פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם, וואָס אינעם חומש "במדבר" גייט אַ רייד כּסדר וועגן די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע און אָרדינאַרע זאַכן, צווישן די כּללים און אויסנאַמען. דער דאָזיקער לייטמאָטיוו שפּילט אויס אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער פּרשה.
די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם אייבערשטנס אָנזאָג צו אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם מישכּן. די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות באַשטייען, אויף אַ גרויסער מאָס, פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות, אין וועלכע עס זענען אַרײַן די צוועלף ייִדישע שבֿטים. די צוויי טיילן פֿון שבֿט־יוסף, אַפֿרים און מנשה, זענען איבערגעציילט געוואָרן באַזונדערס. דערנאָך זענען איבערגעציילט געוואָרן די משפּחות פֿון די לוויים; בסך־הכּל, באַקומען זיך דרײַצן שבֿט.
יעדער חודש אינעם ייִדישן יאָר ווערט אַסאָציִיִרט, על־פּי־קבלה, מיט אַ געוויסן שבֿט. ס׳רובֿ יאָרן באַשטייען פֿון צוועלף חדשים; פֿון צײַט צו צײַט גיט מען אָבער צו אַ צוגאָב־חודש — אָדר־שני. דער חודש אָדר ווערט אַסאָציִיִרט מיטן שבֿט־יוסף, וועלכער ווערט אַמאָל באַטראַכט ווי איין גרופּע, און אַמאָל ווערט ער צעטיילט אויף צווייען. די אייניקלעך פֿון יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה, האָבן געהאַט באַזונדערע חלקים אין ארץ־ישׂראל.
אין פֿאַרגלײַך מיטן קרײַז־גאַנג פֿונעם יאָר, זענען די ייִדישע שבֿטים געווען אײַנגעאָרדנט, בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר, אויף אַן אַנדער שטייגער. די צוועלף שבֿטים, אַחוץ דער שבֿט־לוי, האָבן אַרומגערינגלט דעם מישכּן פֿון פֿיר זײַטן, און דער לאַגער פֿון די לוויים האָט זיך געפֿונען אינעם צענטער.
אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה זענען צוועלף מאָל, מיט פּינקטלעך די זעלבע ווערטער, באַשריבן געוואָרן די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המיזבח. אַהרן, זײַענדיק דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־לוי און דער כּהן־גדול, האָט באַקומען אַ באַזונדערס חשובֿע ראָלע — אָנצוצינדן די הייליקע מנורה. הגם דאָס קודש־הקדשים ווערט, געוויינטלעך, באַטראַכט ווי דער סאַמע צענטער פֿונעם מישכּן, קאָן מען זאָגן, אַז די מנורה האָט אויסגעפֿירט, אין אַ געוויסן זין, די צענטראַלע ראָלע, ווי אַ סימבאָל פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַרום דעם דאָזיקן הייליקן אָרט.
"בהעלותך את הנרות אל מול פּני־המנורה, יאירו שבֿעת הנרות" — ווען דו צינדסט אָן די ליכט, האָט דער באַשעפֿער אָנגעזאָגט אַהרנען, זאָלן די זיבן ליכט ברענען קעגנאיבער דעם פּנים פֿון דער מנורה. בוכשטעבלעך, הייסט די תּורה "אויפֿהייבן די ליכט". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה האָט אויסגענוצט אַזאַ לשון, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז מע מוז אָנצינדן יעדע ליכט ווי געהעריק, צו מאַכן זיכער, אַז דער פֿלאַם וועט ברענען.
אַהרן, אויף וועלכן עס ליגט אַזאַ אוניקאַלע און הויך־בכּבֿודיקע אַחריות, וואָלט זיכער אָנגעצונדן די ליכט אין דער מנורה ווי געהעריק. בײַ די אַנדערע מיצוות זאָגט אונדז די תּורה נישט אָן ספּעציעל, אַז מע מוז זיי אויספֿירן ווי געהעריק, ווײַל ס׳איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך. פֿאַרוואָס דווקא אין שײַכות מיט דער מנורה ווערט עס באַזונדערס אונטערגעשטראָכן?
מע קאָן זאָגן, אַז די תּורה אילוסטרירט די דיאַלעקטיק צווישן די געוויינטלעכע און אומגעוויינטלעכע ענינים אין דער וועלט, וועלכע מיר האָבן באַטראַכט אין די פֿאַרגאַנגענע פּרשיות. די תּורה חזרט איבער, ממש מיט די זעלבע ווערטער, די דערציילונג וועגן די קרבנות פֿון יעדן באַזונדערן שבֿט, בעת דער חנוכּת־המיזבח, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז יעדער קרבן איז געווען אַן אוניקאַלער, אַ יחיד־במינו. הגם יעדער נשׂיא פֿון איטלעכן שבֿט האָט געבראַכט פּונקט די זעלבע נדבֿות, האָט אין יעדער נדבֿה געשטעקט די אוניקאַלע ענערגיע פֿון די יחידים, וועלכע האָבן זיי געבראַכט.
ווען מיר קוקן זיך אַרום, קאָנען מיר באַמערקן אַ סך זאַכן, וואָס חזרן זיך כּסדר איבער אין אונדזער מענטשלעכער סבֿיבֿה — למשל, די זעלבע שיך, העמדער, ציגל, פֿענצטער, אויטאָס און טעלעפֿאָנען. פֿונדעסטוועגן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז יעדע זאַך אַרום אונדז אַ פּרי פֿון אַן אוניקאַלער, באַזונדערער מלאָכה פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן. אַפֿילו דער זעלבער מענטש, וואָס פּראָדוצירט כּסדר פּונקט די זעלבע סחורה און פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער אַן אויטאָמאַטישן פּראָדוקציע־פּראָצעס, האָט בשעת־מעשׂה פֿאַרשיידענע געפֿילן און געדאַנקען.
אויב מיר וואָלטן געקאָנט אַרומנעמען מיט אונדזער שׂכל און האַרצן דעם גאַנצן פּראָצעס, דורך וועלכן עס זענען געמאַכט געוואָרן די פּשוטסטע זאַכן אין דער וועלט, וואָלטן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז אין דער סאַמע נודנער רוטינע־אַרבעט שטעקט אַן אוניקאַלע טעטיקייט פֿון יחידים — און יעדער מענטש איז אַ גאַנצע קליינע וועלט. הגם די תּורה נוצט אויס דעם בײַשפּיל פֿון די חשובֿסטע פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכע האָבן געבראַכט זייערע נדבֿות און קרבנות אין אַן אוניקאַלן פֿאַל, לכּבֿוד דעם הייליקן מישכּן, בלײַבט דער זעלבער לימוד אַקטועל פֿאַר אַלע מינים פֿון דער מענטשלעכער טעטיקייט.
די גאָלדענע מנורה אינעם מישכּן, און שפּעטער אינעם בית־המיקדש, איז באַשטאַנען פֿון זיבן ליכט — אַ סעריע ליכט, אָפּגעטיילט מיטן זעלבן מהלך איינע צווישן דער צווייטער. שטעלט זיך פֿאָר אַ שאָסיי, אַרומגערינגלט מיט אַ ריזיקער ריי פֿון טויזנטער לאַמטערנס. יעדער לאַמטערן זעט אויס בלויז ווי אַ קליין קייטל אין אַ לאַנגער סיסטעם פֿון דער וועג־באַלויכטונג. פֿונדעסטוועגן, אויב אַפֿילו איין לאָמפּ ווערט צעבראָכן, וועלן די עלעקטריקער זיך באַמיִען וואָס גיכער צו פֿאַרריכטן, ווײַל אַחוץ דעם, וואָס אַ פֿאַרלאָשענער לאַמטערן מאַכט קאַליע דעם עסטעטישן אויסזען פֿונעם שאָסיי, קאָן ער אויך גורם זײַן אַ סכּנה פֿאַר די אויטאָס און פֿוסגייער. בפֿרט, אויב מע וואָלט איבערגעלאָזט איין צעבראָכענעם לאָמפּ, און דערנאָך אַ צווייטן און אַ דריטן, וואָלט דער שאָסיי טאַקע געוואָרן אינגאַנצן טונקל.
אין פֿאַרגלײַך מיט דעם דאָזיקן בײַשפּיל, פֿאַרשטייען מיר גאַנץ קלאָר, אַז די מנורה ברענט ווי געהעריק בלויז דאַן ווען אַלע אירע ליכט זענען אָנגעצונדן. יעדער פֿון די זיבן צווײַגן ווערט אַסאָציִיִרט על־פּי־קבלה מיט אַ געוויסער ג־טלעכער ספֿירה, מיט אַ געוויסער מידה, מיט אַ פּלאַנעט, מיט אַ טייל פֿונעם מענטשלעכן גוף. די קבלה־מפֿרשים דערקלערן, אַז די תּורה הייסט אַהרנען אָנצוצינדן די ליכט, בוכשטעבלעך, "קעגנאיבער דעם פּנים פֿון דער מנורה", ווײַל די אַלגעמיינע סטרוקטור פֿון דער מנורה איז מרמז אויפֿן מענטשלעכן פּנים מיט די זיבן חוש־אָרגאַנען — דאָס מויל, צוויי נאָזלעכער, צוויי אויערן און צוויי אויגן.
בקיצור, ס׳איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, אַז כּדי די מנורה זאָל אויסזען שיין, אָנגעפֿילט מיט אַלע מיסטישע און סימבאָלישע באַדײַטן, מוזן אַלע זיבן לעמפּלעך ברענען ווי עס דאַרף צו זײַן. פֿונדעסטוועגן, וואָרנט די תּורה אַהרנען אָנצוצינדן יעדע ליכט מיט אַ באַזונדערן אויפֿמערק, כּדי צו ווײַזן, אַז אין אַלע זאַכן אין דער וועלט, וועלכע זעען אויס ווי אַ ריי רוטינע איבערחזרונגען, שטעקט אַ באַזונדער ג־טלעך ליכט. צו יעדן מענטש, וועלכער פֿירט אויס די פּשוטסטע אַרבעט, מוז מען זיך באַציִען מיטן זעלבן כּבֿוד, ווי צום כּהן־גדול. ווען נישט די קליינע "איבערגעחזרטע" זאַכן, וואָלט די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט נישט געקאָנט עקזיסטירן. און אויב מיר טראַכטן זיך אין דעם אַרײַן, קאָנען מיר זען, אַז אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט ווערט אַנטפּלעקט אַן אוניקאַל "פֿינקל" פֿון דער הייליקער שכינה.