פּובליציסטיק

דער דענקמאָל בײַם טײַך דונײַ
דער דענקמאָל בײַם טײַך דונײַ
אין די לעצטע טעג פֿון 2011 און די ערשטע טעג פֿון 2012 האָב איך זיך אויף אַ וואָך אַרײַנגעכאַפּט קיין אונגאַרן. מע קען ניט זאָגן, אַז איך האָב לאַנג געטרוימט וועגן אַזאַ נסיעה. אין דער אמתן, האָב איך בכלל קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן פֿאָרן אַהין. קיין שום קולטורעלע צי אַנדערע פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען האָב איך ניט געפֿילט לגבי דעם לאַנד. און אפֿשר האָב איך געפֿילט אַ שטיקל פֿאַרביטערטקייט, וועלכע עס האָט מיר איבערגעגעבן מײַן טאַטע — אים איז אויסגעקומען צו שלאָגן זיך מיט די אונגאַרן בעת דער מלחמה און ער איז פֿאַרבליבן בייז אויף זיי, מחמת זיי האָבן געפֿירט די מלחמה פּונקט אַזוי ווי די דײַטשן. אַזוי יעדנפֿאַלס פֿלעגט זאָגן מײַן טאַטע.
געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט.
ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון.
אמת, אין דער גרויסער בודאַפּעשטער שיל זײַנען מיר אַוועק צוועקמעסיק. ערשטנס, האָבן מיר גענעכטיקט אין אַ האָטעל, וואָס איז גאָר ניט ווײַט פֿון דער שיל. צווייטנס, איז עס איינע פֿון די סאַמע גלאַוונע טוריסטישע אַטראַקציעס פֿון דער שטאָט. ווען מיר האָבן, גייענדיק אַהין, אויף אַ רגע זיך אָפּגעשטעלט און צעוויקלט די מאַפּע, איז גלײַך צו אונדז צוגעגאַנגען עפּעס אַ היגער מאַנצביל און געפֿרעגט אויף ענגליש, צי מיר זוכן די שיל. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז דער גראַוויטאַציע-צענטער פֿון דער גאַנצער געגנט.
די שיל אין העוויז
די שיל אין העוויז

שוין אין העוויז האָט מיר אַן אונגאַר (אַ האַלבער ייִד) דערציילט, אַז אַרום דער שיל באַזעצן זיך ווידער אַ מאָל ייִדן. די שיל איז אַ גרויסאַרטיקע, אָבער עס ווייעט פֿון איר מיט אַ מוזיי, אַ סך מער איז דאָרטן פֿון אַמאָל איידער פֿון הײַנט — אַזאַ אײַנדרוק האָט עס אויף מיר געמאַכט. ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען (אויסגעלייענט), איז נאָר אַ קליינער חלק בודאַפּעשטער ייִדן פֿאַרבונדן מיטן קהילה-לעבן. דער גרעסטער טייל ייִדן פֿון דער שטאָט, און פֿון דעם לאַנד, לעבן זיך אויס אין אַ וועלטלעכער ייִדישקייט. זיי ציט מער צו קולטור איידער צום בית־מדרש. דעם מצבֿ שפּיגלט אָפּ די סטאַטיסטיק — פֿון די בערך 100 טויזנט ייִדן, וואָס וווינען איצט אין לאַנד, דעפֿינירן זיך ווי ייִדן, בעת פֿאָלקסציילונגען, נאָר אַרום 20 פּראָצענט. איך ווייס ניט, ווי אַזוי רופֿן זיך אָן די מענטשן, וועלכע האָבן פֿריילעך געהוליעט אין אַ ייִדישן קולטור-צענטער לעבן דעם אָפּערע-טעאַטער. מיר זײַנען אים פֿאַרבײַגעגאַנגען אויף דער נאַכט און געזען אַ זאַל, פֿול געפּאַקט מיט אַ טאַנצנדיקן עולם.
העוויז געפֿינט זיך זייער נאָענט צו באַלאַטאָן, וואָס איז די גרעסטע — נאָרמאַלע, ניט קיין הייסע — אָזערע אין צענטראַל-אייראָפּע. און אויפֿן ברעג פֿון באַלאַטאָן איז דאָ אַ שטאָט, וואָס הייסט קעסטהיי (כאָטש שרײַבן שרײַבט זיך עס Keszthely). איר געשיכטע ציט זיך נאָך פֿון די רוימישע צײַטן. האָבן מיר, שפּאַצירנדיק דאָרטן, צופֿעליק פֿאַרקערעוועט אין אַ זאַוווּליק, וואָס האָט אונדז פּלוצעם געבראַכט צו אַ שיל. לאָזט זיך אויס, אַז די שטאָט האָט אויך אַ ייִדישע געשיכטע, זינט אָנהייב 18טן יאָרהונדערט, מיט בלוטיקע זײַטלעך פֿון די חורבן-יאָרן. די שיל האָט מען לעצטנס רענאָווירט, פֿײַערלעך געעפֿנט, און זי ווערט גענוצט דורך די עטלעכע צענדליק ייִדישע תּושבֿים פֿון קעסטהיי און אפֿשר דורך די געסט, וואָס קומען אַהער אין וואַרעמע חדשים.
וואָס שייך די חורבן-מעמאָריאַלן, האָט אויף מיר דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק געמאַכט דער דענקמאָל לעבן דעם פּאַרלאַמענט, אין בודאַפּעשט, בײַם ברעג פֿון דעם טײַך דונײַ. ווען איך האָב דערזען די זעכציק שיך און — באַזונדערס — די שיכעלעך, האָב איך זיך פּלוצעם צעוויינט, ווי אַ קליין קינד. איך האָב זיך גלײַך בולט פֿאָרגעשטעלט, ווי מע האָט די ייִדן געבראַכט אַהער, דערהרגעט און אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם טײַך. געשען איז עס דעם 8טן יאַנואַר 1945. אָפּגעטאָן האָבן עס די אונגאַרישע פֿאַשיסטן.
אָט אַזוי איז עס אין אייראָפּע. פֿאָרסט ערגעץ סתּם אַזוי, אויף עטלעכע טעג, זיך דורכלופֿטערן, און פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרבלאָנזשעסטו אויף אַ בית-עולם. געווען א מאָל אַ ייִדיש לעבן, און ס’איז פֿאַרבליבן אַ שיל, וווּהין מע לאָזט אַרײַן דורך אַ קאַסע, ווי אין אַ מוזיי. צי עס שטייען שיך און שיכעלעך.