פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שמעון וועבער

אין אויגוסט 1984 האָט שמעון וועבער, דער דעמאָלטיקער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (ער איז געשטאַנען בראָש דער צײַטונג אין די יאָרן 1970—1987), געגעבן אַן אינטערוויו פֿאַר מילדרעד פֿינגער, וואָס האָט עס געטאָן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט פֿון רעקאָרדירן שמועסן מיט אַמעריקאַנער ייִדישע אַקטיוויסטן. סײַ מיט דער רעקאָרדירונג, סײַ מיטן טראַנסקריפּט פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו קען מען זיך באַקענען אין דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מוזיי ״זשע דע פּאַום״, אין פּאַריז, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרזאַמלט מער ווי 22,000 צוגעראַבעוועטע קונסטווערק
דער ענין פֿון אומקערן די קונסטווערק, וועלכע האָבן פֿאַר דער נאַצי־תּקופֿח געהערט צו ייִדישע אייגנטימער, איז אין דער לעצטער צײַט געוואָרן זייער אַקטועל. דערצו זײַנען פֿאַראַן עטלעכע סיבות: סײַ פּאָליטישע, סײַ עקאָנאָמישע. ניט קיין לעצטע ראָלע שפּילט אין דעם ענין דער הויכער נאָכפֿרעג פֿון קונסטווערק אויפֿן הײַנטיקן מאַרק. די רעסטיטוציע דינט ווי דער וויכטיקסטער מקור פֿון נײַער טײַערער קונסט־סחורה. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז די גאַנצע וועלט פֿון קונסטהאַנדל אויפֿגעטרייסלט געוואָרן דורך דעם ריזיקן פּרײַז, וואָס דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער גבֿיר און קונסט־זאַמלער ראָנאַלד לאַודער האָט באַצאָלט פֿאַר אַ פּאָרטרעט פֿון דעם עסטרײַכישן קינסטלער גוסטאַוו קלימט.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בנימין פֿײַגענבוים
די ייִדישע טעגלעכע פּרעסע אין אַמעריקע איז געווען, אין גרונט, אַ וועלטלעכע. אַ סימן פֿון דעם איז די באַציִונג צו שבת: למשל, פֿון די פֿיר טעגלעכע צײַטונגען, וואָס זײַנען אַרויס אין ניו-יאָרק אין די 20ער יאָרן און שפּעטער, האָט נאָר דער "מאָרגן-זשורנאַל" געהיט שבת. אָבער אַפֿילו צווישן די סאָציאַליסטן-אַפּיקורסים זײַנען ניט אַלע געווען קעגנעריש געשטימט צו די ייִדישע טראַדיציעס. נאָר אַ געוויסער טייל האָט אָפּגעוואָרפֿן אַלע סענטימענטן פֿאַר די מינהגים. צו דעם זגאַל האָט געהערט בנימין פֿײַגענבוים (1860—1932).

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, צווישן זיי: פֿראַנק קראָסווייט, מאַקס ווינטער,
אַב קאַהאַן (אין מיטן), וויליאַם קאַרלין, 1920ער יאָרן
די טעג האָב איך אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט אַרײַנגעקוקט אין דער אַרכיוון-קאָלעקציע פֿון ברוך וולאַדעק (1886—1938), דעם פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" במשך פֿון צוואַנציק יאָר. אַ וועטעראַן פֿון דעם "בונד" און אַן אַקטיווער כּלל-טוער אין אַמעריקע (מע האָט אים דרײַ מאָל אויסגעוויילט אין ניו-יאָרקער שטאָטראַט), האָט ער געפֿירט קאָרעספּאָנדענץ מיט הונדערטער יחידים און אינסטיטוציעס. אַ סך טעמעס ווערן אָפּגעשפּיגלט אין די בריוו. אייניקע געהערן צו קורצע עפּיזאָדן אין לעבן פֿון וולאַדעקן צי זײַנע אַדרעסאַטן, די אַנדערע טעמעס פֿאַרשווינדן קיין מאָל ניט פֿון דעם סדר-היום.

ליטעראַטור

דאָניע איז אַ פֿרוי מיט דרײַ נעמען. אין קיִעוו האָט מען זי גערופֿן דאַשאַ. אין ניו-יאָרק איז זי געוואָרן דעבי. רופֿט זי זיך אָפּ אויף אַלע דרײַ נעמען: דאָניע איז זי געבליבן פֿאַר די גאָר אייגענע, דאַשאַ איז זי פֿאַר אַלטע פֿרײַנד, און דעבי — פֿאַר די מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר. וועגן דעם, אַז זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ דעבי, האָב איך נאָר געהערט. אין ניו-יאָרק האָב איך זי געזען, ווען זי האָט דעם דריטן נאָמען נאָך ניט געהאַט.