- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש".
וועבזײַט וועגן חוה ראָזענפֿאַרב ווערט פֿאַרברייטערט פּראָפֿ׳ גאָלדע מאָרגענטאַלער, די טאָכטער פֿון דער נישט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענער שרײַבערין, חוה ראָזענפֿאַרב (1923—2011) האָט געשאַפֿן אַן אַרומנעמיקע וועבזײַט וועגן איר מאַמעס לעבן און שאַפֿן: ייִדישע קולטור־אוצרות: דער "יודאַיִקאַ־יוראָפּעאַנאַ"־פּראָיעקט
דער פּראָיעקט "יודאַיִקאַ־יוראָפּעאַנאַ" "Judaica Europeana" אַרבעט צוזאַמען מיט פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אויפֿצושטעלן ייִדישע מאַטעריאַלן און רעסורסן אויף דער אינטערנעץ אין פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און ירושה פֿון די אייראָפּעיִשע שטעט. די "אייראָפּעיִשע קאָמיסיע" האָט לאַנצירט "יודאַיִקאַ־יוראָפּעאַנאַ" אין 2010, און ביז הײַנט האָט מען דיגיטאַליזירט דורך דעם פּראָיעקט שוין 3.7 מיליאָן איינסן מיט אַ ייִדישן שײַכות. די מאַטעריאַלן נעמען אַרײַן מיליאָנען זײַטן פֿון ביכער, צײַטונגען און אַרכיוון, פֿאָטאָגראַפֿיעס, רעקאָרדירונגען, פֿילמען און ווידעאָס. די צאָל וועט וואַקסן און וואַקסן כּל־זמן די אינסטיטוציעס אין דער קאָאַליציע פֿירן איבער זייערע זאַמלונגען אויף אַ דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט. אַזוי ווי "יודאַיִקאַ־יוראָפּעאַנאַ" האָט צו טאָן מיט די ייִדן אין אייראָפּע איז נישט קיין גרויסער חידוש צו הערן, אַז אַ סך מאַטעריאַלן שפּיגלען אָפּ די ייִדישע קולטור אויף ייִדיש אינעם 19טן און 20טן יאָרהונדערט. די וועבזײַט, אַגבֿ, דינט אויך ווי אַ גוטער אופֿן צו געפֿינען אַלע ווירטועלע אויסשטעלונגען וועגן ייִדיש איבער דער וועלט, נישט בלויז אין אייראָפּע. די ייִדישע ווירטועלע אויסשטעלונג וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן (http://exhibitions.europeana.eu/exhibits/show/yiddish-theatre-en ), וואָס דער "ייִדישער מוזיי" אין לאָנדאָן האָט צונויפֿגעשטעלט קען מען איצט זען. די אויסשטעלונג ווײַזט מאַטעריאַלן פֿון באַקאַנטע לאָנדאָנער אַקטיאָרן ווי האַרי אַריעל (1915—1989) און פּיעסעס מיט אַ שײַכות צו לאָנדאָן ווי "דער קעניג פֿון לאַמפּעדוסאַ" פֿון ש. י. האָרענדאָרף וועגן אַ לאָנדאָנער שנײַדער, אַ פּילאָט, וואָס זײַן עראָפּלאַן האָט געלאַנדעט אויפֿן אינדזל לאַמפּעדוסאַ אינעם מיטללענדישן ים בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און די דאָרטיקע איטאַליענישע אַרמיי גיט זיך צו אים אונטער (אַן אמתע געשיכטע!). די מאַטעריאַלן פֿון די אַלע אינסטיטוציעס דעקן דאָס ייִדישע לעבן אין אייראָפּע פֿונעם 16טן יאָרהונדערט ביז הײַנט. צווישן די אינסטיטוציעס אינעם פּראָיעקט, נעמט אָנטייל דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם ביבליאָטעק" מיט זײַן רײַכער זאַמלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע, ביכער און מוזיק (די גרעסטע ביבליאָטעק אויף ייִדיש אין אייראָפּע). מע קען אויך הערן מוזיק פֿונעם "פֿראַנצויזישן צענטער פֿאַר ייִדישער מוזיק" French Centre for Jewish Music CFMJ)) מיט 4,000 רעקאָרדירונגען. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן "יודאַיִקע יוראָפּעאַנאַ" גיט אַ קוק אויף: http://www.judaica-europeana.eu/ |