מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין נאָר וואָס געקומען קיין ענגלאַנד, האָב איך דאָרטן פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ סאָציאַל-וויכטיקע קונסט, וואָס הייסט "סמאָל טאָק" — "קליינער שמועס". בפֿרט מיינט עס, אַז מע טאָר ניט פֿאַרמוטשען אַנדערע מענטשן מיט טעמעס, וועלכע אַרן זיי זייער ווייניק. צוליב אונדזער פֿאַך צי סתּם אינטערעסן זײַנען מיר דאָך פֿאַרליבט און פֿאַרטיפֿט אין עפּעס אַן ענין און קענען וועגן דעם רעדן גאַנצענע טעג. כ׳געדענק ווי איך האָב שוין געהאַלטן בײַם שטאַרבן, פֿליִענדיק מיט אַ צײַט צוריק פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ קיין לאָנדאָן. מײַן שכן איז געווען אַן איבערגעגעבענער — און ניט קיין שטומער — פֿילאַטעליסט...
איך דערמאָן עס, ווײַל די לעצטע חדשים פֿיל איך, אַז סײַ פֿאַר מיר און סײַ פֿאַר די אַרומיקע לײַט וועט זײַן געזינטער, איך זאָל זיך אײַנהאַלטן פֿון רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס". וואָס מער איך באַשעפֿטיק זיך מיט דער דאָזיקער טעמע, אַלץ מער פֿאַרכאַפּט זי מיך. דאָס הייסט ניט, אַז איך בין געוואָרן פֿאַרליבט אין דער צײַטונג, ווי זי האָט אויסגעזען מיט יאָרצענדליקער צוריק. פֿאַרקערט — דער "פֿאָרווערטס" אַליין איז, לויט מײַן טעם, ניט געווען צו פֿאַרגלײַכן מיט דער מער אינטעלעקטועלער צײַטונג "דער טאָג".
און דאָך איז דער "פֿאָרווערטס" זייער אינטערעסאַנט ווי אַן "אָבסערוויר-פּונקט" פֿאַר יעדן איינעם, וואָס באַשעפֿטיקט זיך, ווי אַני-הקטן, מיט דער אינטעלעקטועלער געשיכטע פֿון די ייִדיש-שרײַבנדיקע סבֿיבֿות. אין דעם זין זײַנען די אַלטע "פֿאָרווערטס"-זײַטלעך פֿול מיט נסים.
אַ שטייגער, עפֿנט דעם נומער פֿאַרן 3טן אַפּריל 1964 און געפֿינט פּלוצעם אַן אַרטיקל "וואָס אַ קאָמוניסט זאָגט וועגן סאָוועט אַנטיסעמיטיזם", געשריבן פֿון שמעון וועבער, דעם קומענדיקן שעף-רעדאַקטאָר און אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער. דער אַרטיקל איז מערקווירדיק, ווײַל ער איז באַזירט אויף אַ בריוו, וועלכן עס האָט אין דער רעדאַקציע אַרײַנגעשיקט אַלעקסאַנדער ביטעלמאַן (1890—1982). ביטעלמאַן איז אין יאָר 1919 געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און אין די יאָרן 1940—1950 געווען צוגעשטעלט ווי אַ מין קאָמיסאַר צו דער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט".
אַ סך פֿון די לייענער, בפֿרט פֿון דעם עלטערן דור, דאַרף מען ניט דערקלערן, וואָס פֿאַר אַן אָפּגרונט איז געלעגן צווישן דעם "פֿאָרווערטס" און די "לינקע". שמעון וועבער, וועמעס זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט זיך דווקא אָנגעהויבן בײַ די קאָמוניסטן, האָט אַ מאָל, שוין זײַענדיק דער שעף-רעדאַקטאָר, געזאָגט, אַז קיין אַנדער צײַטונג איז ניט געווען אַזוי אַנטי-קאָמוניסטיש, ווי דער "פֿאָרווערטס". טאָ וואָס פֿאַר אַ רוח האָט פֿאַרטראָגן דעם וועטעראַן-קאָמוניסט ביטעלמאַן צו דעם "דם-שׂונא"?
און דאָ מוז איך אַנטפּלעקן דעם סוד, דהײַנו, אַז איך האָב גאָר ניט צופֿעליק געעפֿנט די צײַטונג פֿאַרן 3טן אַפּריל 1964. זי איז געלעגן אין די ביטעלמאַן-פּאַפּירן, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. ביטעלמאַן האָט מיך פֿאַראינטערעסירט צוליב אַנדערע זאַכן, דערצו געפֿינט זיך מײַן ביוראָ זייער נאָענט צו דער ביבליאָטעק, אַזוי אַז דורכלאָזן אַזאַ מעגלעכקייט איז געווען שווער.
מיט ביטעלמאַנען איז געווען אַזוי: אין 1957 איז ער אַרויס פֿון אַן אַמעריקאַנער פֿעדעראַלער טורמע, וווּ מע האָט אים פֿאַרשפּאַרט פֿאַר זײַנע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן. און אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט מען אים, אַ 70־יאָריקן, אַרויסגעטריבן פֿון דער פּאַרטיי, וועלכע ער האָט בשעתּו געהאַט אויפֿגעבויט, אָדער, לכל-הפּחות, צוגעלייגט צו דעם זײַן האַנט. די סיבה פֿאַר זײַן אויסשליסן איז געווען אַז ער האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס איז ניט געווען צום האַרצן די פּאַרטיי-פֿירער. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער — אַ פֿאַרביטערטער — געלעבט אין קראָטאָן-אָן-האָדסאָן, לעבן ניו-יאָרק, און געהאַלטן אין איין שרײַבן.
דאָס צענטראַלע אָרט פֿאַרנעמט אין זײַן עזבֿון דער מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, וואָס הייסט Things I Have Learned, "די זאַכן וואָס איך האָב געלערנט". ס׳איז אַן אינטערעסאַנטער טעקסט, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די איבערקערעניש אין די מוחות פֿון די טראַכטנדיקע קאָמוניסטן. דער חורבן, דאָס אויפֿקומען פֿון מדינת-ישׂראל, די גזלנישקייט פֿונעם סאָוועטישן רעזשים און די אידיאָטישקייט פֿון די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע מנהיגים האָבן זיי טראַוומירט און אַרויסגעשטופּט פֿון דער פּאַרטיי. ביטעלמאַן שרײַבט, אַז צום סוף פֿון די 1950ער יאָרן האָט ער גענומען טראַכטן וועגן "אַ פּראָגרעסיוון ייִדישן נאַציאָנאַליזם — אַ גוטן נאַציאָנאַליזם — ווי דער הויפּט-מיטל פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן אויסדויער און ווי אַן אָרגאַנישן טייל פֿון אַלע פּראָגרעסיווע נאַציאָנאַליזמען אין דער גאָרער וועלט."
אין 1964 איז ביטעלמאַן אויפֿגעבראַכט געוואָרן, ווען ער האָט איבערגעלייענט, אַז אין קיִעוו איז אַרויס אַן אַנטיסעמיטיש בוך, אָנגעשריבן דורך טראָפֿים קיטשקאָ. דאָס איז געווען גאָר ניט דאָס איינציקע בוך, געווידמעט דער טעמע פֿון אַנטי-רעליגיעזער פּראָפּאַגאַנדע, אָבער קיטשקאָ (צי זײַן פֿאַרלעגער) האָט עס באַפּוצט מיט אַזעלכע מיאוסע קאַריקאַטורן, וואָס האָבן טאַקע אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פּראָטעסטן. אין יולי 1964 איז אין לאָנדאָן אַרויס אַ נומער פֿונעם זשורנאַל Jews in Eastern Europe, וואָס איז געווען כּמעט אין גאַנצן געווידמעט דעם דאָזיקן ענין. דער סוף איז געווען, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען אויך, יעדנפֿאַלס לפּנים, קריטיקירט קיטשקאָס ווערק.
האָט ביטעלמאַן אויך באַשלאָסן צו רעאַגירן אויף דעם קיטשקאָ-סקאַנדאַל מיט אַן אָפֿענעם בריוו צו דער סאָוועטישער רעגירונג, און דעם טעקסט האָט ער אַרײַנגעשיקט אין "פֿאָרווערטס". (די סאָוועטישע רעגירונג פֿלעגט דאָך יעדן טאָג, נאָך אויף אַ ניכטערן מאָגן, לייענען דעם "פֿאָרווערטס".) שמעון וועבער האָט אים טעלעפֿאָנירט און אויפֿן סמך פֿונעם בריוו און דעם טעלעפֿאָן-שמועס געמאַכט אַן אַרטיקל. און ס׳איז פֿאַרבליבן אַ שפּור פֿון יענער צײַט.
אַז די רייד גייט שוין וועגן אַלעקסאַנדער ביטעלמאַן, און איך גלייב ניט אַז מיר וועט אַ מאָל אויסקומען זיך אומצוקערן צו דער פֿיגור, וויל איך ציטירן אַ פּאָר זאַכן פֿון זײַן עזבֿון, וואָס זײַנען טשיקאַווע אַפֿילו פֿאַר אַ "קליינעם שמועס" וועגן דעם אידעאָלאָגישן גילגול פֿון אַ קאָמוניסט.
ערשטנס, וועגן דער אַמעריקאַנער רײַזע, אין יאָר 1943, פֿון שלמה מיכאָעלסן און איציק פֿעפֿערן, וועגן וועלכער ס׳איז געגאַנגען די רייד אין די דרײַ פֿריִערדיקע אַרטיקלען מײַנע. אָט וואָס האָט ביטעלמאַן וועגן דעם אָנגעשריבן אין צוויי יאָרצענדליק אַרום:
"איך וועל קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן דעם וויזיט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון צוויי דעלעגאַטן פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — מיכאָעלס און פֿעפֿער — וואָס זײַנען געקומען אין די מלחמה-יאָרן, און די ריזיקע השפּעה פֿון זייער וויזיט און זייערע אַקטיוויטעטן דאָ אויף דער פֿאַראייניקטער אַנטי-פֿאַשיסטישער און ׳געווין-די-מלחמה׳-טעטיקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. דאָס האָט דעמאָנסטרירט אַ נאַציאָנאַלע אידענטיטעט פֿון אַזאַ סאָרט און טיפֿקייט, וואָס איך האָב פֿריִער קיין מאָל ניט געזען. און דאָס זײַנען געווען, לויט מײַן מיינונג, ביז גאָר וויכטיקע געשעענישן אין מײַן לעבן."
און איצט ברענג איך אַן אויסצוג פֿונעם בריוו, וואָס ביטעלמאַן, דער געוועזענער קעמפֿער קעגן ציוניזם, האָט דעם 21סטן יוני 1968 אָנגעשריבן דעם פֿירנדיקן זשורנאַליסט פֿון "דער טאָג" בן-ציון גאָלדבערג:
"מיר, די אַמעריקאַנער ייִדן, מוזן אינספּירירן און אונטערשטופּן אונדזער יוגנט צו אָרגאַניזירן אַ מאַסן-מיגראַציע אין ישׂראל. אויב אַ באמת גרויסע צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע יונגעלײַט וועלן ווערן ישׂראלים, וועט עס זײַן אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דעם פּאָטענציאַל פֿון ישׂראל צום וואַקסן, זײַן הצלחהדיק און, קודם-כּל, אַנטוויקלען און אונטערהאַלטן די פֿולע מעגלעכקייט צו זײַן אָפּהענגיק אין יעדן קומענדיקן קריזיס דער עיקר פֿון זיך אַליין, פֿון אַן אייגענעם מיליטערישן כּוח."
אָט אַזאַ איבערקערעניש איז פֿאָרגעקומען אין דעם וועלטבאַנעם פֿון אַן אַלטן קאָמוניסט.