ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

צו אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנט ליד "ווער וועט בלײַבן?" האָט די כאַרקאָווער זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק געשאַפֿן אַ מעלאָדיע וואָס איז, אין איין אויגנבליק, פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער ימען. די ניו־יאָרקער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" בראָש מיט דער זינגערין שׂרה־מינע גאָרדאָן און די לאָנדאָנער זינגערין הילדע בראָנשטיין האָבן רעקאָרדירט לאָפּאַטניקס ליד אויף זייערע קאָמפּאַקטלעך. נאָך סוצקעווערס פּטירה איז דאָס ליד געוואָרן נאָך מער געזונגען איבער דער וועלט.
ווער וועט בלײַבן
וואָס וועט בלײַבן?
בלײַבן וועט אַ ווינט
בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן,
וואָס פֿאַרשווינדט.
בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים,
אַ שנירל שוים.
בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל
פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים...

זשעניע לאָפּאַטניק איז הײַנט אַ לערערין פֿון ייִדיש פֿאַר קינדער אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, און איז צווישן אַ גרופּע מוזיקער, וועלכע איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין די מערבֿ־לענדער נאָך דעם ווי "קלעזפֿעסט־קיִעוו" און "קלעזפֿעסט־פּעטערבורג", און פֿעסטיוואַלן אין מאָסקווע האָבן צוזאַמענגעבראַכט יונגע טאַלאַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט די קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע אין די 1990ער און אָנהייב 2000ער יאָרן. לאָפּאַטניק איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע" וואָס דער פֿידלער סטאַש רײַקאָ האָט געשאַפֿן; אַ גרופּע וואָס איז אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע אין מיזרח־אייראָפּע.
אין מײַ איז לאָפּאַטניק געקומען אויף אַ זעלטענעם וויזיט קיין ניו־יאָרק און אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס האָט מען געהאַט די געלעגנהייט צו הערן זי און איר מאַן און פּיאַנע־באַגלייטער, יורי כײַנסאָן, אויף אַ וווּנדערלעכן מוטערס־טאָג־קאָנצערט, אין וועלכן זי האָט, דער עיקר, געזונגען לידער פֿון איר רעקאָרדירונג.
אינעם קאָמפּאַקטל "אין וועג: נײַע לידער" (2011) הערט מען לידער צו וועלכע לאָפּאַטניק האָט געשאַפֿן די מוזיק, אָדער סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער. אין די לידער וועלכע די קאָמפּאָזיטאָרין האָט געשאַפֿן די מוזיק האָט זי אויסגעקליבן דאָס ווערק פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, בפֿרט פֿון איציק פֿעפֿערן (4 לידער). די אַראַנזשירונגען זענען פּשוט, בלויז מיט דער באַגלייטונג פֿון יורי כײַנסאָן בײַ דער פּיאַנע (ער איז אויך אַ מיטגליד פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע"). די מעלאָדיעס אַליין זענען פֿאָלקיש אָבער לויט אַ מאָדערנעם שניט, נישט געבויט אויף עלטערע ייִדישע מעלאָדיעס. אין דעם זינען, האָט זיכער געהאַט אַ השפּעה די ישׂראלדיקע זינגערין חווה אַלבערשטיין און איר וויכטיק קאָמפּאַקטל "דער ברונעם", וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן מיט דער ניו־יאָרקער גרופּע "די קלעזמאַטיקס"; אַ רעקאָרדירונג וואָס האָט אינספּירירט אַ סך יונגע זינגער און קאָמפּאַזיטאָרן.
לאָפּאַטניקס קונסט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין שטייט דערווײַל אויף אַ העכערער מדגרה ווי איר פּאָעטישע קונסט, אָבער אירע שורות האָבן האַרץ און חן. דאָס ליד "העכער בעכער", מיט אַ האָראַ־ריטעם, וועט געוויס ווײַטער געזונגען ווערן פֿון אַנדערע —
ס׳איז געווען אַמאָל דאָס קלעזמערל דאָס שיינע,
האָט ער געשפּילט אין די שטעטעלעך די קליינע,
און מיט זײַנע האַרציקע לידער,
איז געקומען אויף דער ערד
דער פֿרימאָרגן ווידער.
העכער, בעכער הייבט די קלעזמאָרים,
פֿאַר אונדזער לעבן און אונדזער וועלט.
טאַטע, זיסער, שיק אונדז רחמנות,
און פֿיר דאָס מזל צו אונדזער ברעג.

וויפֿל קאָמפּאָזיטאָרן פֿון זינגלידער האָבן מיר אין דער ייִדיש־וועלט? מע קאָן זיי ציילן אויף די פֿינגער פֿון איין האַנט; בפרט די, וואָס שאַפֿן סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער. אויב מען איז מצרף די קינסטלער וואָס קאָמפּאָנירן נאָר די מוזיק, וואַקסט שוין די צאָל; אָבער בכלל, רעדט זיך נאָך אַלץ וועגן בלויז צוויי טוץ איבער דער וועלט. ס׳איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט, וועלכע ייִדישע לידער ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון די מוזיקער. יעפֿים טשאָרני האָט אויפֿגעלעבט דאָס ווערק פֿון זײַן בעסאַראַבער לאַנדסמאַן מאיר חרץ; איציק מאַנגערס לידער זענען באַליבט בײַ עטלעכע דורות קאָמפּאָזיטאָרן צוליב זייער פֿאָלקישקייט און חכמה, וואָס לאָזט זיי גרינגער באַשיינען מיט מוזיק.
ווען איך דאַרף צוזאַמענשטעלן אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿאַר דער "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־שעה, דאַרף איך אָפֿט אויסקלײַבן אַ געוויסן מחבר און זײַנע זינגלידער, מע זאָל אים "מכבד זײַן" מיט דער טעמע פֿון אַ ראַדיאָ־נאָטיץ. נאָך אַ ביסל פֿאָרשאַרבעט, געפֿין איך אויס אין גיכן, וועלכע פּאָעטן די קאָמפּאָזיטאָרן האָבן ליב געהאַט און וועלכע נישט. יעקבֿ גלאַטשטיין, למשל, דער גרויסער מאָדערניסט, האָט בלויז איינע, אָדער, צוויי לידער מיט מעלאָדיעס צו זײַנע טעקסטן. און דאָס איז צום פֿאַרשטיין, ווײַל אין אַ געוויסן זינען איז ער געווען אַן אַנטי־פֿאָלקיסט אין זײַן שאַפֿונג. דאָס זעלבע איז חל אויף דעם אַנדערן "אינזיכיסט", אַ. גלאַנץ־לעיעלעס. משה־לייב האַלפּערן האָט געהאַט אַ ביסל מער מזל, אָבער נישט קיין סך. אַבֿרהם רייזין, להיפּוך, האָט מסתּמא די גרעסטע צאָל זינגלידער צו זײַנע טעקסטן. אַזאַ סטאַטיסטיק קאָן מען, אַגבֿ, לײַכט באַשטעטיקן דורך מאָלי און ראָבערט פֿרידמאַנס ייִדישע רעקאָרדירונגען־וועבזײַט בײַם פּענסילוועניער אוניווערסיטעט.
פֿון די אַזוי־גערופֿענע סאָוועטיש־ייִדישע פּאָעטן, האָט זשעניע לאָפּאַטניק געשאַפֿן מוזיק נישט בלויז צו דער פּאָעזיע פֿון איציק פֿעפֿערן, נאָר אויך צו די לידער פֿון שמואל האַלקין און חיים ביידער. איר מוזיק צום ליד "שקיעה", צו ביידערס ווערטער הייבט זיך אָן —
ס׳איז די שקיעה צוגעפֿאַלן צו דער ערד, און גלײַך,
אירע ליב רויטע שטראַלן האָבן געטוקט אין טײַך.

געוויינטלעך זענען לידער וועגן שקיעות אין אַ טונקעלער שטימונג, אָבער לאָפּאַטניקס מעלאָדיע, פֿול מיט בטחון, פּאַסט זיך פּערפֿעקט צו צו ביידערס פּאָעזיע.

לאָפּאַטניקס קול איז האַרציק און פֿול מיט אויסדרוק און לײַדנשאַפֿט. איר אַרויסרעד איז אַ קלאָרער, און זעט אויס, אַז זי האָט די פֿעיִקייט צו שאַפֿן מעלאָדיעס וואָס אַנדערע ווילן און וועלן נאָכזינגען און אויסטײַטשן. איר זאַמלונג "אין וועג: נײַע לידער" נעמט נישט אַרײַן איר באַקאַנטסטע שאַפֿונג, די פֿריִער דערמאָנטע "ווער וועט בלײַבן?", אַ סימן, אַז גוטע סחורה קאָן "אַרומפֿאָרן" די וועלט אָן אַ סך רעקלאַמע, און די גאַנצע רעקאָרדירונג באַשטייט פֿון גוטער סחורה. צו קויפֿן דאָס קאָמפּאַקטל, שרײַבט צו: zhlopatnik@gmail.com