- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937. אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג". בײַ אַברהם רייזענען איז דאָ אַ קורצע דערציילונג, אין וועלכער דער הויפּטהעלד חלומט וועגן אַ קוק טאָן אויף אַמעריקע מחוץ ניו-יאָרק. זײַן חלום איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן, ווײַל ער, אַ פּראָסטער ייִדישער אַרבעטער, האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף אַזעלכע עקסקורסיעס. מײַן מצבֿ איז, גאָט צו דאַנקען, ניט אַזוי דראַמאַטיש, אַזוי אַז איך קען זיך דערלויבן אַזאַ וווילטאָג — נעמען אַן אויטאָ און זיך אַרויסכאַפּן אויף עטלעכע טעג פֿון דער שטאָט. אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds). אין סעפּטעמבער 1937, בעת דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער דוד איגנאַטאָוו פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אַן "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, שוין לאַנג עקזיסטירט אויף דער ייִדישער גאַס: "... כאָטש מען קען ניט אָנגעבן דאָס יאָר און דעם טאָג, ווען זי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי מע קען דאָס אָנגעבן וועגן די אַנדערע פּאַרטייען, מע האָט ניט ווייניק געשריבן וועגן דעם, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען פֿאַרשווײַגן דעם חורבן. מע האָט טאַקע ניט געהאַט קיין קאַטעדרעס, מוזייען און אינסטיטוטן, וועלכע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די געטאָס, די זאָנדערקאָמאַנדעס און אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון דער נאַציסטישער אויסראָטונג-מאַשין. אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער האָט מען וועגן דעם גערעדט זייער אָפּגעהיט, נאָר אַזוי ווי עס האָט געפֿאָדערט דער אַזוי-גערופֿענער אַגיטפּראָפּ (די אויפֿזעער פֿון אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע). איך האָב זיך יאָרנלאַנג געקליבן איבערצולייענען שמ״רס "גלות-מאָסקווע: אַ ראָמאַן פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן". אָבער וווּ נעמט מען צײַט און געדולד אויף אַריבער 1,600 זײַטלעך, דערצו פֿון אַ געדיכטן טעקסט? דעם זומער, אָבער, האָב איך די צוויי בענד גענומען אין אַ רײַזע און האָב, סוף-כּל-סוף, אַרײַנגעשלונגען — און טיילווײַז פּשוט דורכגעמישט — דעם ראָמאַן. דאָס איז געווען די ניו-יאָרקער אויסגאַבע פֿון יאָר 1928, וואָס איז בלי-ספֿק ניט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם מאָנומענטאַלן ווערק. דעם 4טן סעפּטעמבער האָט "פֿילאָלאָגוס", דער פּסעוודאָנים פֿונעם שפּראַכקענער אין Forward (די ענגלישע שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס"), רעאַגירט אויף אַ בריוו פֿון אַ לאָס-אַנדזשעלעסער תּושבֿ. יענער האָט געשטעלט אַ פֿראַגע וועגן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן מע לערנט איצט אין די אוניווערסיטעטן און אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן. הײַיאָר איז שוין ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן טשערנאָוויץ, וואָס איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני־באַרג, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש און מאָדערנער ייִדישער קולטור. אַזוי יעדנפֿאַלס זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער ווי אויך פֿריִערדיקער זשורנאַליסטישער פּראָדוקציע. און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך און אַפֿילו געזעצמעסיק פֿאַר יעדער יוביליי-קאַמפּאַניע, און פֿאַר יעדער קאַמפּאַניע בכלל. אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט. מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט. |