פֿאָרווערטס - 110
אַברהם שולמאַן
אַברהם שולמאַן

אויפֿן ראָג פֿון דער 12טער גאַס און בראָדוויי געפֿינט זיך אַ פּאַסטקע מײַנע — די בוקיניסטישע קראָם "סטרענד", פֿון וועלכער איך גיי כּמעט שטענדיק אַרויס מיט אַ בוך צי אַפֿילו צוויי. סטאַרע איך זיך שוין אויסמײַדן דאָס דאָזיקע "געפֿערלעכע" אָרט. אָבער עס ציט מיך ווידער אַהין, און דאָס לעצטע מאָל האָב איך דאָרטן געקויפֿט אַ בוך פֿון אַברהם שולמאַן — Adventures of a Yiddish Lecturer, "אַוואַנטורעס פֿון אַ ייִדישן לעקטאָר", מיט אַ קורצער הקדמה פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער.

די צײַטונג "פֿאָרווערטס" האָב איך זינט 1988, דעם יאָר ווען כ׳האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", געזען אין די הענט פֿונעם שעף-רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס. די רעדאַקציעס, אַפֿילו קעגנערישע, פֿלעגן דאָך שיקן איינע דער אַנדערער אַן אומזיסטע קאָפּיע. אַ חוץ ווערגעליסן האָט קיינער ניט געהאַט קיין צוטריט צו אַזאַ געפֿערלעכער מתּנה. אַלטע נומערן פֿון דער צײַטונג האָט די סעקרעטאַרשע געהאַלטן אין אַן אײַזערנער שאַפֿע; איך ווייס ניט, צוליב וואָס זיי זײַנען דאָרטן געלעגן.

אָבער אָנהייב 1989 איז קיין מאָסקווע געקומען האַראָלד אָסטראָף ז״ל, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿונעם "פֿאָרווערטס". אויב כ׳האָב ניט קיין טעות, האָט ער זיך באַטייליקט אין דער עפֿענונג פֿון מיכאָעלס-צענטער. מיר האָבן זיך באַקענט, און נאָך דעם האָב איך אָנגעהויבן באַקומען די צײַטונג, וווּ פֿון מאָל צו מאָל האָב איך געדרוקט מײַנע אייגענע קאָרעספּאָנדענצן. אַזוי אַז צו ברעכן ווערגעליסעס אײַזערנע שאַפֿע האָב איך ניט געדאַרפֿט.

די צײַטונג איז אין יענע יאָרן געווען פֿול געפּאַקט מיט פּאָליטיק, אייניקע נומערן זײַנען געווען טרוקן ווי שטויב. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ביז די צײַטונג פֿלעגט אָנקומען קיין מאָסקווע, האָט מען אויף דער פּאָליטישער קיך געקאָכט נײַע מאכלים און אַ סך אַרטיקלען האָבן שוין געהאַט אַ טעם פֿון קאַלטע לאָקשן. האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט, אַז מײַנע אויגן פֿלעגן זיך אָפּשטעלן אויף אַברהם שולמאַנס אַרטיקלען, וועלכע זײַנען געווען לעבעדיקער פֿון אַ סך אַנדערע פּובליקאַציעס. שפּעטער, ווען איך האָב שוין געלעבט אין אָקספֿאָרד, געדענק איך, אַז בײַ אונדז איז דאָרטן געלעגן אַ מאַנוסקריפּט פֿון שולמאַנס אַ בוך, אויף ענגליש. ער האָט געזוכט אַ פֿאַרלעגער און געהאָפֿט, אַז אין ענגלאַנד וועט מען זיך מיט אַזאַ סחורה פֿאַראינטערעסירן. אָבער פֿון דעם איז גאָרנישט ניט אַרויס.

אַברהם שולמאַן (1913—1999) איז געווען אַ מענטש פֿון אַ סך שפּראַכן. ער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, און וועגן זײַנע יונגע יאָרן האָט ער אין 1978 דערציילט אין אַ לאַנגן אינטערוויו, וואָס מע האָט פֿאַרשריבן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט — מצד דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט — פֿון צונויפֿקלײַבן בעל-פּה-געשיכטע. האָט ער, צווישן אַנדערן, דעמאָלט געזאָגט:

"איך בין געווען פֿאַרליבט אין פּוילן. [...] איך האָב שטאַרק ליב געהאַט אי דאָס פּוילישע לאַנד אי די פּוילישע קולטור. איך האָב זיך געהאַלטן פֿאַר אַ פּוילישן מענטשן, אויף פּויליש האָב איך געשריבן לידער, און די פּוילישע פּאָעטן זײַנען פֿאַר מיר געווען די גרעסטע, העכער פֿון די ייִדישע [...]

"איך האָב זיך געהאַלטן פֿאַר אַ טייל פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. כ׳האָב געוווּסט, אַז עפּעס איז געווען צעפֿוילט אין דער געזעלשאַפֿט, און כ׳האָב אויך געוווּסט, אַז איך בין געווען אַ קרבן פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער איך האָב קיין מאָל ניט געטראַכט צו אַנטלויפֿן פֿון איר. און, ווײַל איך בין ניט געווען פֿרום, וואָלט עס פֿאַר מיר ניט געווען קיין קאַטאַסטראָפֿע צו באַקענען זיך מיט אַ פּויליש מיידל און האָבן חתונה מיט איר. איך האָב געוווּסט, אַז דאָס וואָלט געווען אַ שרעקלעכע זאַך פֿאַר מײַנע עלטערן און איך וואָלט עס אפֿשר ניט געטאָן, אָבער פֿאַר מיר אַליין איז עס קיין פּראָבלעם ניט געווען."

שולמאַן האָט זיך געזען ווי אַ דורכשניטלעכער יונגער וואַרשעווער: "מע זאָגט, ווי איר ווייסט, אַז די דײַטשן האָבן חרובֿ געמאַכט די ייִדישע שפּראַך. אָבער ס׳איז ניט ריכטיק. ס׳איז ניט אין גאַנצן ריכטיק. איך גלייב, אַז אָן דער קאַטאַסטראָפֿע, אָן דעם חורבן, וואָלט ייִדיש סײַ-ווי-סײַ פֿאַרשוווּנדן אין פּוילן, ווײַל די יונגע ייִדן, און איך בין ניט געווען קיין יוצא-מן-הכּלל, האָבן געהאַט די נטיה אַוועקצוגיין פֿון ייִדיש."

דאָס לעבן, אָבער, האָט ניט געגעבן שולמאַנען קיין געלעגנהייט זיך צעשיידן מיט ייִדיש. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט ער שוין געהאַט אַ דערפֿאַרונג אין זשורנאַליזם — סײַ ווי אַ סטודענט אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט, סײַ ווי אַ מיטאַרבעטער אין ייִדישע צײַטשריפֿטן. מיט אַ סך שוועריקייטן האָט זיך אים און זײַן ווײַב אײַנגעגעבן צו שוואַרצן די פּויליש-רוסישע גרענעץ, דורכפֿאָרן דעם גאַנצן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אַזש ביזן ווײַט-מיזרחדיקן פּאָרט וולאַדיוואָסטאָק, און זיך דערקלײַבן ביז אויסטראַליע. אין מעלבורן האָבן זיי געוווינט אין משך פֿון צען יאָר. שולמאַן האָט דאָרטן רעדאַגירט דעם חודש זשורנאַל "אויפֿבוי" און זיך באַטייליקט אין אַנדערע פּובליקאַציעס. די קומענדיקע צען יאָר, 1950—1960, זײַנען שוין געווען פֿאַרבונדן מיט גאָר אַן אַנדער שטאָט — פּאַריז, וווּ ער האָט געאַרבעט אין דער טעגלעכער צײַטונג "אונזער שטימע".

זינט 1954, האָט ער אויך געשריבן קאָרעספּאָנדענצן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". בײַם אָנהייב פֿונעם קומענדיק יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ער שוין געלעבט אין ניו-יאָרק — די רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אים געבראַכט אויף דער אַרבעט. דער "פֿאָרווערטס", דעמאָלט נאָך אַ טעגלעכע צײַטונג, פֿלעגט זיך צעגיין אין 89 טויזנט קאָפּיעס. אָבער קיין סך האָט זי ניט געצאָלט; לכל-הפּחות, דעם "גרינעם" מיטאַרבעטער שולמאַן. איז ער געוואָרן אויך אַ לעקטאָר — אַרומגעפֿאָרן איבערן לאַנד און גערעדט אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. וועגן זײַן דערפֿאַרונג האָט ער זייער שאַרפֿזיניק דערציילט אין די קורצע סוזשעטן פֿונעם בוך, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין מײַנע הענט אין דער פּאַסטקע, וואָס הייסט "סטרענד". אַגבֿ, ס׳איז גאָר ניט דאָס איינציקע בוך זײַנע. ער האָט אויך אַנדערע, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, און אַלע לייענען זיך גוט.