אַן אילוסטראַציע פֿון אַן אַלטן איראַנישן מאַנוסקריפּט, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי אַבֿרהם־אָבֿינו, משה־רבינו און יעזוס טרעפֿן זיך מיט מוכאַמעד |
שמולי בוטח איז צום מערסטן באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם ווי דער מחבר פֿונעם בוך "כּשרער סעקס". ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער טרעט כּסדר אַרויס אויף דער טעלעוויזיע און באַטראַכט פֿאַרשיידענע ענינים, אָפֿטמאָל — סתּירותדיקע. ער איז גאָר אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע מיינונגען אויף אַזעלכע טעמעס, ווי קינדער־דערציִונג און שלום־בית, פֿאַרן אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן — דער עיקר, קריסטלעכן — עולם.
לעצטנס האָט בוטח זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער אינערלעכער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפֿיציעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור ווי אַ רעפּובליקאַנער פֿאָרשטייער פֿאַרן נײַנטן קאָנגרעס־דיסטריקט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי. מיט דער אויסערן־פּאָליטיק פֿאַרנעמט ער זיך, אָבער, שוין לאַנג, ווי אַן אַקטיווער רעכטער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכער ווײַזט אַרויס גרויס ליבשאַפֿט צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע ציוניסטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אַרויס זײַן לעצטער בעסטסעלער מיטן נאָמען "כּשרער יעזוס", אין וועלכן ער שילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַן אויסגעצייכנטן ייִדישן פּאַטריאָט, וועלכער איז געפֿאַלן אין זײַן קאַמף קעגן דער פֿרעמדער רוימישער מאַכט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גלענצנדיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון פּראָמינענטע אַמעריקאַנער רעכטע טוער און דענקער, בתוכם אַלאַן דערשאָוויץ און גלען בעק.
צוליב זײַן בראַוון אַרײַנטריט אויפֿן פֿעלד פֿון אַזאַ סענסיטיווער טעמע אינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישקייט, ווי אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ מיט אַ בפֿירושער סימפּאַטיע צו יעזוסן און צו די קריסטן, האָט בוטח לעצטנס באַקומען אַ גאַנצע ריי קלעפּ פֿון זײַנע קאָלעגן־רבנים. דער שיקאַגער רבֿ יצחק וואָלף האָט דערקלערט, אַז בוטחס בוך איז "אַפּיקורסות", און אַ ייִד טאָר עס נישט לייענען. הרבֿ יעקבֿ־עמנואל שוחט, אַ באַקאַנטער קאַנאַדישער פֿאָרשער פֿונעם חסידישן מיסטיציזם, האָט געזאָגט, אַז דאָס בוך "שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געפֿערלעכע סכּנה פֿאַר דער ייִדישער קהילה", און אַז אַ ייִד טאָר עס נישט בלויז ניט לייענען, נאָר אַפֿילו באַטראַכטן עס בכלל.
ביידע, וואָלף און שוחט, זענען ליובאַוויטשער חסידים. בוטח האָט קאָמענטירט, אַז ער האָט זיך גערעכנט אויף קריטישע באַמערקונגען מצד געוויסע קריסטן, אָבער נישט מצד זײַנע ברידער־ייִדן. ס׳איז אָבער שווער צו גלייבן, אַז ער האָט נישט געוווּסט וועגן מעגלעכע רדיפֿות פֿון רבנים — בפֿרט אין דער חרדישער סבֿיבֿה, וווּ די פֿאַרבאָטן פֿון ביכער און באַשולדיקונגען אין כּפֿירה זענען לעצטנס געוואָרן אַ נאָרמע. אַדרבה, ווי אַ ליבהאָבער פֿון דעבאַטן און קאָנטראָווערסיעס, האָט ער, מסתּמא, געוואַרט און אַפֿילו געהאָפֿט אויף אַזאַ שאַרפֿער רעאַקציע. ווי ס׳איז באַקאַנט, אַנטי־רעקלאַמע איז די בעסטע רעקלאַמע.
דער פּאַראַדאָקס פֿונעם סקאַנדאַל אַרום בוטחס בוך באַשטייט אין דעם, וואָס זײַן אַנאַליז פֿון יעזוסן איז ווײַט נישט דער סאַמע פּראָ־קריסטלעכער אין דער געשיכטע פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, און זײַן הויפּט־כּוונה איז אַ פּאָליטישע. ווי ער האָט נישט איינמאָל דערקלערט אין זײַנע קאָמענטאַרן, זענען די ייִדן און קריסטן, אין זײַן מיינונג, "ברידער אין דער שלאַכט קעגן איסלאַמיזם". אײַראַ טשערנאָס, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיעזע שטודיעס בײַם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז יעזוס זעט אויס, לויט בוטחס באַשרײַבונג, ווי אַן אַמעריקאַנער נעאָ־קאָנסערוואַטיווער פּאָליטיקער.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז בוטח איז נישט קעגן איסלאַם ווי אַ רעליגיע, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רעכט־געשטימטע אַמעריקאַנער קאָמענטאַטאָרן. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז ער דווקא אויפֿגעטראָטן אין זײַן אַרטיקל מיט אַ שאַרפֿער קריטיק קעגן די איסלאַמאָפֿאָבן און באַמערקט, אַז דווקא די מוסולמענער האָבן געראַטעוועט די ייִדן בעת די קרייץ־צוגן, און אַז די איסלאַמישע ציוויליזאַציע איז אַמאָל געווען דער וועלט־צענטער פֿון וויסנשאַפֿט, בילדונג און קולטור.
בוטח האָפֿט, אַז אין דער הײַנטיקער מוסולמענישער וועלט וועט ווידער אויפֿבליִען אַ גאָלדענע תּקופֿה, און האַלט, אַז די טעראָריסטן זענען פֿאַררעטער פֿון אַ גרויסער וועלט־רעליגיע. אין זײַן אַרטיקל ציטירט ער מיט דרך־ארץ דעם קאָראַן און דעם איסלאַמישן נבֿיא מוכאַמעד. אין אַן אַנדער אַרטיקל, האָט ער בפֿירוש דערקלערט, אַז ער וואָלט גאָרנישט געהאַט קעגן דעם, אויב דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ וואָלט געווען אַ מוסולמענער; הגם, ווי אַן איבערצײַגטער רעפּובליקאַנער, איז ער אַ קעגנער פֿון אָבאַמאַס פּאָליטיק.
מסתּמא, וואָלט עס געווען אַ גוואַלדיקער חידוש אין דער וועלט, ווען אַ פֿרומער ייִדישער מחבר וואָלט אָנגעשריבן אַן ענלעך בוך מיטן נאָמען "כּשרער מוכאַמעד", מיט אַ סימפּאַטישער באַציִונג צום טעקסט פֿונעם קאָראַן. אויב בוטח אַליין וואָלט עס געטאָן, וואָלט ער פֿאַרדינט אַ גרויסן יישר־כּוח — אַפּנים, צוזאַמען מיט נײַע קלעפּ מצד די חרדישע ביכער־צענזאָרן.
צי קאָן מען געפֿינען אין דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ליטעראַטור מאַטעריאַלן פֿאַר אַזאַ בוך? זיכער. אַזוי ווי מע קאָן גרינג געפֿינען אַ גאַנצע ריי רבנים, וועלכע האָבן אָנגעהויבן "אָפּכּשרן" יעזוסן נאָך אין די צײַטן, ווען קאָלומבוס האָט ערשט אַנטדעקט אַמעריקע.
הרבֿ אַבֿרהם פֿאַריסאָל, אַ פּראָמינענטער איטאַליענישער מחבר און אַ מיטצײַטלער פֿון קאָלומבוסן, שרײַבט בפֿירוש, אַז די קריסטן מעגן האַלטן יעזוסן פֿאַר זייער משיח, ווײַל ער האָט טאַקע געראַטעוועט די ניט־ייִדישע וועלט פֿון עבֿודה־זרה און געבראַכט זיי דערפֿאַר צו עולם־הבא. הגם, פֿאַרשטייט זיך, ער איז נישט געווען משיח אינעם ייִדישן זין פֿונעם וואָרט.
מילא, ס׳איז מעגלעך, אַז די הײַנטיקע חרדים וואָלטן געקאָנט באַשולדיקן פֿאַריסאָלן אין כּפֿירה; די שטרענגע מיזרח־אייראָפּעיִשע רבנים האָבן במשך פֿון אַ סך דורות געקוקט מיט אַ חשד אויף די פֿרײַ־דענקערישע איטאַליענישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך געחבֿרט מיט די קריסטן, געטרונקען מיט זיי ווײַן און געהאַט הנאָה פֿון דער קלויסטער־מוזיק. וואָס טוט מען אָבער מיט הרבֿ יעקבֿ עמדין (עמדען) — איינער פֿון חשובֿסטע פֿיגורן אין דער חרדישער וועלט?
דער "צמח־צדק", דער דריטער חב״ד־רבי, האָט געזאָגט, אַז יעקבֿ עמדין האָט קיינמאָל נישט געזאָגט אַפֿילו איין וואָרט אומזיסט. אַגבֿ, אַ געוויסער אָפּטייל פֿון עמדינס סידור האָט געדינט במשך פֿון דורות, און דינט נאָך אַלץ, ווי אַ מין "וועגווײַזער פֿאַרן כּשרן סעקס" אין די ליובאַוויטשער משפּחות. אין געוויסע אַספּעקטן, איז עמדין פֿאַרגאַנגען נאָך ווײַטער ווי שמולי בוטח אינעם דאָזיקן געביט; לויט עמדינס לאַנגער תּשובֿה, מעג אַ ייִדישער מאַן וווינען מיט אַ פֿרוי אָן אַ חתונה — אַבי זי גייט אין מיקווה. אין זײַן סידור, אָבער, גיט ער בלויז רעלאַטיוו־קאָנסערוואַטיווע עצות פֿאַרן זיווג־לעבן.
אין איינעם פֿון זײַנע בריוו, געדרוקט בײַם סוף פֿונעם ספֿר "עולם רבא וזוטא", שרײַבט יעקבֿ עמדין גאָר פּאָזיטיוו וועגן יעזוסן און זײַנע תּלמידים, ציטירנדיק כּסדר די קריסטלעכע ביבל. דאָ גייט ער אויך ווײַטער, ווי בוטח. עמדין שרײַבט בפֿירוש, אַז דער אַפּאָסטאָל פּאַול איז אויך געווען אַ גוטער ייִד, אַז יעזוס האָט פֿאַרטיידיקט ייִדישקייט און די הייליקע תּורה אַפֿילו שטאַרקער, ווי די חז״ל, און אַז יעזוס האָט געבראַכט אַ ריזיקע טובֿה סײַ פֿאַר ייִדן — הגם געוויסע קירך־פֿירער האָבן פֿאַרקריפּלט זײַנע ווערטער און אויסגעטראַכט אַנטיסעמיטישע חידושים — סײַ פֿאַר דער גאָרער וועלט. לויט זײַן מיינונג, אַזוי ווי די מיצוות רייניקן אויס די ייִדישע נשמות, רייניקן די קריסטלעכע עטישע און אַסקעטישע פּרינציפּן די נשמה פֿון אַ קריסט.
עמדין איז געווען אַ פּלוראַליסט, און האָט זיך אויך פּאָזיטיוו אָפּגערופֿן וועגן איסלאַם, הגם ער האָט, דאַכט זיך, נישט געהאַט אַ גאַנצע אייגענע אָפּשאַצונג פֿון מוכאַמעדן. רבי נתנאל אבן אַל־פֿיומי, אַ פּראָמינענטער תּימנער רבֿ פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, האָט יאָ אויסגעאַרבעט אַ פּלוראַליסטישע טעאָריע און געהאַלטן, אַז מוכאַמעד איז געווען אַן עכטער נבֿיא פֿאַר די אַראַבער. פֿאַר מוכאַמעדן, זענען אָבער שוין געווען די ייִדישע נבֿיאים, דערפֿאַר האָבן די מוסולמענער נישט קיין רעכט צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן זייער רעליגיע. פֿונדעסטוועגן, ציטירט ער כּסדר פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿישע און עטישע אויסדרוקן פֿונעם קאָראַן.
אין די הײַנטיקע חרדישע געגנטן, אַרײַנגערעכנט וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק, ווערט פֿאַרקויפֿט דער ספֿר "ילקוט הרועים" — אַ זאַמלונג פֿון אַלטע מדרשים מיט אַ קבלהדיקן טעם. אינעם דאָזיקן ספֿר איז אויך אַרײַן אַן אינטערעסאַנטער אַנאָנימער מדרש מיטן נאָמען "נסתּרות של רשב״י", וווּ עס ווערן דערציילט די אַפּאָקאַליפּטישע וויזיעס פֿונעם גרויסן מקובל רבי שמעון בר־יוחאי. דער דאָזיקער מדרש זאָגט אויך גאַנץ קלאָר, אַז דער אייבערשטער האָט געשיקט זײַן נבֿיא צו בני־ישמעאל — די אַראַבער — כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון די קריסטלעכע רדיפֿות. דער אַנאָנימער מחבר פֿאַרגלײַכט אַפֿילו מוכאַמעדן מיט משיחן.
"ילקוט הרועים" איז באַגלייט מיט הסכּמות פֿונעם פֿריִערדיקן סאַטמאַרער רבין, משה טייטלבוים, און הרבֿ מײַזלס — אַ באַקאַנטער אַנטי־ציוניסט, וועלכער איז געווען נאָענט צו די "נטורי־קרתּא". מסתּמא, וואָלטן זיי געקאָנט אויסנוצן דעם דאָזיקן "הכשר" פֿון מוכאַמעדן ווי אַ מיטל אין זייערע סתּירותדיקע באַציִונגען מיט די איסלאַמישע פֿירער. דער אינהאַלט פֿונעם דאָזיקן ספֿר בלײַבט אָבער כּמעט אומבאַקאַנט אין דער חרדישער וועלט. די מחברים פֿון די הסכּמות זאָגן נאָר, אַז זיי גיבן אַ ברכה פֿאַרן פֿאַרעפֿנטלעכן די אַלטע הייליקע מדרשים; ס׳איז נישט קלאָר, צי זיי האָבן אַליין געוווּסט, וואָס ס׳שטייט דאָרטן געשריבן. דער עולם קויפֿט דעם דאָזיקן ספֿר, דער עיקר, פֿאַר אַ מיסטישער סגולה.
אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס אַלץ? מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט מײַן רעפּאָרטאַזש וועגן דער גרויסער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ. ווי מע זעט פֿון די סיכסוכים אַרום שמולי בוחטן, זענען געוויסע פֿרומע פֿירער מער דערשראָקן פֿונעם "כּשרן יעזוס", ווי פֿונעם "טרייפֿענעם סעקס". פֿונדעסטוועגן, איז עס גאַנץ מעגלעך, אַז אין זייערע היימען שטייען שוין אויף די פּאָליצעס, מיט גרויס כּבֿוד, הייליקע ספֿרים, וווּ עס געפֿינען זיך אַפּאָלאָגיעס אי פֿון "כּשרן יעזוס", אי פֿון "כּשרן מוכאַמעד".
אויב דער "כּשרער יעזוס" וועט זיך אַמאָל טרעפֿן מיטן "כּשרן מוכאַמעד" — ווי אויך, לאָמיר זאָגן, מיטן "כּשרן בודאַ" — קאָן זיך שאַפֿן גאָר אַן אינטערעסאַנטער פּלוראַליסטישער סינטעז, וועלכער וואָלט פֿאַרבעסערט די באַציִונגען צווישן ייִדן, קריסטן און מוסולמענער — אַנשטאָט אַ קאָנסערוואַטיווער ייִדיש־קריסטלעכער אַליאַנץ קעגן נאָך מער קאָנסערוואַטיווע איסלאַמיסטן אויפֿן סמך פֿון בוטחס בוך.
וווּ קאָן, אָבער, פֿאָרקומען אַזאַ אוניווערסאַלע באַגעגעניש פֿון וועלט־רעליגיעס? אַפּנים, דווקא אין דער אינטערנעץ.