- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס איז געווען אַ געוואַלדיק וויכטיקע דאַטע אין דער פֿרישער מסורה פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער מלוכהשאַפֿט: מיט אַ יאָר פֿריִער, אָנהייב פֿעברואַר 1936, האָט זיך קיין ביראָבידזשאַן אַרײַנגעכאַפּט לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, דער מעכטיקער סאַטראַפּ פֿון סטאַלינען. ניט צופֿעליק וועט דערנאָך קאַגאַנאָוויטשעס נאָמען יאָרנלאַנג טראָגן דער היגער ייִדישער טעאַטער. אַזעלכע הויכע געסט האָבן אַהין נאָך קיין מאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט, אַזוי אַז דעם יום-טובֿ האָט מען באַשלאָסן אָפּצומערקן ווי עס דאַרף צו זײַן — מיט אַ גרויסער צונויפֿקומעניש אין אַ יאָר אַרום. סוף 1936, ווען די פּרעסע האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן דער קאָנפֿערענץ, איז ביראָבידזשאַן געווען אָפֿט דערמאָנט ניט נאָר אין דער סאָוועטישער, נאָר אויך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעסע. דער שמועס איז געגאַנגען וועגן אַ גראַנדיעזן פּלאַן פֿון מאַסן-אימיגראַציע פֿון אויסלענדישע ייִדן, בפֿרט פֿון פּוילן, וווּ דער מצבֿ פֿאַר ייִדן איז געווען אַ שלעכטער אָדער אַפֿילו געפֿערלעכער. דער דאָזיקער פּלאַן האָט ניט אויסגעזען ווי אַן אוטאָפּישער, ווײַל די סאָוועטישע רעגירונג האָט געוויזן סימנים פֿון מסכּים זײַן מיט אַזאַ ייִדישער אײַנוואַנדערונג. ניט צופֿעליק איז דווקא אין יאָר 1936 אַרויס דער באַוווּסטער פֿילם "גליקן-זוכער", וועגן דער גליקלעכער (פֿאַר גוטע לײַט) און אומגליקלעכער (פֿאַר שלעכטע לײַט) ייִדישער איבערוואַנדערונג פֿון אויסלאַנד קיין ביראָבידזשאַן.
מיך חידושט דווקא ניט אַזאַ ברייט-פֿאַרשפּרייטע לאָיאַליטעט, וואָס דער אינטעליגענטער עולם ווײַזט פּוטינען. אַנדערש קען עס ניט זײַן, ווײַל רוסלאַנד האָט זיך נאָך לחלוטין ניט באַפֿרײַט פֿון סאָוועטישקייט, און דער באַגריף, "סאָוועטישקייט", נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך זאַכן. איינע פֿון זיי איז די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג, וואָס די אינטעליגענץ האָט געהאַט מיט דער מלוכה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די מלוכה גופֿא איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן דורך דער אינטעליגענץ, לכל-הפּחות, דורך אַ טייל פֿון איר. די סאָוועטישע מאַכט איז, אין תּוך אַרײַן, ווי אַ פּראָיעקט, וואָס איז אויסגעחלומט און רעאַליזירט געוואָרן דורך אינטעלעקטואַלן: לענין, טראָצקי, לונאַטשאַרסקי און אַזוי ווײַטער. וווּ נאָך — סײַדן אין די סאָוועטישע סאַטעליטן — האָט מען אויסגעמײַסטרעוועט אַזאַ סטרוקטור פֿון אינטעלעקטועלן לעבן, וואָס איז געווען אין גאַנצן אינטעגרירט אין דעם מלוכה-אַפּאַראַט? דער שרײַבער-פֿאַראיין און אַנדערע אַזוי-גערופֿענע שאַפֿערישע פֿאַראיינען האָבן גאַראַנטירט, אַז אַ פּען-מענטש, אַ מוזיקער, אַ קינסטלער, אַ טוער פֿון קינאָ און טעאַטער, האָט באַדינט דעם רעזשים. און דער רעזשים האָט גוט געצאָלט דעם שאַפֿערישן עולם, געצאָלט סײַ מיט געלט סײַ מיט דרך-ארץ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען דיסידענטן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט זינגען מה-יפֿית לידער, אָבער זייער צאָל איז תּמיד געווען זייער אַ קליינע. הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער.
אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער אָנהייב מײַ האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ וועגן באָגדאַן כמעלניצקי. אָרגאַניזירט האָט עס אַמעליאַ גלאַסער, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין סאַן-דיעגאָ. איך מיין, אַז דאָס איז געווען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש פֿון אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע זאַכן — מיט געשיכטע, ליטעראַטור און קינאָ, מיט ייִדישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע טעמעס. איך גלייב, אַז אין דעם באַנד, וואָס וועט קאָנסטרויִרט ווערן אויפֿן סמך פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועט דער אוקראַיִנישער פֿירער אַרויסקומען ניט קיין פֿלאַכער. און די געשעענישן אַרום דער דאָזיקער פֿיגור, אין לעבן און אין קונסט, וועלן אויך אָפּגעשפּיגלט ווערן, מאַכנדיק טיפֿער, מיט מער ניואַנסן, אונדזער קענטעניש פֿון געשיכטע, ליטעראַטור און קונסט.
די פֿראַגע פֿון וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט צי — פּינקטלעכער — ריטועלקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינטערעסירט מיך שוין פֿון לאַנג, כאָטש מע קען ניט זאָגן, אַז איך פֿאָרש ערנסט דעם פֿענאָמען. אָבער דער דאָזיקער פֿענאָמען וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". ס’איז קלאָר, אַז דער יונגער, אַמעריקאַנער געבוירענער דור ייִדן האָט, בדרך-כּלל, ניט איבערגענומען די קולטור, וואָס זייערע זיידעס און עלטערן האָבן געהאַט געבראַכט פֿון דער אַלטער היים. האָט מען געזוכט אַנדערע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, און די רעליגיעזע פֿאָרמען זײַנען געווען אויפֿן בעסטן אופֿן צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן. קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז געווען אַזאַ זאַך ווי אַ "גרופּע" — עטלעכע און צוואַנציק יונגע לײַט, מיט וועלכע איך האָב זיך געלערנט אין משך פֿון פֿינף יאָר. אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן עקזיסטירט עס, בדרך-כּלל, ניט, ווײַל יעדער סטודענט קלײַבט פֿאַר זיך אויס אַן אייגענע טראַיעקטאָריע פֿון קלאַסן און לעקציעס. איך קלײַב זיך ניט אַרומרעדן דאָ די מעלות און חסרונות פֿון דער אָדער יענער סיסטעם פֿון העכערער בילדונג. איך דערמאָן עס נאָר כּדי צו זאָגן, אַז פֿינף יאָר פֿון לערנען זיך בשותּפֿות האָט געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אייניקע געוועזענע סטודענטן. ביזן הײַנטיקן טאָג, האַלטן מיר אונטער קאָנטאַקטן, געוויינטלעך, דורך אינטערנעץ. און ווען מע באַגעגנט זיך, ווערן גלײַך ווי פֿאַרשוווּנדן די כּמעט פֿערציק יאָר, וועלכע זײַנען אַדורך זינטן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט.
געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט. ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מײַן קאָלעגע הערשל גלעזער געשריבן וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט "פּאָמידאָרן". פּאָמידאָרן אינטערעסירן מיך אויך, און ניט נאָר ווײַל איך שטאַם פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס וואַקסן זייער געשמאַקע פּאָמידאָרן. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט בײַם לייענען פּרץ מאַרקישעס ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". גייט דאָרט די רייד, בפֿרט, וועגן די פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. איינער פֿון די פּליטים האָט באַשלאָסן צו פֿאַרזעצן פּאָמידאָרן. ווײַטער שטייט אין דעם ראָמאַן געשריבן:
"יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער. מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און:
אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער): "אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן." |