מזרחי, די גאָר פֿרומע האָבן זיך אין די וואַלן ניט באַטייליקט.
[מיר האָבן] דורכגעפֿירט די וואַלן און מיטן גרעסטן קנאַק דורכגעפֿירט די אַלע זיצונגען. אונדזער אייגענע פֿראַקציע איז גאָר נישט געווען קיין גרויסע, [זי] איז באַשטאַנען פֿון 5 מענטשן. אמת, מיט אונדז זײַנען נאָך געגאַנגען די האַנטווערקער, וואָס זײַנען געגאַנגען אַליין — מיר האָבן געלאָזט זיי גיין, כּדי עס זאָל זײַן מערערע. דאַכט זיך, ס’איז געווען 4 האַנטווערקער און די 5 פֿאָלקיסטן.


אַן איינהייטלעכע
שול־סיסטעם

מיר זײַנען געקומען מיט אַן אידעע וועגן אַן אַנדער שול־סיסטעם ווי ס’איז געווען. אין ליטע האָט מען אײַנגעשטעלט דרײַ מינים שול־סיסטעמען: די פֿרומע שול־סיסטעם, די שול־סיסטעם אויף העברעיִש, די שול־סיסטעם אויף ייִדיש. כּמעט אַלע שולן אויף ייִדיש זײַנען דעמאָלט געווען שוין אין די הענט פֿון די קאָמוניסטן, חוץ, פֿאַרשטייט זיך, דער ווילקאָמירער גימנאַזיע און נאָך עטלעכע אַזעלכע שולן. די דרײַ ריכטונגען זײַנען געווען צוליב פּשרות און כּדי מע זאָל זיך ניט קריגן איינע מיט די אַנדערע. אונדזער שטאַנדפּונקט איז געווען, עס מוז זײַן איין שול־סיסטעם, און די שול־סיסטעם דאַרף געבויט ווערן אויף פּשרות. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע דאַרף דאָרטן לערנען אַלץ אויף ייִדיש, מע דאַרף דאָך לערנען אַ סך העברעיִש, און היפּש ביסל תּנ"ך און נאָך אַזעלכע זאַכן. אָבער מע קען ניט צערײַסן דאָס פֿאָלק אויף צוויי, אויף דרײַ באַזונדערע טיילן. מע האָט גענוג פּראַקטישע מאָטיוון פֿאַר וואָס מע קען עס ניט אויספֿירן. דער רעזולטאַט איז געווען אַן אָפּשטימונג, אַ פּשרה, אַז אין די העברעיִשע שולן זאָל מען לערנען ייִדיש און אין די ייִדישע זאָל מען לערנען העברעיִש. אָבער אויך די פּשרה איז שפּעטער אין לעבן ניט דורכגעפֿירט געוואָרן.
די אַנטוויקלונג פֿון דער ווילקאָמירער גימנאַזיע, פֿון די אַלע לימודים, פֿון די פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען, האָט געהאַט אַ השפּעה אויך אַפֿילו אויף אַזאַ גרויסער שטאָט ווי אויף ווילנע. 1926 איז געווען אונדזער בעסט יאָר, ווײַל אין 1926 איז אויך צוריקגעקומען צו דער מאַכט די לינקע ליטווישע קאָאַליציע, די קאָאַליציע פֿון ליטווישע פֿאָלקיסטן און סאָציאַל־דעמאָקראַטן. אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם איז אונדזער סיים־דעפּוטאַט, פֿינקלשטיין, געוואָרן אַ נאָענטער צו דער גאַנצער מלוכה, ווײַל די ליטווישע לינקע מדינה־פֿירערס פֿלעגן קומען בײַ אונדז זיך האַלטן עצות. ער איז געווען דער בעסטער אַדוואָקאַט וואָס ס’האָט דעמאָלט געהאַט קאָוונע.
נאָך דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג האָב איך באַשלאָסן ווידער זיך צוריקצוקערן אין דער גימנאַזיע, כאָטש דעמאָלט איז נאָך געווען די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון דער גימנאַזיע אויסערגעוויינטלעך אַ שווערע. דאָס איז געווען איידער מע האָט אַרײַנגעבראַכט אַ “ליט", די נײַע מטבע, און עס זײַנען געווען “אָסטמאַרקן" [וואָס] זײַנען געוואַלדיק געפֿאַלן. מע האָט יעדן חודש גענומען פֿון די עלטערן אַן אַנדער שׂכר־לימוד, אָבער ס׳איז אַלע מאָל געווען ווייניק. ס׳איז געווען כּמעט אַ האַלב יאָר ווען מיר האָבן זיך גענערט מיט שוואַרץ ברויט און זויערע אוגערקעס.

(המשך אין קומענדיקן נומער)