דעם 4טן סעפּטעמבער האָט "פֿילאָלאָגוס", דער פּסעוודאָנים פֿונעם שפּראַכקענער אין Forward (די ענגלישע שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס"), רעאַגירט אויף אַ בריוו פֿון אַ לאָס-אַנדזשעלעסער תּושבֿ. יענער האָט געשטעלט אַ פֿראַגע וועגן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן מע לערנט איצט אין די אוניווערסיטעטן און אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן.
אין דעם ציטירטן בריוו לייענען מיר: "אין משך פֿון אַריבער 70 יאָר, האָט מען געלערנט און מע לערנט נאָך אַלץ אין די ייִדישע שולן דעם סטאַנדאַרטן דיאַלעקט, וואָס איז דער ‘צפֿון-מיזרחדיקער’, אַן ענלעכער צו — אָבער ניט תּמיד אידענטיש מיט — דעם דיאַלעקט, וועלכן מע האָט גערעדט אין ווילנע."
יעדער מענטש, וואָס באַשעפֿטיקט זיך פּראָפֿעסיאָנעל מיט ייִדיש, ווייסט, אַז דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט ריכטיק, ווײַל דער "סטאַנדאַרט" (וואָס איז, אַגבֿ, ניט קיין דיאַלעקט) האָט זייער היפּשע אונטערשיידן פֿון ליטווישן דיאַלעקט. ערשטנס, האָט עס דרײַ גראַמאַטישע מינים — ניט צוויי (לשון-זכר און לשון-נקבֿה), ווי דאָס איז בײַ די "ליטוואַקעס". צווייטנס, האָט עס גאַנץ אַן אַנדערע סיסטעם פֿון פּאָסעסיווע פּראָנאָמען (למשל, "איך האָב איר [אַנשטאָט "זי"] געזען אין טעאַטער" און "די מאַמע האָדעוועט מיר" (אַנשטאָט "מיך"). מע קען נאָך אָנרופֿן עטלעכע וויכטיקע גראַמאַטישע פּונקטן.
וואָס שייך דער לעקסיק, איז דער "סטאַנדאַרט" זייער בייגעוודיק און נעמט אַרײַן ווערטער פֿון אַלע דיאַלעקטן, בפֿרט נאָך, אַז די צאָל ניט-ליטוואַקישע פּען-מענטשן איז געווען זייער גרויס. שלום-עליכם, י.ל. פּרץ, שלום אַש, י.י. זינגער און יצחק באַשעוויס-זינגער האָבן בײַם שרײַבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַרײַנגעקוקט אין קיין ליטוואַקישע ווערטערביכער.
דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז ס'איז ריכטיק צו לייקענען דעם ממשותדיקן בײַטראָג, וואָס די "ליטוואַקעס"-ליטעראַטן האָבן אַרײַנגעבראַכט אין ייִדישן זשורנאַליזם, בעלעטריסטיק און פּעדאַגאָגיק. אַז מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", בפֿרט פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿון זײַן געשיכטע, קען מען באַלד באַמערקן די שטאַרקע השפּעה פֿונעם צפֿון-מיזרחדיקן ייִדיש. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.
וואָס שייך דעם סטאַנדאַרט, האָט ער יאָ אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג מיט ווילנע. נאָך אין 1913 האָט בער נאָראָכאָוו (מיט פֿינף צי זעקס יאָר פֿריִער האָט זיך אים פֿאַרגלוסט אויסצולערנען ייִדיש) געהאַלטן, אַז די מיוחסדיקע סבֿיבֿה, וועמעס ייִדיש האָט פֿאַרדינט צו זײַן אויסגעקליבן פֿאַרן יסוד פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך, איז די ווילנער ייִדישע אינטעליגענץ. מענטשן פֿון דעם דאָזיקן קרײַז האָבן זיך אָפֿט מאָל געפֿילט בעסער בײַם רעדן רוסיש, אָבער צוליב אידעאָלאָגישע טעמים האָבן זיי אויף זיך גענומען דאָס שליחות צו פֿאַרשפּרייטן דווקא ניט זייער דיאַלעקט פֿון ייִדיש, נאָר אַ קולטיווירטע שפּראַך, מיט אַ גראַמאַטיק און לעקסיק ווי "בײַ די לײַטן".
דעם נײַעם סטאַנדאַרט האָט מען געשאַפֿן ניט צוליב אַ קאָנקורענץ מיט לאָקאַלע דיאַלעקטן. די ייִדישע ביכער-פּראָדוקציע און צײַטשריפֿטן האָט מען דאָך, בדרך-כּלל, סײַ-ווי-סײַ געשריבן, נוצנדיק עפּעס אַ סטאַנדאַרד. אַן אַנדער זאַך, אַז מע איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם אָנגענומענעם נוסח. למשל, ווײַל דער דאָזיקער נוסח האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ קינסטלעכע נאָכמאַכעניש פֿון דײַטש — דאָס וואָס מע האָט גערופֿן "דײַטשמעריש". שמואל ניגער, די צענטראַלע פֿיגור צווישן די ווילנער אינטעליגענטן, האָט וועגן דעם געשריבן אין זשורנאַל "לעבן און וויסנשאַפֿט" (אין יאָר 1912):
"דײַטשמעריש אָדער בערדיטשעווער ייִדיש איז אַ לשון, וואָס איז ניט דײַטש און ניט ייִדיש. ס'איז אייגנטלעך ניט קיין לשון, נאָר אַ באַגער צו האָבן אַ לשון: מען געברויכט עס, ווען מען וויל ניט קיין ייִדיש און מען קען ניט קיין דײַטש; עס איז דער אויסדרוק פֿון דער קליינשטעטלדיקער פֿאַראַכטונג צו ייִדיש און דעם נאָך מער קליינשטעטלדיקן דרך-ארץ פֿאַר דײַטש; עס איז די שפּראַך, וואָס אויף איר רעדט דער קליינשטעטלדיקער, ווען ער קומט אין שטאָט אַרײַן; דאָס איז זײַן יום-טובֿדיקע שפּראַך."
צום באַדויערן, האָט ר' "פֿילאָלאָגוס" ניט דערקלערט אין זײַן ענטפֿער, אַז די פּראָבלעם איז געווען רעלאַטיוו ווייניק פֿאַרבונדן מיט געאָגראַפֿיע. דעם מאָדערנעם סטאַנדאַרט האָט מען געשאַפֿן, דער עיקר, כּדי אַרויסצושטופּן דעם דײַטשמערישן נוסח, וועלכן די אינטעליגענץ האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט — און זיך געשעמט — צו רעדן, הערן, שרײַבן און לייענען.
די שאלה, געשטעלט דורך דעם לאָס-אַנדזשעלעסער תּושבֿ, האָט אויך דעם צווייטן טייל: צוליב וואָס דאַרף מען לערנען דעם דאָזיקן סטאַנדאַרט, אויב ס'איז גאַנץ ווײַט פֿון דער שפּראַך, וועלכע ווערט הײַנטיקע טעג גערעדט און געשריבן בײַ די חסידים — די הויפּט-סבֿיבֿה פֿאַר אַ לעבעדיקן ייִדיש? ס'איז, בלי-ספֿק, אַ באַרעכטיקטע פֿראַגע. כ'האָב שוין ניט איין מאָל געשריבן וועגן דער נייטיקייט צו שאַפֿן אַ ווערטערבוך און אַנדערע שפּראַך-מאַטעריאַלן פֿון חסידיש-ייִדיש. צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער און אינטערנעץ געבן איבערגענוג סחורה פֿאַר אַזאַ לינגוויסטישער אַרבעט. ביכער וועגן חסידיש-ייִדיש וואָלטן צוניץ געקומען די סטודענטן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿאָרשונגען פֿון הײַנטיקן ייִדיש.
אָבער ס'רובֿ סטודענטן מוזן פֿונדעסטוועגן לערנען דעם "סטאַנדאַרט", ווײַל דווקא אויף דער שפּראַך איז אָנגעשריבן דער ריזיקער קאָרפּוס טעקסטן — ליטעראַרישע, פּאָליטישע, וויסנשאַפֿטלעכע וכ' — אָן וועלכע ס'איז שווער צו פֿירן פֿאָרשונגען אין זייער אַ סך געביטן פֿון געשיכטע, ליטעראַטור, שפּראַך, סאָציאָלאָגיע און אַנדערע אַקאַדעמישע דיסציפּלינען.