ליטעראַטור

Nathanael Riemer.
Zwischen Tradition und Häresie: ‶Beer Sheva″ –
eine Enzyclopädie des jüdischen Wissens der Frühen Neuzeit.
Wiesbaden: Harrassowitz, 2010


‶Be’er Sheva″ by Beer and Bella Perlhefter: An Edition of a Seventeenth Century Yiddish Encyclopedia. Ed. Nathanael Riemer and Sigrid Senkbeil. Wiesbaden: Harrassowitz, 2010



דאָס לעבן פֿון ר׳ בער פּערלהעפֿטער און זײַן פֿרוי ביילע איז געווען פֿול מיט צרות און אַוואַנטורעס. בער איז געבוירן געוואָרן אין פּראָג אַרום 1650 און האָט חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרוי סוף 1660ער יאָרן. מיט דער פֿרוי האָט ער אויך גענומען דעם פֿאַמיליע-נאָמען פֿון איר פֿאָטער, ר׳ יעקבֿ פּערלהעפֿטער. און ווי עס האָט זיך געפֿירט אין יענער צײַט, האָט זיך דער יונגער בעל־הבית אָפּגעגעבן אי מיט תּורה אי מיט סחורה. אָבער ביילע איז ניט געווען קיין ייִדענע פֿון אַ גאַנץ יאָר. זי איז געווען גוט באַהאַוונט אין די קליינע אותיות און פֿלעגט אַפֿילו שרײַבן בריוו צו איר מאַן אויף לשון־קודש.
אין 1674 האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק אַריבערגעצויגן קיין אַלטדאָרף אין דער דײַטשישער געגנט פֿראַנקאָניע, וווּ ר׳ בער האָט באַקומען די שטעלע פֿון פּריוואַטן העברעיִש־לערער בײַם באַרימטן פּראָפֿעסאָר יאָהאַן קריסטאָף וואַגענזײַל, דעם קריסטלעכן "מומחה" אויף ייִדישקייט. די באַציִונגען צווישן דעם לערער און זײַן תּלמיד זײַנען צוערשט געווען חבֿרישע, און פּערלהעפֿטער האָט אַפֿילו געוווינט בײַ וואַגענזײַל אין שטוב. אָבער ווען וואַגענזײַל האָט געמאַכט אַ פּרוּוו צו צווינגען זײַן ייִדישן לערער צום שמד, איז פּערלהעפֿטער אַוועק פֿון אים און האָט זיך באַזעצט אין דער צפֿון-איטאַליענישער שטאָט מאָדענאַ.
אין מאָדענאַ האָט זיך פּערלהעפֿטער גיך קונה שם געווען ווי אַ קענער פֿון קבליסטישע סודות. מען האָט אַפֿילו געגלויבט, אַז ער האָט געהאַט אַן אייגענעם "מגיד", אַ מין מלאך, וואָס האָט אים מודיע געווען געהיימע קענטענישן דורך חלומות און נבֿיאישע וויזיעס. אַרום 1678 האָט ר׳ בער פֿאַרפֿאַסט זײַן הויפּטווערק, אַ פּירוש אויף די סודותדיקע פּסוקים פֿון ספֿר־הזוהר. אָבער דאָס דאָזיקע ווערק איז פֿאַרלוירן געגאַנגען.
ווי אַ סך מקובלים פֿון יענער צײַט איז ר׳ בער פּערלהעפֿטער געווען אַן אָנהענגער פֿון שבתי צבֿי. אין זײַנע ווערק האָט ער פּראָבירט צו דערקלערן די געהיימע סיבות, פֿאַר וואָס דער ניט-געראָטענער משיח האָט געביטן זײַן גלויבן, איז געוואָרן אַ מוסולמענער און געשטאָרבן איידער ער האָט געקאָנט אויספֿילן זײַן שליחות. צוליב דעם האָט זיך פּערלהעפֿטער באַנוצט מיט קאָמפּליצירטע קבליסטישע באַגריפֿן פֿון ר׳ יצחק לוריאס תּורה. ער האָט געהאַלטן, אַז די אויפֿגאַבע פֿון אַ מקובל איז צו זאַמלען די צעזייטע און צעשפּרייטע פֿונקען פֿון קדושה כּדי צו מאַכן "תּיקון עולם", און צוליב דעם דאַרף ער זיך דערנידעריקן צום סאַמע דנאָ פֿון דער וועלט.
אָבער ניט געקוקט אויף זײַן הצלחה צווישן די איטאַליענישע ייִדן, האָט פּערלהעפֿטער פּלוצעם פֿאַרלאָזט מאָדענאַ אין דרײַ יאָר אַרום. נאָך עטלעכע יאָרן וואַנדערן איבער דײַטשלאַנד האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק ווידער באַזעצט אין פּראָג. דאָרט האָט מען פּערלהעפֿטערן אָנגענומען מיט אַ חשד צוליב זײַנע באַציִונגען מיט שבֿתי–צבֿיניקעס. אפֿשר איז דאָס געווען אַ סיבה, פֿאַרוואָס מען האָט אים ניט דערלאָזט צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע וויכטיקסטע חיבורים.
דאָס רובֿ פֿון זײַנע ווערק האָט פּערלהעפֿטער אָנגעשריבן אויף לשון־קודש. אָבער איינער פֿון די גרעסטע ביכער זײַנע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין דרײַ כּתבֿ־ידן, הייסט "ספֿר באר שבֿע", מיט אַן אונטערטיטל׃ "דז ספֿר האט געמאכט ר׳ בער ואשתו בילה בת ר׳ יעקב פּערל הפטיר זיא האבין גהעט זיבן קינדר פֿיר זין און דרייא טעכטר און די קינדר זיינה אלי גשטרבין זוא הבין זיא פֿר גרושה צער דש בוך גימאכט אויף זיבן חלקים פֿר איטליכה קינד איין חלק." אַזוי אַרום איז דאָס בוך, וואָס אין געדרוקטער פֿאָרעם פֿאַרנעמט כּמעט זעקס הונדערט זײַטן, איז אַ דענקמאָל פֿאַר די געשטאָרבענע זיבן קינדער זייערע.
דאָס בוך באַהאַנדלט די גאַנצע געשיכטע פֿון עם־ישׂראל פֿון מעשׂה־בראשית ביז ימי־המשיח. עס געהערט צו דעם פּאָפּולערן זשאַנער פֿון "שפּיגל"־ליטעראַטור, אַ מין ענציקלאָפּעדיע פֿון די וועלט־קענטענישן פֿון מיטלאַלטער. ווי עס דערווײַזט דער פֿאָרשער נתנאל רימער, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן אַן אַקאַדעמישע אויסגאַבע לויט די כּתבֿ־ידן, איז דאָס בוך דורכגעזאַפּט מיט מיסטישער שטימונג. אין חלק ו׳ מאָלן די מחברים אַ לעבעדיק בילד פֿון די קומענדיקע געשעענישן, וואָס וועלן פֿירן צום אָנקומען פֿון משיחן. ער "וועט זײַן איין הער צו אַלע פֿעלקער, און דעמאָלט וועט דאָס בית־המיקדש געבויט ווערן און וועט זיך אַנטפּלעקן מיט אַלע כּלים פֿונעם בית־המיקדש".
די גרונטיקע אויסגאַבע פֿונעם אָריגינעלן ייִדישן טעקסט און די מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג פֿון פּערלהעפֿטערס לעבן און ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר זייער אַ חשובֿן בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. דאָס "ספֿר באר שבֿע" לאָזט דעם הײַנטיקן לייענער אַרײַנקוקן אין דער מענטאַליטעט פֿון אַ ייִדישן אינטעלעקטואַל פֿונעם סוף־17טן יאָרהונדערט, דער תּקופֿה, ווען די מפּלה פֿון שבֿתי צבֿי האָט גורם געווען אַ טיפֿן גײַסטלעכן קריזיס פֿון ייִדנטום.
אין אָט דעם אַרומנעמיקן ענציקלאָפּעדישן ווערק איז די גאַנצע ייִדישע געשיכטע דערקלערט געוואָרן ווי אַ פּראָצעס, וואָס וועט סוף־כּל־סוף אומבאַדינגט פֿירן צום קיבוץ־גלויות אין ארץ־ישׂראל און צום אויפֿבויען פֿונעם נײַעם בית־המיקדש אין ירושלים. דאָס לייענען פֿונעם בוך האָט געדאַרפֿט טרייסטן פּראָסטע ייִדישע נשמות, פּונקט אַזוי ווי דאָס שרײַבן פֿונעם בוך האָט געטרייסט דאָס פּאָרפֿאָלק פּערלהעפֿטער נאָכן טויט פֿון זייערע זיבן קינדער און נאָך אַלע אַנדערע צרות, וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט אויסשטיין.