זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


פּאָגראָמען

דערווײַל איז אין דעם ייִדישן לעבן געווען כּלערליי זאַכענישן. נאָך פֿריִער, אונטער קערענסקי, האָט אוקראַיִנע כּמעט געשאַפֿן אַן אייגענע מלוכה, און אין אוקראַיִנע איז געווען אַ ייִדישער מיניסטער — ביז דער גאַנצער ענין מיט אוקראַיִנע איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט ייִדיש בלוט אין דעם יאָר 1919. אין דער צײַט פֿון דעם בירגערקריג, האָבן אַלע, ווער עס האָט נאָר געקענט, געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. און נאָך עפּעס אַ פּונקט וואָס מע ווייסט ניט און וואָס אין דעם [איז] קיין שום ספֿק ניטאָ: אויך די באָלשעוויקעס האָבן אין אַ סך פֿאַלן געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. ווײַל סוף־כּל־סוף, זײַנען ביידע זײַטן, אי בײַ די קאָנטער־רעוואָלוציאָנערן, אי בײַ די באָלשעוויקעס, געווען גענוג אָפּפֿאַל, גענוג כּללערליי באַנדיטן, וואָס בײַ יעדער געלעגנהייט האָבן זיי פֿריִער פֿון אַלץ געוואָלט רויבן, הרגענען, פֿאַרגוואַלדיקן. אָבער דאָס איז שוין געווען אין 1919, ווען איך אַליין בין שוין געווען אָפּגעטיילט און אָפּגעריסן פֿון זיי.


אַנאַרכיע

אין פּעטראָגראַד איז לעבן געוואָרן אַלץ שווערער. עס איז געווען אַן אמתע און אַן עכטע אַנאַרכיע אין דער צײַט, בכל־אופֿן אין דעם ערשטן יאָר אונטער די באָלשעוויקעס. פֿריִער פֿון אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן, אַז סאָלדאַטן, וואָס די מאַכט האָט געשיקט אַכטונג געבן אויף די גאַסן, אויפֿן אָרדענונג, פֿלעגן באַפֿאַלן און אויסראַבעווען די לאַגערן פֿון בראָנפֿן. געשיקט האָט מען זיי אַלע מאָל, אַז מע זאָל די אַלע בראָנפֿנס צעגיסן, די פֿעסער בראָנפֿן צעברעכן, דער בראָנפֿן זאָל אויסרינען. איז דאָס בילד געווען אָפֿט אַזאַ מין שרעקלעכער און אָפּשטויסנדיקער: מענטשן פֿלעגן זיך וואַלגערן אויף דער גאַס, כּדי צו קענען פֿון שמוץ אַ לעק טאָן אַ ביסל בראָנפֿן. אַנדערע פֿלעגן פּשוט נעמען און פֿונאַנדערטיילן בראָנפֿן זיך און די אַלע וואָס קומען, וואָס שטייען אַרום. אַז מע האָט געשיקט אַ צווייטע אָפּטיילונג צעטרײַבן די ערשטע און מאַכן אַ שטיקל אָרדענונג, פֿלעגט די צווייטע אָפּטיילונג אויך צושטיין צו די, וואָס פֿלעגן טרינקען דעם בראָנפֿן.
[נאָכן] טרינקען דעם בראָנפֿן, פֿלעגט מען זיך שלאָגן, זיך שטעכן, האָט מען געקענט זיך שיסן. און עס איז געווען בכלל אַ צײַט, ווען מע האָט ניט געקענט דורכגיין אַ גאַס און ניט הערן קיין שיסערײַ. אין דער זעלביקער צײַט האָט מען אָן אַ סוף געראַבעוועט. אַ מענטש האָט געקענט אַרויסגיין אין גאַס און קומען אַהיים, אַפֿילו ווען ס׳איז געווען אַ קאַלטער טאָג, אין אונטערהויזן. דאָס איז ניט געווען ראַבעווען בײַ נאַכט, [נאָר פּשוט אין מיטן טאָג]: אָפּשטעלן אים, אים אויסטאָן, און זאָגן “גיי". און מענטשן וואָס גייען פֿאָרבײַ, גייען פֿאָרבײַ. יעדערן איז טײַער זײַן לעבן.


הונגער

וואָס זשע האָט מען געגעסן? וויי, וואָס מע האָט געגעסן. אַז מע פֿלעגט אַ מאָל קריגן טרוקענע אַרבעסלעך אָדער די גרינע אַרבעסלעך, איז דאָס געווען אַ גרויסער יום־טובֿ און די מאַמע האָט געקענט מאַכן אַ זופּ אאַז״וו. אין דעם לעצטן האַלבן יאָר פֿלעגט יעדער איינער קריגן אַ געוויסע טייל פֿון ברויט: מע האָט אָנגעהויבן פֿון אַ האַלבן קילאָ, נאָך דעם איז געוואָרן אַ פֿערטל קילאָ, נאָך דעם אַפֿילו ווייניקער. ברויט און פֿיר טרוקענע געזאַלצענע פֿישעלעך פֿלעגט מען עסן. איך געדענק איין מאָל צוזאַמען מיט מײַן ברודער מענדלען — יעמאָלט בין איך שוין געווען מיט מײַן ברודער מענדלען זייער אַ נאָענטער. מענדל איז צוגעשטאַנען און געוואָרן אויך אַ טעכנישער, פֿרײַוויליקער אַרבעטער אין דער פֿאָלקספּאַרטיי. מיר זײַנען ווידער געוואָרן ברידער; אייגנטלעך, זײַנען מיר [ערשט] יעמאָלט געוואָרן ברידער, ווײַל ביז יעמאָלט האָב איך אים כּמעט ווי ניט געהאַט פֿאַר די אויגן ווי אַ ברודער, [ביז] נאָך דער [פּטירה פֿון] דעם ברודער ישׂראל, וואָס איך האָב שוין דערציילט. מען איז שטענדיק אַרומגעגאַנגען הונגעריק. ס’איז נאָך געווען די סיסטעם, אַז 5:00־5:30 קומט מען אַהיים עסן וועטשערע, אומאָפּהענגיק פֿון דעם, וווּ מע איז און, וווּ מע דרייט זיך אין די גאַסן אָדער וואָס מע טוט. איך האָב געהאַט פֿולע קעשענעס מיט “קערענקעס" — דאָס איז געווען מטבעות פֿון 40 רובל און פֿון 20 רובל, אָבער זייער ווערט איז שוין מער קיין ווערט ניט געווען.
די איינציקע זאַך, וואָס איך האָב יעמאָלט געקענט קויפֿן, איז געווען ביכער. ביכער זײַנען געווען שפּאָט ביליק, און איך האָב זיך אָנגעקויפֿט די אַלע ביכער וואָס האָבן מיך יעמאָלט אינטערעסירט: ביכער וואָס האָבן צו טאָן מיט געשיכטע, מיט לינגוויסטיק, זייער אַ סך ביכער וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע, וואָס דאָס האָט קיינער ניט געקויפֿט און ס׳איז געווען אַזוי ביליק, אַז גרויסע ווערק, דיסערטאַציעס — פֿאַר נישטיקע סומעס, פֿאַר 20 רובל, וואָס האָט קיין ווערט ניט געהאַט; אָדער אַפֿילו אַז עס האָט געהייסן, אַז עס קאָסט 100 רובל, האָט עס אויך קיין שום ווערט ניט געהאַט. וועגן די ביכער וועל איך דאַרפֿן דערציילן שפּעטער, בשעת איך בין אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּעטראָגראַד.


דער ייִדישער קאָמיסאַריאַט

מענטשן האָבן גענומען אַנטלויפֿן, מורא געהאַט איצט צו ריידן שוין קעגן די באָלשעוויקעס. און עס איז געווען אַן איין־איינציקער וואָס האָט גערעדט קעגן זיי: דאָס איז ווידער געווען דובנאָוו. ער איז ניט געווען קיין מאָל קיין פֿאָלקס־רעדנער, אָבער יעמאָלט, אין דעם ערשטן יאָר נאָך דער באָלשעוויסטישער מאַכט, איז ער געוואָרן דער רעדנער. און אינטערעסאַנט, אַז די ייִדישע בחורים, וואָס זיי זײַנען געוואָרן די הערשער פֿון דעם ייִדישן קאָמיסאַריאַט, פֿלעגן קומען אים הערן. אויף אַ מאָל האָט מען געפּרוּווט פֿירן מיט אים דעבאַטעס. די באָלשעוויקעס האָבן ניט געהאַט יעמאָלט קיין גענוג לײַטישע חשובֿע ייִדישע סאָציאַליסטן, זיי צו מאַכן פֿאַר די קאָמיסאַרן איבער ייִדישע ענינים. זיי האָבן געהאַט געפֿונען בײַ זיך אין פּאַרטיי [צווישן] די אַלטע מיטגלידער איינעם אַ געוועזענעם ישיבֿה־בחור און זײַנעם אַ געהילף און זיי זײַנען עס געוואָרן די קאָמיסאַרן. זיי האָבן געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר דובנאָוון; זיכער האָט מען אים ניט אָנגערירט, ניט געטשעפּעט.
ס׳איז געווען אַזעלכע ווילדע זאַכן: מען האָט נאָך געלאָזט דער פֿאָלקספּאַרטיי אַרויסגעבן אַ וואָכנבלאַט, וואָס האָט געהייסן “פֿאָלקסבלאַט", מיט אַרטיקלען קעגן די באָלשעוויקעס. עמעצער פֿון די קאָמיסאַרן האָט זיך דערמאָנט וועגן דעם. מען איז געקומען רון קאָנפֿיסקירט אַ נומער. מער האָט מען ניט געקענט אַרויסגעבן. ס׳איז געווען אַ היפּשער כאַאָס און אין דעם כאַאָס האָט מען עס געקענט טאָן.


שניי

איך וועל דערציילן וועגן זיך אַ טשיקאַווע וויץ. ס׳איז אויסגעפֿאַלן זייער אַ גרויסער שניי, איז מען געגאַנגען פֿון הויז צו הויז און געגעבן האָלץ, גענומען אַ מענטש, ער זאָל ראַמען דעם שניי. בין איך געווען אין דער היים, האָט מען גענומען מיך, איך זאָל גיין ראַמען דעם שניי. איך וואָלט געגאַנגען, אָבער זייער סיסטעם איז געווען: נעמען דעם מענטשן, אַוועקפֿירן אים 5־6 קילאָמעטער ראַמען דעם שניי, און ברענגען, ווער ווייסט פֿון וואַנען, אַן אַנדער מענטשן ער זאָל ראַמען דעם שניי לעבן אונדז. ס’איז געווען די אמתע אָרגאַניזאַציע! זע איך, מע דאַרף ראַמען דעם שניי, בין איך אַוועק צו זיך אין ביוראָ, גענומען אַ בלײַער, [און] אָנגעשריבן אויף ייִדיש “ייִדישע פֿאָלקספּאַרטיי" און אויף רוסיש Еврейская Народная Партия — גענוג צו פֿאַרשטיין וואָס דאָס איז; און איך האָב געשריבן אויף אַ שרײַב־מאַשינקע אויף רוסיש, אַז איך בין זייער נייטיק פֿאַר Еврейская Народная Партия און דעריבער בעט איך דעם קאָמיסאַר מיך באַפֿרײַען פֿון גיין ראַמען דעם שניי.
בין איך מיט דעם אַוועק דאָרטן, וווּ ס’איז אַמאָל געווען אַן אָפּטיילונג פֿון דער פּאָליציי און איצט איז געווען אַ קאָמיסאַר. קוקט ער אויף דעם בילד, פֿרעגט ער: “וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פּאַרטיי?" זאָג איך, ס׳איז אַ ייִדישע פֿאָלקספּאַרטיי. “פֿאָלקספּאַרטיי? אָ גוט, פֿײַן... מענשעוויקי?" זאָג איך: Нет, не Меньшевики — [ניין, ניט מענשעוויקי]. [זאָגט] ער: “אויב אַזוי, דאַרף מען [ניט] גיין ראַמען דעם שניי". ער האָט געוווּסט, אַז ס׳איז דאָ איין שׂונא אויף דער וועלט: “מענשעוויקי".

(המשך אין קומענדיקן נומער)