די פֿאָלקספּאַרטיי
דעמאָלט, [ווי] איינע פֿון די ערשטע דרייענישן, נאָך איידער ס’איז אַרויס דאָס געזעץ וואָס האָט אָפּגעשאַפֿט אַלע ייִדישע געזעצן, האָט די גרופּע מיט וועלכער איך האָב זיך באַקאָנט אויפֿן ריגער פּראָספּעקט, צוזאַמען מיט דובנאָוו און מיט זײַן גרופּע, באַנײַט די פֿאָלקספּאַרטיי. זיי האָבן געשאַפֿן פֿאַקטיש די פֿאָלקספּאַרטיי אין מאַרץ פֿון 1917. די צוויי פֿאַרשיידענע גרופּעס זײַנען געווען צוזאַמען אַזוי ווי פֿריִער: די גרופּע וואָס זײַנען געווען מיט דובנאָוון אַלע מאָל — מער אַן אידעאָלאָגישע גרופּע ווי אַ גרופּע וואָס ווילן דורכפֿירן עפּעס וואָס אין פּראַקטישן לעבן; און די וואָס זײַנען געווען פֿריִער, אין 1905, מיטגלידער פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען און וואָס זיי זײַנען געוואָרן נאָך דעם פּראַגמאַטישער, פּראַקטישער, און זיי זײַנען [דעריבער] געוואָרן מיטגלידער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. ווען די פֿאָלקספּאַרטיי האָט שפּעטער זיך באַטייליקט אין די ערשטע וואַלן אין דער ייִדישער קהילה, [זײַנען] פֿון 70 אויסגעקליבענע געווען 7 אָדער 8 פֿאָלקיסטן, וואָס איז פֿאַר אונדז געווען אַ קאָלאָסאַלער דערפֿאָלג. מיר האָבן אייגנטלעך נישט געהאַט קיין מאַסן, נישט קיין אָרגאַניזאַציע אאַז"וו.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין געווען געוואַלדיק פֿאַרנומען מיט די דאָזיקע אַלע זאַכן. איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין דעם סעקרעטאַריאַט וואָס מע האָט געמאַכט פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. מיר האָבן אָפּגעדונגען אַ פּאָר צימערן אויף אַ גאַס ערגעץ וווּ און מיר האָבן דאָרטן שוין אָנגעהויבן פֿאַרבינדן זיך מיט מענטשן, שרײַבן, [אַז] מענטשן זאָלן צושטיין צו דער פֿאָלקספּאַרטיי, אָרגאַניזירן. ביז וואַנעט מיר האָבן אָרגאַניזירט די ערשטע גרויסע פֿאָלקס־פֿאַרזאַמלונג, איז געווען דער צווייטער טאָג שבֿועות.
עס זײַנען געווען אַזעלכע חלומות: “עס הייבט זיך אָן אַ נײַע וועלט", און עס זײַנען [טאַקע] געווען פֿײַנע זאַכן. ס׳איז געקומען נאָך דעם דער חודש מײַ, דער חודש יוני, דעמאָלט האָט מען גענומען מאַכן וואַלן אין דער גאַנצער שטאָט פּעטראָגראַד. (ביז איך בין אַליין אַהיים געפֿאָרן איז נאָך אַלץ געווען פּעטראָגראַד; לענינגראַד איז געוואָרן ווען לענין איז געשטאָרבן.)
דער שרײַבער א. ווײַטער
איצט קומט מיר אויס צו דערציילן וועגן נאָך אַ מענטשן, וואָס האָבן געהאַט אַ ווירקונג אויף מיר. עס האָבן ביסלעכווײַז גענומען קומען פֿאַרשיקטע פֿון סיביר, די וואָס מע האָט פֿאַרשיקט אויף אייביקער קאַטאָרגע און אויף לאַנגע יאָרן. מע האָט ניט געדאַרפֿט וואַרטן, אַז עמעצער האָט געדאַרפֿט קריגן פֿון אַ העכערן אַמט אַ באַשטעטיקונג, מע האָט סתּם, אַזוי צו זאָגן: “גיי!" איז אויך צווישן די פֿאַרשיקטע פֿון סיביר אַ ייִדישער שרײַבער וואָס האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן עטלעכע דראַמעס. ער האָט געהאַט אַ לאַנגן, קאָמפּליצירטן און אַזאַ מין סלאַווישן פֿאַמיליע־נאָמען [דעווענישסקי], אָבער גערופֿן האָט ער זיך “ווײַטער" און אַלע האָבן אים גערופֿן “ווײַטער". ער האָט אָנגעשריבן אַ דראַמע “דער שטומער", [און] נאָך דראַמעס, [געווען] אַ גאַנץ גוטער שרײַבער. ער איז אין סיביר געווען ביז צו דער רעוואָלוציע, איך מיין, פֿון זעקס יאָר, אפֿשר מער נאָך. אַן אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטער מענטש, אַ בונדיסט. אין 1905 איז ער געווען פֿון די פֿירערס פֿון די בונדיסטן, פֿון זייער געהיימען צענטראַל־קאָמיטעט. ער האָט אין די יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע, און נאָך דעם, אין די יאָרן ווען ער איז געווען אין סיביר, אַ היפּש ביסל זיך אַנטוישט אין אַלע זײַנע אידעאָלאָגיעס. איז ער געקומען, פֿאַרשטייט זיך, צו דער גרופּע וואָס איך האָב פֿריִער דערמאָנט, אָט אָ די וואָס האָבן געשאַפֿן די פֿאָלקספּאַרטיי; ניט מער צו זײַנע בונדישע חבֿרים, נאָר צו די וואָס ער האָט געקענט פֿון פֿריִער און געהאַלטן פֿון זיי: צו ניגערן [און] די איבעריקע. דאָרטן האָט ער זיך באַקאָנט מיט מיר און ער האָט אין מיר געפֿונען אַ פּאָר אויערן. ער האָט יאָרן לאַנג מיט קיינעם ניט גערעדט און איז געווען דאָרשטיק צו רעדן. ווען אַלע זײַנען געווען יום־טובֿדיק רעוואָלוציאָנער, איז ער געקומען מיט אַ שווער געפֿיל, פֿאַרחושכט און אַנטוישט און מיט געוואַלדיקע ווייטיקן. און געקומען מיט אַזעלכע אַנטי־מאַרקסיסטישע אידעען, וואָס ער האָט פֿריִער שוין אויך זיך געהאַט, זאָגט מען. זאָגט ער: “ווי קען מען איבערמאַכן די געזעלשאַפֿט, אַז מע קען ניט איבערמאַכן דעם מענטש?" ער האָט גערעדט וועגן דעם, אַז דער מענטש איז דער סוד פֿון אַלצדינג, און אַז ער האָט אין זײַנע אייגענע חבֿרים, אין זײַנע אייגענע פֿרײַנד, ניט געפֿונען גענוג קרבנות־גרייטקייט און אַ גענוג ערנסטע באַציִונג צו רעוואָלוציע. אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען נאָר באַרימער, און אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען ייִנגליש און קינדער, און זייער אידעאַליזם איז געווען נאָר פֿון בראַוווּר, זיי האָבן קיין מאָל קיין זאַך זיך ניט אויסגערעכנט, [נישט פֿאַרשטאַנען] פֿון מענטשלעכע ווערטן. אַז זיי האָבן זיך קיין מאָל ניט פֿאַרנומען מיט זיך אַליין, צו אַנטוויקלען, און זיי האָבן נישט גענוג געלייענט, ניט געטראַכט און ניט געקענט די וועלט. [ער איז געקומען] מיט אַ גאַנצער באַשולדיקונג קעגן די דאָזיקע, דער עיקר די בונדישע, אָבער ניט נאָר די אייגענע מענטשן.
ס׳איז דעמאָלט געווען נעכט אָן טעג, סוף מײַ, יוני, אָנהייב יולי. די גאַסן זײַנען געווען לעבעדיקע. מע האָט זיך געגרייט צו די וואַלן אין דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג. מע פֿלעגט אויף יעדן ראָג רעדן, ער האָט זיך אויך אַ פּאָר מאָל אַוועקגעשטעלט רעדן. אַפֿילו איך האָב זיך אַ מאָל אַוועקגעשטעלט רעדן — פּשוט ווי אַ פּרוּוו. מען האָט אַלע מאָל גערעדט וועגן ברידערלעכקייט און וועגן די נײַע תּקופֿות, די נײַע האָריזאָנטן — דאָס איז געווען די פֿראַזעאָלאָגיע פֿון יענער צײַט: ס׳איז געווען אַזאַ מין “בראַצטוואָ" (братство) — ברידערלעכקייט, פֿרײַנדשאַפֿט, קאָאָפּעראַציע, שותּפֿות. קיינער האָט ניט געזאָגט, למשל, אַזאַ וואָרט ווי מאַרקסיזם. ס׳איז ניט געווען אין גײַסט פֿון דער צײַט צו ניצן אַזעלכע ווערטער. אָבער די לאָזונגען פֿון דער גרויסער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע זײַנען יאָ געווען: גלײַכהייט, ברידערלעכקייט, און, פֿאַרשטייט זיך, פֿרײַהייט. אַלע זאָגן וואָס דאָס איז פֿרײַהייט, ווי עס וועט זיך אַנטוויקלען גוט דער מענטש, ווי עס וועט קינאה אַוועקפֿאַלן, און ווי עס וועלן אַוועק אַלערליי די דאָזיקע אַלע [שלעכטע] זאַכן.
[ווײַטער] פֿלעגט מיר טאַקע דערציילן פֿאַרשיידנסטע אינטערעסאַנטע זאַכן. ער איז געווען אין ווײַטן סיביר. ער איז געווען אין הויז פֿון אַ שאַמאַן פֿון איינעם פֿון די שבֿטים, פֿון אַזאַ מין מכשף אָדער “כּהן". און ער האָט חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון דעם שאַמאַן, ער האָט מיט איר געהאַט צוויי אָדער דרײַ קינדער. און ער האָט זיי אַלעמען פֿאַרלאָזט. ער האָט זיך געפֿילט ניט גוט, און ער איז געווען די קאַסאַנדרע, וואָס האָט געהאַלטן אין איין טענהן און איין רעדן וועגן דעם. וועגן דעמאָלט האָב איך דאָך אויך געדאַרפֿט אַ מאָל שרײַבן — אַ ביסל האָב איך דערציילט אַ פּאָר [מאָל].
ער האָט דערציילט וועגן געוואַלדיק אינטערעסאַנטע שטריכן פֿון זייער לעבן [אין סיביר], פֿון זייערע אײַנפֿירן. אַ חתונה איז בײַ זיי געווען מיט זייער ווייניק פּאַראַד. דער עיקר פֿון דער חתונה איז געווען ווי דער פֿאָטער פֿירט אַרײַן די טאָכטער צו דעם קומענדיקן איידעם אין דער כאַטע, אין צימער. ווען איז דאָרטן געווען די שׂימחה? ווען זי האָט דערפֿילט, אַז זי איז שוואַנגער. און זי בוקט זיך צום מאַן ביז צו דער ערד און זאָגט אים, אַז זי איז שוואַנגער. דער פֿאָטער מאַכט דעמאָלט אַ שׂימחה. דאָס איז אַ שידוך! איך האָב אייגנטלעך קיין מאָל ניט געלייענט ערגעץ וווּ אַזאַ זאַך, ס׳איז פֿול מיט זינען. ס׳איז דאָ שיינקייט אויך אין דעם לעבן.
די באָלשעוויקעס
איך בין געוואָרן אַלץ מער און מער פֿאַרנומען מיט דער פֿאָלקספּאַרטיי, מיט די וואַלן, מיט זיצונגען פֿון פֿאַרשיידענע פּשרות פֿון ייִדישע פּאַרטייען — ביז עס האָבן זיך אָנגעהויבן די גרויסע שווערע צײַטן. ערשטנס, מיטן קומען פֿון לענינען און פֿון זײַנע מענטשן קיין רוסלאַנד. [זיי] האָבן אָנגעהויבן פֿון דעם וואָס איז געווען דאָס שוואַכסטע אין רוסלאַנד: שלום. “עס גייט אין שלום", [האָט מען געזאָגט]. “מיר שיסן ניט. מע וועט שיסן אויף אונדז? מע וועט ניט שיסן. מע הייסט אונדז, די סאָלדאַטן, גיין פֿאָרויס, [אָבער] מיר גייען ניט". ספּעציעל האָט מען [אַזוי] געמאַכט, ווען קערענסקי האָט אָרגאַניזירט אַן אָפֿענסיווע אויף דעם פֿראָנט [אין] גאַליציע. אויפֿהערן פֿאָלגן די גענעראַלן, אויפֿהערן פֿאָלגן די אָפֿיצירן, נישט גיין אויף קיין אָפֿענסיווע. “מען דאַרף נישט מאַכן קיין אָפּמאַכן וועגן שלום", האָט מען געזאָגט, “מען הערט אויף זיך צו שלאָגן, איז שלום! וועט דער דײַטש פֿאַרנעמען? עס איז ניט אַזאַ נעמען ווען מען גיט עס אָפּ. רוסלאַנד איז גענוג גרויס". דאָס איז געווען די ערשטע זאַך.
נאָך דעם איז געקומען אַ צווייטער לאָזונג, אַ באָלשעוויסטישער: אַוודאי וויל מען אײַך געבן ערד, און אַוודאי געהערט אײַך די ערד; אָבער איר דאַרפֿט ניט וואַרטן ביז עס וועט קומען די נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג און מע וועט ליקווידירן דעם ערדבאַזיץ פֿון די פּריצים און אײַנטיילן [אים] צווישן די וואָס באַאַרבעטן די ערד. נעמט די ערד! ס׳איז ניט געווען [קיין] קאָלעקטיוון, ניט [קיין] קאָלכאָזן און אַזעלכע. פּשוט: נעמט די ערד פֿאַר זיך!
איך האָב עס אַליין געהערט פֿון אַ פּשוטן פּויער אָדער [פֿון איינעם] וואָס איז געווען אויפֿן פֿראָנט, אָדער פֿון אַרבעטער. יענע האָבן געהייסן “באָלשעוויקי" און די הייסן “מענשעוויקי", האָט מען עס אויסגעטײַטשט: יענע ווילן מער ערד און די ווילן ווייניקער. פֿאַר וואָס זאָלן מיר זײַן פֿאַר די וואָס ווילן ווייניקער? מיר זײַנען פֿאַר די וואָס ווילן מערער. עס קען קלינגען ווי אַ ווילדע זאַך, אָבער איך בין אַן עדות פֿון דעם, אַז איך האָב עס ניט איין מאָל געהערט. [גאָרניט וועגן] לענין אָדער מאַרקס אָדער ווער עס זאָל ניט זײַן; די זײַנען “באָלשעוויקי" און די זײַנען “מענשעוויקי" — געענדיקט. (מענשעוויקי [מיינט] “ווייניקער". [דער נאָמען שטאַמט] פֿון אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון [1903]; די מערהייט איז געווען דעמאָלט מיט לענינען, האָט מען [זײַנע מענטשן] גערופֿן “באָלשעוויקי", און אַזוי איז עס געבליבן. וווּ האָט מען געקענט זאָגן סאָציאַל־דעמאָקראַט? אַלע זײַנען [דאָך געווען] סאָציאַל־דעמאָקראַטן.
מען האָט באמת ניט געוווּסט וואָס דאָס איז דעמאָקראַטיע. דאָס איז געווען אַ לאַנד וווּ עס זײַנען קיין מאָל קיין [אמתע] וואַלן נישט געווען. ס׳איז געווען וואַלן: וואַלן פֿאַר געקליבענע, פֿאַר די וואָס האָבן געהאַט הײַזער און נאָך אַזעלכע זאַכן — אָבער פֿאַר דעם פּשוטן אַרבעטער איז דאָך ניט געווען קיין שטימרעכט, אָדער אויב ס׳איז געווען, איז געווען קוים־קוים. מע דאַרף דאָך ניט פֿאַרגעסן, אַז בײַ די וואַלן אין די דומעס איז נישט געווען קיין אַלגעמיינע גלײַכע וואַלרעכט.
די “יולי־טעג"
און ס׳איז געוואָרן אַלץ שווערער. דעם 3טן יולי האָט טראָצקי געפּרוּווט מאַכן אַן איבערקערעניש מיט דער הילף פֿון די מאַטראָסן פֿון קראָנשטאַט. האָבן די מאַטראָסן זיך אַוועקגעזעצט [אויף] אַזעלכע אַלטע פּלאַטפֿאָרמעס, געשטאַנען מיט ביקסן און געשאָסן. זיי זײַנען געפֿאָרן איבער די גאַסן און געשאָסן אויפֿן עולם. [ווי] מע קען אַזוי מאַכן אַ רעוואָלוציע, ווייס איך ניט, [אָבער] אַזוי האָבן זיי געמאַכט, און פֿאַרשטייט זיך, אַז [זיי פֿלעגן] תּמיד מאַכן אַזוי. זיי האָבן געשאָסן, עס זײַנען געווען קרבנות און געענדיקט.
איך בין גראָד דעמאָלט געקומען פֿון מאָסקווע. ס׳איז געווען דער סוף פֿון דער ערשטער פּאַרטיייִשער קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 29סטן יוני און געענדיקט דעם 2טן יולי. איך בין געקומען די נאַכט פֿון 2טן יולי, אויפֿן 3טן יולי אין פּעטראָגראַד. און אַזוי ווי מע איז אַרומגעפֿאָרן און געשאָסן, זײַנען קיין טראַמווײַען נישט געגאַנגען, בין איך געגאַנגען צו פֿוס מיטן לענינסקי פּראָספּעקט צוצוקומען מיט סאַדאָווע און געקומען אַהיים. מע איז שוין געווען צוגעוווינט, אַז מע שיסט אין די גאַסן — נו, שיסט מען. איך בין געקומען אַהיים, איך האָב אַראָפּגענומען דאָס היטל, האָב איך געזען, אַז דאָס היטל איז דורכגעשאָסן.
מען האָט טאַקע [די באָלשעוויקעס] דערשטיקט, אָבער ניט אין גאַנצן און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ טעות. זיי זײַנען [אַנטלאָפֿן]. (די אַלע זאַכן פֿון דער רעוואָלוציע, וואָס מע קען געפֿינען אין יעדן בוך דאַרף איך דאָך ניט דערציילן.) [לענין] איז אַריבער קיין פֿינלאַנד און נאָך דעם האָבן זיי פֿאַרנומען אַ ווילע און פֿון דער ווילע האָבן זיי געמאַכט אַזאַ מין צענטער. נאָך דעם האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאָנטער־רעוואָלוציע מיט גענעראַל קאָרנילאָוו, וואָס איז דורכגעפֿאַלן, אָבער האָט [פֿאָרט דערנענטערט] די באָלשעוויסטישע איבערקערעניש.
דובנאָוו שרעקט זיך
אין די דאָזיקע כאַאָטישע צײַטן זײַנען מיר נאָך אַלע געווען דורכגענומען מיט פֿרייד און מיט שׂימחה. מען האָט געהאַלטן: וואָס וועט לענין טאָן? ער וועט פֿאַרנעמען אַ טאָג די מאַכט, וועט מען [אים] גלײַך אַרונטערנעמען. [אַזוי] איז געווען די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג. אין יענער תּקופֿה איז געווען איין מענטש וואָס האָט אַנדערש געטראַכט פֿון צווישן אונדז און דאָס איז געווען דובנאָוו. דעם צווייטן טאָג פֿון [?] [האָב איך] אין דער פֿרי צושפּאַצירט צו דובנאָווס דירה. ס׳איז געווען אַ ווײַטער מהלך פֿון גיין, אָבער איך בין געגאַנגען. ווען איך בין געקומען, בין איך אַרײַן — מע האָט ניט געוווּסט, אַז איך קום. איך האָב געטראָפֿן דובנאָוון בײַ זיך אין זײַן אַרבעטס-צימער. ער איז געזעסן מיט אַן אָפֿענעם מחזור און די אויגן זײַנען געווען אין גאַנצן פֿאַרוויינט. ער האָט זיך געפֿילט נישט גוט, מיר איז דאָס געווען זייער מאָדנע. ער איז מיר אין דעם מאָמענט געוואָרן אַ סך נעענטער — נישט דער וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין מיט אידעאָלאָגיעס און פּראָגראַמען און מיט [דער פֿראַגע], מיט וואָס עס דאַרף זיך פֿאַרנעמען אָדער עס דאַרף זיך ניט פֿאַרנעמען אַ ייִדישע קהילה, נאָר אַ מענטש מיט אַ געבראָכענעם געמיט, וואָס קומט אָן צו תּפֿילה, ווען אים איז שווער אויפֿן האַרצן. ער האָט זיך באַרויִקט און ער האָט גענומען רעדן וועגן דעם, ווי שווער עס איז די לאַגע איצט אין רוסלאַנד און ווי שווער עס איז די לאַגע איצט פֿון דער רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי. נישט נאָר פֿון דער פּאַרטיי וואָס איז בײַ דער מאַכט, נאָר אויך פֿון די וואָס וועלן אפֿשר פֿאַרנעמען די מאַכט. און אויך בכלל די אויסזיכטלאָזיקייט פֿון דער איצטיקער סיטואַציע.
[דובנאָוו] האָט ניט אַזוי מורא געהאַט פֿאַר דער קאָנטער־רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג פֿון גענעראַל קאָרנילאָוו ווי ער האָט גערעדט וועגן דעם, אַז אַזוי שאַפֿט זיך טעראָר, אַז אַזוי שאַפֿט מען די פֿאַרשאַרפֿונג פֿון רעוואָלוציע. אַזוי האָבן [זיך אָנגעהויבן] די גרויסע צרות ווען עס קומט אַ קאָנטער־רעוואָלוציע, וואָס עס גיט זיך איר נישט אײַן און עס ענדיקט זיך נאָך מער מיט פֿאַרגיסן בלוט. דאָס זײַנען געווען זייער מאָדנע רייד, ווײַל דאָס איז געווען אומגעפֿער סעפּטעמבער [און] די קאָמוניסטן זײַנען נאָך נישט געווען בײַ דער מאַכט.
איך האָב נאָך דעם געטראַכט זייער שווער און מע קען זאָגן ביטער, אַז עס זײַנען דאָ צוויי מענטשן מיט פֿאַרשיידענע דערפֿאַרונגען, וואָס זיי זײַנען פֿאַרחושכטע. דאָס איז דער ווײַטער, וועגן וועלכן איך האָב דערציילט, און דובנאָוו, וואָס טראַכט אַלצדינג פֿון אַ היסטאָרישן שטאַנדפּונקט און ער וואַרט אויף די גרויסע צרות וואָס דאַרפֿן קומען פּונקט ווי עס איז געווען די גרויסע תּקופֿה פֿון טעראָר אין דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. איך חזר איבער, אַז דעמאָלט איז נאָך קיין שום טעראָר נישט געווען, און אַז די קערענסקי־רעגירונג איז גראָד געווען אַזאַ רעגירונג, וואָס האָט קיינעם כּמעט ניט געשטערט. מע האָט דאָך די קאָמוניסטן אויך כּמעט ניט געשטערט. זייער פֿרײַ האָבן זייערע פֿאָרשטייער גערעדט אויף די זיצונגען פֿון די פּויערים און די סאָלדאַטן, אָדער ווי עס האָט געהייסן: אַרבעטער, פּויערים, און סאָלדאַטן־דעפּוטאַטן.
>