- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 17טן אָקטאָבער האָט דער עסטרײַכישער "נאַציאָנאַלער פֿאָנד פֿאַר די קרבנות פֿון נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם" געעפֿנט אַ נײַעם וועב־פּאָרטאַל מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן די קונסטווערק, וועלכע זײַנען אַרײַן אין די עסטרײַכישע קונסט־זאַמלונגען, בעת דער נאַצי־הערשאַפֿט צווישן 1938 און 1945. די דאָזיקע דאַטן־באַזע פֿאַרמאָגט אינפֿאָרמאַציע וועגן מער ווי 7,500 ווערק פֿון מאָלערײַ, סקולפּטור און אַנדערע מינים קונסט. די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע איז צוטריטלעך אויף דעם אַדרעס http://www.kunstrestitution.at. די פֿירערשאַפֿט פֿונעם "נאַציאָנאַלן פֿאָנד" זאָגט צו, אַז די דאַטן־באַזע וועט וואַקסן ווײַטער און וועט האָבן מער ווי צען טויזנט איינסן. נאָך אַ ריי רעסטיטוציע־פּראָצעסן האָט עסטרײַך אין 1998 אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דינט ווי אַ יסוד אומצוקערן די קונסטווערק, וועלכע זײַנען אָנגעראַבעוועט געוואָרן דורך די נאַציס בײַ די ייִדן צווישן 1938 און 1945, צו די געזעצלעכע אייגנטימער אָדער זייערע יורשים. אָבער דאָס דאָזיקע געזעץ דערמעגלעכט בלויז דאָס אומקערן, ער האָט ניט קיין צוואַנג־קראַפֿט. דער אָנקלאָגער דאַרף אַליין ברענגען אַלע געהעריקע ראַיות און געווינען דעם מישפּט. די ענדגילטיקע אויפֿגאַבע פֿונעם נאַציאָנאַלן פֿאָנד וועט זײַן, סוף־כּל־סוף, צו פֿאַרקויפֿן אַלע קונסטווערק, וועלכע זײַנען אַרײַנגעקומען אין די עסטרײַכישע מלוכישע און שטאָטישע קונסט־זאַמלונגען דורך דער נאַציסטישער רויבערײַ. אָבער קודם־כּל, וויל מען פֿעסטשטעלן, אויב עס זײַנען נאָך פֿאַראַן געזעצלעכע אייגנטימער; צוליב דעם האָט מען טאַקע געשאַפֿן די וועבזײַט. אָבער אין אַלעגעמיין, איז דער ענין פֿון אומקערן קונסטווערק צו געזעצלעכע באַזיצער זייער פֿאַרפּלאָנטערט. אויב מען וויל זיך האַלטן שטרענג בײַ דעם דאָזיקן פּרינציפּ, וועלן מוזן אַלע גרויסע מלוכישע קונסטזאַמלונגען אָפּגעבן אַ גרויסן חלק פֿון זייערע אוצרות׃ גריכישע מאַרמאָרנע סקולפּטורן און עגיפּטישע מומיעס אינעם בריטאַנישן מוזיי, איטאַליענישע מאָלערײַ אין פּאַריזער לוּוור, די קונסט פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער אינעם סמיטסאָניאַן אינסטיטוט אין וואַשינגטאָן און אַזוי ווײַטער. אין דעם זין איז די חורבן־תּקופֿה אַ יוצא־מן־הכּלל.
די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטלעכקייט איז איינשטימיק, אַז דווקא די קונסטווערק, וועלכע די נאַציס האָבן צוגעראַבעוועט בײַ אייראָפּעיִשע ייִדן דאַרפֿן זיך אומקערן צו זייערע געזעצלעכע באַזיצער. אָבער דער דאָזיקער ענין איז ניט אַזוי פּשוט ווי עס זעט אויס. ווען עס גייט וועגן די ווערק פֿון קונסט, וועלכע געפֿינען זיך אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, האָט מען ניט קיין פֿראַגעס. אָבער וואָס טוט מען, אויב מען געפֿינט אַזאַ קונסטווערק מיט אַ ניט־קלאָרן ייִחוס אין אַ פּריוואַטער זאַמלונג פֿון אַזאַ מענטש ווי, למשל, ראָנאַלד לאַודער? אַ סקאַנדאַל האָט אויסגעבראָכן אָנהייב יאָר, ווען אַן אַדוואָקאַט פֿון אַ ייִדישער משפּחה האָט געפֿאָדערט צוצושטעלן דאָקומענטן אויף צוויי בילדער פֿון אָסקאַר קאָקאָשקאַ אין לאַודערס קאָלעקציע. ביז הײַנט האָט לאַודער ניט פֿאַרעפֿנטלעכט קיין רשימה פֿון זײַנע ווערק מיט דער אינפֿאָרמאַציע פֿון זייער ייִחוס. און נאָך אַן ענין, וואָס רופֿט אַרויס דאגות בײַ די ליבהאָבער פֿון קונסט. ווען אַ געריכט פּסקנט אומצוקערן אַ וויכטיק קונסטווערק, וואָס האָט זיך ביז איצט געפֿונען אין אַן עפֿנטלעכן מוזיי, און גיט עס איבער אין פּריוואַטע הענט, איז גאַנץ מעגלעך, אַז דאָס דאָזיקע ווערק וועט שוין מער ניט זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַ גרעסערן עולם. דער נײַער באַזיצער מעג זײַן גערעכט פֿונעם יורידישן שטאַנדפּונקט, אָבער די עפֿנטלעכע מיינונג וועט ניט זײַן אויף זײַן זײַט. אין דעם פֿאַל פֿון קלימטס פּאָרטרעט זײַנען, דאַכט זיך, אַלע צדדים פֿאַרבליבן צופֿרידן. די יורשים פֿון די אייגנטימער האָבן באַקומען אַ גוטן מקח, און דער עולם האָט די מעגלעכקייט צו באַוווּנדערן דאָס מײַסטערווערק אין דער זאַמלונג פֿון דער "נויע גאַלערי" אין ניו־יאָרק, וואָס געהערט צום מיליאָנער ראָנאַלד לאַודער. אָבער אין אַ סך אַנדערע פֿאַלן ווערט אַ קונסטווערק נעלם פֿון דער עפֿנטלעכער קונסטבינע. דער נײַער עסטרײַכישער וועבזײַט איז אינטערעסאַנט ניט נאָר פֿאַר די, וואָס האָפֿן צו באַקומען צוריק זייער אייגנטום. די דאַטנבאַזע פֿאַרמאָגט הונדערטער בילדער פֿון פּרעכטיקע קונסטווערק, וועלכע האָבן אַ מאָל געהערט צו ייִדישע קונסט־זאַמלער. דאָס איז אַ גאַנץ קאַפּיטל פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור־געשיכטע, וואָס דערציילט אויפֿן לשון פֿון אימאַזשן וועגן דער וויכטיקער ראָלע, וואָס די ייִדישע זאַמלער און ליבהאָבער פֿון קונסט האָבן געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער קולטור. |