פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך גאָר ניט געקליבן נאָך אַ מאָל שרײַבן וועגן אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ (זען דעם פֿריִערדיקן אַרטיקל פֿון דעם ציקל). אָבער איך בין די טעג געווען אין ייִוואָ און בשעת-מעשׂה אַרײַנגעקוקט אין דער פּאָמעראַנץ-זאַמלונג פֿונעם אַרכיוו. זע איך פּלוצעם, אַז ניט אַזוי איז שוין גלאַט געווען מיט זײַן בוך "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות", וואָס איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס, מיטן ציל אָפּצומערקן דעם צענטן יאָרצײַט פֿון דעם 12טן אויגוסט 1952 — ווען מע האָט אומגעבראַכט די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ

ניט שטענדיק קען מען פֿאַרשטיין און דערקלערן די לאָגיק, לויט וועלכער אַ פּערזענלעכקייט ווערט דערמאָנט צי ניט דערמאָנט אין אַן ענציקלאָפּעדישן באַנד. צומאָל האָט עס פּשוט צו טאָן מיט דעם צונויפֿשטעלערס פּערזענלעכער באַציִונג. למשל, בײַם שרײַבן די נאָטיצן וועגן דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע נוץ איך די גאַנצע צײַט אליהו שולמאַנס "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער". דעם אמת זאָגנדיק, איז עס ניט קיין מײַסטער-ווערק.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַברהם שולמאַן

אויפֿן ראָג פֿון דער 12טער גאַס און בראָדוויי געפֿינט זיך אַ פּאַסטקע מײַנע — די בוקיניסטישע קראָם "סטרענד", פֿון וועלכער איך גיי כּמעט שטענדיק אַרויס מיט אַ בוך צי אַפֿילו צוויי. סטאַרע איך זיך שוין אויסמײַדן דאָס דאָזיקע "געפֿערלעכע" אָרט. אָבער עס ציט מיך ווידער אַהין, און דאָס לעצטע מאָל האָב איך דאָרטן געקויפֿט אַ בוך פֿון אַברהם שולמאַן — Adventures of a Yiddish Lecturer, "אַוואַנטורעס פֿון אַ ייִדישן לעקטאָר", מיט אַ קורצער הקדמה פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין נאָר וואָס געקומען קיין ענגלאַנד, האָב איך דאָרטן פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ סאָציאַל-וויכטיקע קונסט, וואָס הייסט "סמאָל טאָק" — "קליינער שמועס". בפֿרט מיינט עס, אַז מע טאָר ניט פֿאַרמוטשען אַנדערע מענטשן מיט טעמעס, וועלכע אַרן זיי זייער ווייניק. צוליב אונדזער פֿאַך צי סתּם אינטערעסן זײַנען מיר דאָך פֿאַרליבט און פֿאַרטיפֿט אין עפּעס אַן ענין און קענען וועגן דעם רעדן גאַנצענע טעג. כ׳געדענק ווי איך האָב שוין געהאַלטן בײַם שטאַרבן, פֿליִענדיק מיט אַ צײַט צוריק פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ קיין לאָנדאָן.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
א. שענקער — "ייִדן־קרבנות פֿון סטאַלין־רעזשים"

אין זײַן אַרטיקל "אַן אינטערוויו מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער דעלעגאַציע" (דעם 8טן יולי 1943) האָט דער "פֿאָרווערטס"-סאָוועטאָלאָג מענדל אָשעראָוויטש ציטירט זײַן קאָלעגע פֿון "דער מאָרגן-זשורנאַל", י. ל. טעלער. יענער האָט געשמועסט מיט די צוויי סאָוועטישע קולטור-טוער, שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, וואָס זײַנען זומער 1943 געקומען קיין ניו-יאָרק ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לאַזאַר פֿאָגעלמאַן

ווען אין 1943 זײַנען שלמה מיכאָעלס, דער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, און איציק פֿעפֿער, דער דיכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען וועגן זיי געשריבן ווי וועגן פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישע ייִדן. מיכאָעלס איז דאָך געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און פֿעפֿער איז געווען אַ פֿירנדיקער מיטגליד אינעם קאָמיטעט. אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער, האָט מען געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ניט באַרעכטיקט צו קוקן אויף די צוויי קולטור-טוער ווי אויף לעגיטימע פֿאָרשטייער פֿון די סאָוועטישע ייִדן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך

אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מעלדונג וועגן מיכאָעלס’ און פֿעפֿערס קומען קיין אַמעריקע,

מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָב איך זיך געכאַפּט, אַז קיין איין פּרטימדיקע פֿאָרשונג איז ניט געמאַכט געוואָרן מכּוח דער אַמעריקאַנער נסיעה פֿון שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער. דערמאָנט האָט מען עס אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן, און אין אַ צאָל ביכער וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף כּלערליי וויכטיקע פּרטים פֿון דער שליחות קיין אַמעריקע אין 1943. אָבער ביז עד-היום איז ניט געשאַפֿן קיין בילד פֿון דעם ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע און די כּוחות הינטער דער פּרעסע, האָבן רעאַגירט אויף דעם וויזיט.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָריס ראָזענפֿעלד

מײַן לויב-געזאַנג דעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקיוזער אוניווערסיטעט, אין שטאַט ניו-יאָרק, קען אויסזען ווי אַ חניפֿה, ווײַל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז דאָרטן אַרויס מײַן אייגן בוך. אָבער ס׳איז טאַקע אַ פֿענאָמען אין דער איצטיקער וועלט פֿון ענגליש-שפּראַכיקע ביכער וועגן ייִדיש — איך מיין דערמיט אי די צאָל ביכער, אי זייער קוואַליטעט, אי (וואָס איז אויך זייער וויכטיק) די צוטריטלעכקייט פֿון די פּרײַזן.

די טעג האָב איך באַקומען פֿון יענע, צפֿון-ניו-יאָרקישע מקומות אַ נײַ בוך, וואָס מאַרק מילער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין עמאָרי-אוניווערסיטעט (אַטלאַנטאַ), האָט באַזירט אויף זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע. דער באַנד הייסט Morris Rosenfeld and the Emergence of Yiddish Literature in America, "מאָריס ראָזענפֿעלד און דער אויפֿקום פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע".

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים קאַרפּילאָוו, אויגוסט 27, 1912

איך געדענק שוין ניט, פֿאַר וואָס איך האָב זיך פּלוצעם פֿאַראינטערעסירט מיט דער שרײַבערין מרים קאַרפּילאָוו (צו מאָל — קאַרפּילאָווע, 1888—1956). אַזוי צי אַזוי, אָבער כ׳האָב באַשלאָסן אַרײַנצוקוקן אין איר אַרכיוו, וואָס ליגט ניט-באַשריבן אין ייִוואָ — פֿינף קאַסטנס, אָנגעפֿילט מיט שיין און קלאָר אָנגעשריבענע כּתּבֿ-ידן, אויסשניטן פֿון כּלערליי צײַטונגען און זשורנאַלן, ווי אויך צענדליקער פּאָסטקאַרטלעך, געשיקט אין פֿאַרשיידענע יאָרן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן — דער עיקר ייִדיש, אָבער אויך ענגליש, רוסיש און דײַטש. איך האָב די קאַרטלעך ניט געלייענט — זאָל עס טאָן עמעצער, ווער עס וועט, אפֿשר אַמאָל אין דער צוקונפֿט, שרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן קאַרפּילאָוו און אַנדערע אַזעלכע פֿרויען-שרײַבער.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראל עמיאָט

עס זײַנען דאָ ערטער, וועלכע איך אַסאָציִיִר ניט מיט ייִדיש. די שטאָט ראָטשעסטער, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון-טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק, געהערט צו די דאָזיקע "ניט-ייִדישע" מקומות. האָט מיך טאַקע שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען איך האָב איבערגעלייענט, אַז דווקא דאָרטן האָט אַ היפּשע צײַט געלעבט דער דיכטער ישׂראל עמיאָט (גאָלדוואַסער, 1909—1978) און דאָרטן זײַנען אַרויס אייניקע ביכער זײַנע, סײַ אויף ייִדיש, סײַ איבערגעזעצט אויף ענגליש.

האָב איך געשטעלט די פֿראַגע איינער פֿון זײַנע איבערזעצער — לאה זאַזוליער וואַטסאָן, וואָס וווינט אין ראָטשעסטער און, ווי איך פֿאַרשטיי, באַשעפֿטיקט זי זיך מיט עמיאָטס ווערק און ביאָגראַפֿיע מער, ווי עמעצער נאָך.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען’. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס’ [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ."