‫פֿון רעדאַקציע

פֿוסבאָל ("סאָקער") ווערט אַלץ פּאָפּולערער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג ווײַזט, אַז צווישן די אַמעריקאַנער יונגע לײַט, אין עלטער פֿון 12—24, פֿאַרנעמט עס דאָס צווייטע אָרט. און בײַ די שפּאַניש-רעדנדיקע האָט עס פּשוט ניט קיין קאָנקורירנדיקע ספּאָרטיווע שפּיל. אַן אַנדער זאַך, אַז די היגע, אַמעריקאַנער קאָמאַנדעס אינטערעסירן דעם אַמעריקאַנער עולם ווייניקער ווי די לאַטיין־אַמעריקאַנישע צי אייראָפּעיִשע קלובן. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז די יונגע ליבהאָבער וועלן אונטערוואַקסן, און אויב די טענדענץ וועט זיך ניט בײַטן, קען פֿוסבאָל ווערן נאָך מער פּאָפּולער אין צפֿון-אַמעריקע.
אין אייראָפּע איז פֿוסבאָל אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מאַסן-קולטור. מענטשן לעבן ממש מיט די נצחונות און מפּלות פֿון זייערע קאָמאַנדעס. מע איז גרייט צו צאָלן אַ סך געלט, אַבי צו זײַן אויף אַ סטאַדיאָן, וווּ עס שפּילט זייער מאַנשאַפֿט, זאָל עס אַפֿילו זײַן אין אַן אַנדער עק וועלט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די בגדים פֿון דער קאָמאַנדע, וועלכע מענטשן טראָגן צו ווײַזן — און צו פֿילן — זייער כּמו-רעליגיעזן אָפּשײַ צו "זייער" פֿוסבאָל-קלוב.
דער מצבֿ אַרום די פֿוסבאָל-פֿאַנאַטיקער ווערט אָנגעשטרענגט, ווען ראַדיקאַלע לײַט פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אָפֿט מאָל זײַנען עס פּשוט כוליגאַנעס, וואָס האָבן הנאה פֿון אַ געשלעג, בפֿרט מיט די יאַטן, וואָס שטיצן אַן אַנדער קלוב. אָבער ניט זעלטן צעשפּילן זיך אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה גאָר פּרימיטיווע אינסטיקטן, ענלעכע צו לאָיאַלקייט צום אייגענעם שבֿט, סטײַע, טשאַטע. פֿאַר אַזעלכע פּאַרשוינען איז דער ספּאָרט אַליין ניט מער ווי אַ תּירוץ צו מאַכן אַ סקאַנדאַל.
כאָפּטעס פֿאַנאַטישע פֿוסבאָל-ליבהאָבער פֿון אַזאַ שניט ווערן פֿאַרכאַפּט מיט נאַציאָנאַליסטישע, ראַסיסטישע און אַנטיסעמיטישע לאָזונגען. אַזעלכע זאַכן הערט מען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. אין ישׂראל, אַ שטייגער, איז מיט אַזעלכע שטימונגען טרויעריק באַקאַנט דער כוליגאַנישער עולם, וואָס שטיצט, מישטיינס געזאָגט, דעם ירושלימער קלוב "ביתּ״ר". עס שטייען ניט אָפּ פֿון זיי, צי אַפֿילו שטײַגן זיי איבער, די פֿוסבאָל-פֿאַנאַטיקער פֿון אַזעלכע לענדער ווי ענגלאַנד, רוסלאַנד און דײַטשלאַנד.
די טעג פּרוּווט מען פּראָגנאָזירן די אויפֿפֿירונג פֿון הייסע פֿוסבאָל-"ליבהאָבער" אין אוקראַיִנע און פּוילן — די לענדער־גאַסטגעבער פֿון דעם הײַיאָריקן פֿאַרמעסט פֿון די בעסטע אייראָפּעיִשע קלובן (עס הייבט זיך אָן דעם 8טן יוני אין וואַרשע און פֿאַרענדיקט זיך דעם 1טן יולי אין קיִעוו). די בריטישע טעלעוויזיע האָט לעצטנס געוויזן אַ פּראָגראַם וועגן די נאַציאָנאַליסטישע פֿוסבאָל-כוליגאַנעס פֿון אוקראַיִנע. אייניקע בריטישע פֿוסבאָל-שפּילער האָבן אַפֿילו ניט געעצהט די ליבהאָבער, בפֿרט אויב זייער הויט איז ניט אין גאַנצן ווײַס, צו פֿאָרן קיין אוקראַיִנע.
דער סוף איז אַז, לויט די לעצטע אָפּשאַצונגען, וועלן ניט מער פֿון 5,000 לײַט פֿאָרן פֿון ענגלאַנד קיין אוקראַיִנע. נאָר 2,000 בילעטן האָט מען פֿאַרקויפֿט אין ענגלאַנד אויף די מאַטשן, וואָס וועלן דורכגיין אין דאָנעצק, כאָטש אַנדערע לענדער ציִען צו אין אַזעלכע פֿאַלן אַ סך מער ענגלישע געסט. כאַראַקטעריש, אַז די ענגלישע פֿוסבאָל-מאַנשאַפֿט האָט באַשלאָסן, אַז זי וועט זיך באַזירן ניט אין אוקראַיִנע, נאָר אין פּוילן — אין קראָקע.
אין דער אמתן, זעט עס אַלץ אויס מאָדנע. פּוילישע פֿוסבאָל-פֿאַנאַטיקער זײַנען, בלי-ספֿק, "בעסער" באַקאַנט פֿאַר זייער קסענאָפֿאָביע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס ענגלאַנד אַליין האָט ניט קיין שם פֿון אַ אָרט, וווּ פֿוסבאָל איז פֿרײַ פֿון ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם. אינטערעסאַנט, אַז דער פּרעזידענט פֿון דער אוקראַיִנישער פֿעדעראַציע פֿון פֿוסבאָל איז גריגאָרי סורקיס, און זײַן ייִנגערער ברודער, איגאָר סורקיס, איז דער פּרעזידענט פֿון דעם באַקאַנטן קיִעווער קלוב "דינאַמאָ". די ברידער זײַנען קיִעווער ייִדן און ביידע פֿאַרנעמען ניט די נידעריקסטע ערטער צווישן די רײַכסטע אוקראַיִנער.
דער פֿוסבאָל-טשעמפּיאָנאַט האָט הײַיאָר אויך אַ שטאַרקע פּאָליטישע באַפֿאַרבונג. פֿאַרבונדן איז עס מיטן גורל פֿון יוליאַ טימאָשענקאָ, וואָס איז באַקאַנט ווי איינע פֿון די פֿירער אין דער "אָראַנזש-רעוואָלוציע" און שפּעטער די פּרעמיער-מיניסטאָרין פֿון אוקראַיִנע. דער נײַער רעזשים, בראָש מיטן איצטיקן פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, האָט זי פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה. די באַציִונג צו טימאָשענקאָ האָט אויפֿגעבראַכט דעם פּאָליטישן עסטאַבלישמענט. צווישן די פּני פֿון דער אייראָפּעיִשער פּאָליטיק האָבן זיך אַפֿילו געהערט — און הערן זיך עד-היום — מיינונגען וועגן בויקאָטירן די מאַטשן, וואָס וועלן דורכגיין אין די שטעט פֿון אוקראַיִנע.
הקיצור, ס’איז כּדאַי צו האַלטן אַן אויג אויף די פּילקעס, וואָס וועלן אַרומפֿליִען אין די פֿוסבאָל-פֿעלדער פֿון דעם אייראָפּעיִשן טשעמפּיאָנאַט.